ביי איינער פין די סאטמארע פלעיס, וואס איך האב געהאט די זכי' צו הערען, זאגען זיי דארט א ווערטעל, זיי שפילען כאילו עפעס א רבי גייט צו א דענטיסט, וזל"ק
רבי: אגוטען, איך וואלט זייער געוואלט איר זאלט מיך אנפילען די לאך וואס איך האב אין מיין ציין.
דענטיסט: וועלכער צאן טוט אייך וויי?
רבי: קיין איין צאן טוט מיר וויי.
דענטיסט: (ענטוישט), פין ווי ווייסט איר אז איר האט א לאך?
רבי: עך וועל דיר זאגען דעם אמת, איך האב אריין געריקט צוויי עופות אין מויל אריין, און זיי זענען נאך אלץ נישט אנגעקומען אין מאגען, איז פשוט "מוכרח" אז זיי זענען געבליבען שטעקען אין א לאך אין די ציין!!!!
דיסקלעימער
איך בין בכלל נישט מסכים מיט ליצנות אויף רבי'ס, איך האב נאר געזעהן די בילד, האב איך זיך פשוט דערמאנט גירסא דינקותא.....
תוקן על ידי - kraitchmer - 19/12/2005 1:39:48
|
|