בית פורומים היימישע קרעטשמע

א צפת'ער קללה...!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2005 02:46 לינק ישיר 
א צפת'ער קללה...!!!

איך ווייס נישט אויב ביי אייך אין יו עס איי ווערט געניצט האט דער אויסדריק 'צפאסער קלאלע', אבער ביי אונז אין מיטל מזרח הערט מען האס גאנץ-אפט, צפת'ער קללה באדייט/מיינט א שטארקע קללה אדער א זאפטיגע קללה כלומר נישט סתם עפעס הקללה נאר עפעס מערער.

איך האב שוין עטליכע מאל פראבירט נאך צו זוכן א סיבה פארפאס רופט מען דאס צפת'ער דייקא?, פאר נישט א ירושלים'ער קללה אדער טבריה'נער קללה ? וואס האט זוכה געווען צפת שלא זכו שאר הארצות?

ווייס איך ניט.

תוך כדי כתיבה טראכט איך אפשר די סיבה איז כמו שאמרו חכמינו 'עשרה מידות של קללה ירדה לעולם תשעה נטלה צפת והאחד קיבלה כבקשיש' כידוע וויפל צרות צרורות האבן אונזערע ברידערלאך געליטן אין צפת, געאונגערט, מחלות, א שרעקליכע הערד-ציטערנישט א.א.וו. אפשר.. גיי ווייס..

פאר וואס האב איך זיך דערמאנט אין דעם אויסדריק?!!
הערט א מעשה וואס איך האב לעצטע וואך געהערט.

איך טרעף אן א חבר מיינער,

חיים האסט געהערט??? גיב איך איהם א פרעג.

ניין !!! איך האב גארנישט געהערט!!! הענטפערט ער מיר צוריק!

איך: האסט נישט געהערט?!! אז יענקל....

יא יא, האקט מיר איבער חיים מיין ווארט, איך האב גלייך געוואוסט אז יענקל וועט זיך געטן, סי רודעפט זיי הקללה אין משפחה, זיין טאטע האט זיך געגעט, זיין זיידע און העלטער זיידע קיינער האט באזיי ניט געהאט קיין שלום-בית און הענדע האבן זיי זיך אלע געגעט...

נייגעריק גיב איך איהם א פרעג, וואס איז פונקט די געשיכטע פון די קללה וואס דרייט זיך ביי יאנקלס משפחה???

זאגט מיר מיין חבר חיים אז ער האט נישט מער געמיינט צו זאגן אז סי איז המשפחה קריינק! א פאקט! זעהסט דאך אז ער איז שוין דור רביעי א געגעטער בן אחר בן...

מיר איז נישט געפעלן האט דעם תירוץ אז סי איז המשפחה קריינק, אז פיר דורות געטן זאך איינער נאכן אנדערן ליגט אין ערגעץ באגראבן א הינט,

א קיצור הדברים הענדליך נאך חקירה ודרישה האב איך אויף געטראפן,

מעשה שהיה כך היה,

בימים ההם איבער אונדערט יאר צוריק איז געווען א איד אין צפת (איך וועל נישט זאגן קיין נעמען) א גרויסער תלמיד חכם און צו דערצו זעהט אויס אויך א גרויסער תמים, דער איד האט געהאט א מיידל אין שידוכים יארן און ווי עס פארשטייט זיך האבן די שדכנים געהאלטן אין אנטראגן מכובדות.

אן קעגן איבער זייער אויז האט געוואוינט א אלמן אן קידער א איד א צדיק(?) אגרויסער מקובל ,

דער מקובל האט מחליט געווען משום מה אז האט די מיידל איז זיין זיווג.

א קיצער הדברים מ'האט מצליח געווען משכנע צו זיין דעם טאטן אז ער דער גרויסער מקובל איז דער פאסיגער חתן פאר זיין טאכטער,

די מיידל האט האס זייער נישט געפעלן זי זאל חתונה האבן מיט א אלמן האלט 60 יאר...!!! הישמע כזאת בישראל !!!

האבער באין ברירה וואס קען זי דען עפעס טאהן אז דאס איז איר זיווג מן השמים,

א קיצער ס'פאר געקומען א גרויסע חתונה, דער חתן האט גוט געטאנצט זעהט אויס אביסל מער וויפל א איד אין זיינע יארן מעג טאנצן,

גיענדיגט די חתונה, חתן כלה גיין א היים צו זייער אויז, ווי נאר דער חתן העפנט אויף די טיר פאלט ער גלייך א נידער אויף דער הערד,

די כלה האט נישט געטראכט צוויי מאל זי האט אגעפאסקנט טויט, דער חתן איז א געשטארבענער, גלייך גענומען זיין נייעם טלית איהם צוגעדעקט, ארום גענומען מיט אן געצונדינע נר נשמה ליכט און אהיים צוריק צו איהר טאטנס היים,

אריבער עטליכע שעה דער חתן כאפט זיך אויף פון זיי טיפן כאלאשעס און עס ווערט איהם שווארץ פאר די אויגן, ער ליגט אויף דער הערד אליין אין שטוב ארום גענומען מיט נר נשמה ליכט באדעקט מיטן טלית,ער האט גלייך געכאפט דעם שפיצל וואס זיין נייע כלה האט איהם דא אן געמאכט,

ער האט האס נישט פאר שוויגן און געשאלטן איהר מיט איהר גאנצע משפחה זיי זאלן נישט האב קיין שלום-בית עד סוף כל הדורות !!!!!!!!

און דער יאנקל איז א אור איינקל צו די משפחה...!!!

דאס מיינט א צפת'ער קללה...!!!





קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 00:40 לינק ישיר 

א שכויח נטורליך פארן מיר באדיינקען.

תאחדות: גיט געזאגט אגב האב איך נאך געפרעגט וועגן דעם איד וואס דו האסט דערמאנט, ער איז טאקע אן אייניקל פון א צפת'ער, אבער נישט פון דער מקובל הנזכר, נאר פון שראלצ'ע דער צפת'ער שמש פון חברה קדישא וואס ער איז נעבאך אום וועלנדיג אום געגיינגען, אויב דער עוילם דא גלייכט צו הערן די גאנצע געשיכטע, וועל איך בל"נ האס אייך דערציילן

שייןהויך :
פליז, איך פארשטיינישט דיין ווערטל.
אז מ'רעדט שוין וועגן א ליטוואק, דערמאן איך זיך אין אן אלטן ליטווישער בחור וואס פלעגט יעדן טאג פון חנוכה צינדן נישט מער ווי איין ליכטל, גיב איך איהם א פרעג מאי האי וואס איז דאס איין ליכט נישט מער?!! זאגט ער מיר אזוי: מין הדין איז גענוג נר איש וביתו, מהדרין מן המדרין?! איז דאך ביטול תורה !!!!!!!!!!!

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

תוקן על ידי - חי_וקים - 26/12/2005 1:01:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 23:31 לינק ישיר 

שייןהויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 16:58 לינק ישיר 

ערשט מיט א וואך צוריק האב איך באזוכט אין ארץ ישראל, דארט האב איך באגעגנט א לוטוואק וואס ליינט קרי"ש כתיקונה. מיט אלע דיקדוקים כהלכה. שטייט ער איינגעבויגן איבר'ן סידור'ל און דריקט מיט א פעסטקייט: "והאבת" את ה' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 05:49 לינק ישיר 

היך גלייך נישט צו שרייבן מיט הידישע הישראעליישע שפראך.

ס'דערמאנט מיר הא מאסע א היזרעלי איז האריינגקומען אין רעסטוראנט אין געזאגט אז ער דארף פאר זיך א הייז קאפי און פאר זיין הידענע, א אייסע טיי, האט מען איהם געגעבן א הייסע קאווע, און זיין רביצין וואס איז פארקילט געווען, האט באקומען א קאלטע טיי, נו פארשטייט זיך אז די שלו' בית איז געגאנגען דארט שלאפן.

קען זיין אז ער איז אויך אן אייניקל פון דעם 60 יעריגן מקובל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 04:58 לינק ישיר 

א שיינעם דאנק אייך פאר די שיינע בילדער איך גלייך עס זייער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 04:50 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין פון צפת וועל אויך שוין בריינגען עטליכע בילדער פון "זקני צפת" און "צפת'ער געסאלאך".














קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



תוקן על ידי - חי_וקים - 22/12/2005 4:51:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 04:02 לינק ישיר 

די מעשה - אויב עס איז אמת - איז מורא'דיג, און איז נאך א רינגעלע אין די סעריע פון שפאנענדע (אמת'ע?) געשיכטעס וואס אונזער קארעספאנדאנט פון מיטל מזרח פארגינט אונז מפעם לפעם.

איך וויל בעטן א פערזענליכע (אישית'דיגע) טובה פון מיינע פריינט, ר' חי וקים און ר' יענטאאש, אז זיי זאלן זיך אויפהערן צו קריגן. ס'נישט געווען אונזער דרך, און ס'וועט נישט זיין... איר קענט ביידע שרייען חי וקים און ס'וועט, גארנישט עלפן!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/12/2005 03:45 לינק ישיר 

יענטאאש

איך מיין אז עס פאסט נישט פאר דיר אזוי זיך צו באנארשן.




קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

תוקן על ידי - חי_וקים - 22/12/2005 3:45:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 03:34 לינק ישיר 

איך וויל עפעס אזוי שטארק מגיב זיין , נאר כ'אב נישט וואס,
אב היך געטרהאכט האז דא הין דעם אשקול ווועט זיין גוט



אגב, הערטס שוין הויף צו שרייען אזוי אויעך חי_וקים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 03:26 לינק ישיר 

חי וקאייאם;

היך גיי הינהערגעץ נישט, היך בלייב דא, קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 03:24 לינק ישיר 

נאטורליך

פון וואו האסטו געוואוסט?



קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 03:20 לינק ישיר 

יענטאאש;

איך בעט דיר האישית'דיגע טובה,

טראג זיך אפ פון מיר...!!!




קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 03:19 לינק ישיר 

חי וקים, איר הייסט אפשר יאנקל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2005 02:56 לינק ישיר 

חי וקים;

היך ווייס האז היך קען שרייען חי וקים ביז מארגן, הון ס'וועט מיר סייווי גארנישט עהלפן, האבער זאג מיר דעם אמת, פון וואו קומען האט די האלע שרעקעוודיקע מאסעס????...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א צפת'ער קללה...!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext