| נשלח ב-18/12/2005 20:55 |
|
| |
צי ווייסטי די מקור?
אלע קינדער ווייסן צי זאגען אז יעקב אבינו האט אראפגענימן דעם שטיין פינעם ברינען מיטן קליינעם פינגער
צי ווייסטי די מקור פינען קליינעם פינגער, איז דאס נאר א משל?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 17:00 |
|
| |
cano
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2005 16:37 |
|
| |
מיין אינגעל האט אהיים געברענגט א גאנץ א קלארע בילד פון חדר וואס זיין רבי האט פארשאפט ווי מען קען בפירוש זען אז ער נעמט עס ארפ מיט די קליינע פינגער איך האב נישט קיין סקענער קען איך עס נישט מיט טיילען אבער מיר פסקכען דאך אז איין בילד רעט מער פון טויזענט ווערטר
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 22:35 |
|
| |
איך האב דאס נישט געברענגט אלס א ראי' צו התאחדות. פארקערט, איך האב צוגעצייכנט א רש"י 'בשם המדרש', וואס דארט ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט דעם פינגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 22:33 |
|
| |
ישר כח. פינעם רש"י ווייסן מיר אלע כ'האב געוואלט וויסן אויב סאיז דא מקור צים פינקי בלע"ז
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 22:31 |
|
| |
זרח;
אלעס פיין און וואויל, וועלכע ווארט מיינט "די קליינע פינגער"?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 22:26 |
|
| |
רש"י אויפן פסוק ויגל את האבן מעל פי הבאר, ברענגט 'בשם המדרש', ויגל כמי שמעביר את הפקק מעל פי צלוחית, להודיעך שכחו גדול.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 22:14 |
|
| |
א גוטען טאג מר. בערגער;
מיין רבי אין חדר האט אויך דערציילט אז יעקב אבינו האט אראפגעשטופט דעם שטיין מיט די קליינע פינגער, עס קען זיין אז אזוי שטייט אין ספר הישר וכדומה.
אבער אין תרגום יונתן שטייט אז ער האט דאס אראפגעשטופט מיט איין האנט, "וגלגל ית אבנא בחדא מן אדרעוי מעלוי פם בירא" ע"ש.
==
התאחדות;
אויב דו קענסט, ביטע ברענג א מראה מקום, איך האב דערווייל נישט געפונען דעם מדרש וואס דו דערמאנסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 21:40 |
|
| |
ס'שטיינס געזאגט, סיז דאך א קלארע מדרש, באצבעו הקטנה, יאך פארשטיי נישט פארוואס די דארפסט א בעסערע מקור וואו דעס??
נאך שארפע דראונגען, איבער שרייבן אויסגעטראכטע סברות אין די ערנסטע פארום, טוה איך איבער בעטן די אלע וואס וואונדערן זיך וואו דער מדרש איז, איך וועל זיך מודה ומתודה זיין אז אזא מדרש האב איך נישט געזען, נאר אז מנהג ישראל תורה, האב איך זיך פארלאזט אז סיבעוודאעי דא אזא מדרש, בכל אויפן ווער עס העט געפונען די מדרש על איך איהם גיבן א סטאר.
תוקן על ידי - התאחדות - 18/12/2005 22:14:57
|
|
|
|
|