בית פורומים היימישע קרעטשמע

Is the four-letter word “so” dirty

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2005 06:08 לינק ישיר 
Is the four-letter word “so” dirty



ווען דו טראכסט פון די ACLU וואס פליט דורוך דיין מוח?

קאמעניסטן? פאשיסטן? טעראריסטן?

אויב האט ראש לימבאו ענד קאמפאני די מאנאפאל איבער דיין מוח, איז, מסתם, דער ענטפער: אלע דריי!

א געוויסע קאנסערוואטיווער טאלק-ראדיו פיגור האט אמאל סארקאסטיש געלערנט פשט אין איר נאמען:
American Criminal Lawyer Union!

וואס באדייט טאקע די ACLU? מיט וואס באשעפטיגטן זיך זיי? און וואס איז איר ציל?

אין קורצן: די ACLU איז א נאציאנאלע ארגענעזאציע מיט זעלבסטשענדיגע פליגלען איבערן לאנד, געגרינדעט מיט בערך א הינדערט יאר. זי זאגט אז איר ציל איז צו "פארטיידיגן אין אנהאלטן די פריוואטע רעכטן אין פרייהייטן וואס איז גאראנטירט פאר יעדען יחיד".

וויאזוי טיט זי דאס פארטיידיגן?

דורוך די קאורטס.

דהיינו ווען זיי שמעקן א קעיס ווי די רעכטן פון א יחיד ווערט פארלעצט, ברענגן זיי א לאוסוט אנקעגן די רודפים, צו איז דאס אן ארגענעזאציע, קאמפעני אדער און ספעציעל די רעגירונג.זיי דינען ווי א וואטש-דאג גרופע וואס שעלט צו לעגאלע הילף און ראט.

אין טייל קעיסעס ווי זיי זענען נישט א חלק פון די צדדים, וועלן זיי זיך אבער לאזן הערן דורכן צושטעלן א לעגאלע מיינוג פאר די קאורט.

איז די פראגע: וואס קען דא ווערן אנגעריפן "קרימענאל"? נאציס?

האט דען נאצי דייטשלאנד אדער דער מארקס'ישט רוסלאנד געקעמפט אזויפיל פאר פרידאם אוו ספיטש???...

איז דאס נישט די שענסטע זאך פון דעמאקרעסי אז נישט בזרוע, נישט מיט קיין ריאטן רופט דער נרדך נאך הילף, נאר מיט בלוז א פרידליכע ווענדונג צום געריכט?

מה נפשך, גיט דער קאורט גערעכט פאר די ACLU, זיינען זיי דאך די העלדן, און אז נישט, איז דאך זיכער גיט (פאר די קעגנערס) וואס קען שוין גיין ראנג פון א קאורט קעיס?

אויב יא אריינלערן פשט וואלט איך ליבערשט געגיינגן מיט נאמען וואס געוויסע קעגנערס נוצן:

Always Causing Legal Unrest

דאס יא!

קאפ דרייעניש מאכן זיי אן געניג. קאנטרעווערסיעל זענען זיי ביז גאר. סיי מיטן פארטיידיגן פרי-ספיטש פאר נעא-נאציס אדער אנדערע ראסיסטישע גרופעס, צו ווען זיי פרובירן צו לייגן פרייועסי העכער סעקיורעטי.

נאכמער, אין געוויסע פעלער האט די ACLU אנגעמאכט קאפ ווייטאג פאר די ליבעראלע, ווי אויך האבן זיי פארטיידיגט אליווער נארט, א קאנסערוואטיווע ליבלינג, ביי די איראן קאנטרא קעיס. ווי אויך זיינען זיי קעגן קאמפעין פינאנץ רעפארם צוליב דעם וואס עס טוט צומען ספיטש, א קאנצעפט וואס מ'קען נאך היינט הערן פון די ביג גאנס ווי לימבאו א'ריילי און באב גרענט.

כ'קען פארשטיין ווען מענטשען גלייכן נישט די וואס האבן די העזה צו טראכןפיטש קאפויער פון זיך. קאנטרעווערסיע איז אבער נישט געפארפול ווען אלעס ווערט בלויז אויסגעקעמפט אין געריכט.



דאס איז אלעס פארוואס איך האלט אז זי איז "נישט" קיין "געפאר". אבער איך האלט נאכמער: אזוינע ארגענעזאציעס זיינען גאר א טובה פאר סאסייעטי.

דא קומט אריין מיין אידיש'ע אידענטיטיעט.


שטאמענדיג פון דורות אינטערדריקטע און באקריווענדע, גלייב איך אז די בעסטע שוץ פאר מינארעטיס וואס זענען אויסגעשטעלט צו רדיפות איז נישט די קאנסטעטוציע וואס איז געשריבן געווארן מיט א צוויי הינדערט יאר צוריק. די פאנצער איז די גרופע וואס איז אנטשלאסען אן האט די "חוצפה" צו מאכן די קאנסטעטוציע ארבייטן!

צו זיי טייטשן גיט אויס דעם ביל אוו רייטס דאס וועט שוין די קאורט לאזן הערן, אבער ביזווילאנג עס איז נישט דא איינער וואס זאל מאכן א ויצעקו איבער רדיפות וואס קומט פאר ערגעץ אין די באנדאקס קען דער קרבן אויסבליטן.

ווען די לאקאל פרעסע איז גאר די וואס שטיצן די פראבלעם, אין די אלגעמיינע פרעסע איז נישט אינטערעסירט אין א אומגאנגבארע מעשה, בלייבן די אויגן פונעם נרדף געוואנדן בלויז צו די ארגענעזאציעס וואס זיינען נישט דא פאר די געלט.

(אז מ'רעדט שוין פון געלט. די ACLU האט שוין עטליכע מאל צוריקגעוויזן געלטער וואס וואלט זיי אפשר-אמאל געקענט באגרעניצן זייער אקטיוויטעטן, זייער עיקר ארגענאזאציע'ס איז נישט טעקס דידאקטאבאל, די דיוס ועוד)

איך קוק עס אן אין קאנקעסט פון היסטאריע.

ס'איז נאך גאנץ נאנט צו די שלושים פון ראזע פארקס, די פרוי פון מאנטגאמארי אלאבאמא. דארט ווי א שווארצער האט אמאל נישט געקענט זיך רעגעסטרירן צו שטימען, כאטש די געזעץ האט יא ערלויבט, נאר פשוט ווייל פאר די באמטע האט נישט געשמעקט אז די שווארצע שטימען. דארט ווי א שווארצער האט נישט געקענט זיצן אויפן באס פארענט אדער נעבן א ווייסער, ביז פארקס האט זיך קעגן געשטעלט אין די עסק האט זיך דערקייקעלט אין געריכט מיט א זיג פאר די באקריווענדע.

זיי זענען געווען גערודפט דורוך די פאליציי, רעגירונגס אינסטאנצן, שכינים און פון די לאקאלע פרעסע. גארנישט האט זיי געקענט באפרייען נאר א לאוסוט אין פעדעראלע געריכט!


אמת אז געניג פון די ACLU קעיסעיס זענען נישט פאפולער בשעס ס'ווערט אויסגעקעמפט (טיילוויז צוליב די רעכטע טאלק רעדיו אדער רעכטע פאליטישאנס). אבער ווען די אלע עמאציען גייען פאראיבער און מ'קוקט צוריק מיט א ניכטערע בליק זעהט מען אז זיי זענען רוב מאל געווען אויף די גיטע זייט.

פונקט ווי מיט דרייסיג יאר צוריק איז נישט געווען פאפולער צו פארטיידיגן די רעכטן פון די שווארצע, אבער היינט קען מען פשוט נישט פארשטיין אנדערש. אזוי אויך איז גיט צו האלטן פאר די אויגן אז ס'איז זייער מעגליך אז אין דרייסיג יאר ארום ווען די אלע וואס שטיפן די געצומטע קאנסערוואטיווע אגענדע ווען שוין נישט זיין פארענט פונעם מייקראפאן, אין די אלע "רעכטן" וואס ווערן יעצט אויסגעקעמפט אין געריכט וועלן ווערן איינגעגלידערט אין די אמעריקאנע מוחות אלס א פשטות. מעגליך אז מ'וועט נישט קענען גלייבן אז ס'זענען אמאל געווען אזויפיל מענעטשען וואס האבן געטראכט אנדערש.

די ACLU, גלייב איך, איז גיט פאר סאסייעטי; גיט פאר אידן. און ווילאנג די באלאנס פון די קאורטס ווערט נישט גענויגט דראסטיש צו איין זייט, וועט די ACLU פונקט ווי די קאורט נישט זיין קיין סכנה פאר קיינעם, און וועט ווייטער אנגיין מיטן אנזייען UNREAST...


וואס האלט איר איבער די פאר לעדער ווארד???



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2005 01:00 לינק ישיר 

Thanks for the new addition in my poor vocabulary!

לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2005 00:39 לינק ישיר 

אל תאמר כשאפנה.

מיר זענען ביידע נישט גערעכט. ווען די ACLU וואלט ווען ארויסגעזאגט ווי א "ווארט" דאן וואלט עס געווען א acronym , אבער יעצט אז מ'זאגט ארויס איטליכער אות באזונדער דאן איז דאס א initialism

יעצט לגופו של ענין: נאצי דייטשלאנד איז נישט געווארן "דער" נאצי דייטשלאנד וואס אונז ווייסן צוליב דעם וואס די היטלער יוגענט האט מארשירט אין די גאסן אין געשפיגן האס.

נאצי דייטשלאנד'ס ריכטיגע גרויל איז ארויסגעקומען ווען זי האט סיסטעמאטיש אין "לעגאל" אנגהויבן צו בינדען די הענט און פארשטאפן די מיילער פון אידן און ווי אויך אירע פאליטישע קעגנערס. דאס האט דערשטיקט יעדן קול מחאה אין היטלער האט געקענט אנגיין אומגעשטערט.

יעצט זאג דו מיר, וועלכעס איז מער געפארפול פאר א לאנד? צוימונג אויף ספיטש, אדער א העסליכע צוזאמקום???

בוט דאנט געט מי ראנג! ווען איך שרייב דא מיין מיינונג, קלינגן נאך אין מיינע אויערן די ביטערע שילדערונג פון מיין זיידע און באבע איבער זייער אונדעטרעגליכע ליידן. עס ליגט מיר גיט אין זכרון די נעמען און די יארצייטן פון אלע זייער ברודערס שוועסטערס טאטע און מאמע וואס זיינען בארבאריש ערמרדערט געווארן דורך נאצי דייטשלאנד.

מיין ארגומענט זאל גענומען ווערן און באטראכט, פאר וואס עס איז, אן קיין געפילן. איך ווארט צו זעהן ווער וועט זיין דער ערשטער אריינצורופן די Godwin's Law אין די שמועס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 20:14 לינק ישיר 

וועלקאם בעק גייס!

צום אלעם ערשט, דורכשניטליכער;

קודם צום קעפל:
It's not a "Four" letter "WORD", it's rather an "ACRONYM"

איך שטום צו עטליכע נקודות, וועירעס; איך דיסעגרי מיט אנדערע.

איך וועל נאר דערמאנען טייל, פאר אינסטענס:

צו פארטיידיגען נעא-נאציס אדער טעראריסטן איז א עוון פלילי ווי מ'זאגט און לשה"ק "אין רחמים בדין" אסאך מאל מיז מען גיין אוט אף די באקס בכל חומר הדין צו עלימינירן אדער לכה"פ באגרעניצן זייערע אקטיוויטעטן וכו'.

לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2005 17:54 לינק ישיר 

די ליין איז אזוי פאפולער אז ס'איז מעגליך איך האב עס געהערט פון אנדערע פונקט ווי פין הענעטי. זינט די זכרון איז א גנב, קען איך נישט אויסשליסן איין וועג אדער די אנדערעץ

נעווערדילעס, ס'גלייב זיך שווער אז הענעטי זאל זאגן עפעס וואס ער האט נישט קודם געהערט פון זיין רבי, לימבאו....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 14:33 לינק ישיר 

average;

דעם ליין פון ווינסטאן טשורטשיל האסטו אליין געליינט? ווייל איך מיין אז דאס איז פון שאן הענעטי'ס פעווארייטס, ווען האסטו אים געהערט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/12/2005 19:36 לינק ישיר 

פענטסטער, ס'גיט צו הערן אז די קענסט מיך פון ישיבה.

גראדע האסטו צוגעטראפן, כ'פלעג הערן לימבאו און אפי' היינטצוטאגס קען איך נאכאלס, פון צייט צו צייט, הערן וואס ער ,קען באשטיין איך זאל מיינען אז ער, האלט. הענעטי וועל איך אבער נישט הערן אפי' AT GUN POINT

טאקע דאס מאכט מיך אויס איגנארענט, דהיינו איך הער קודם וואס זיי האבן צו פארקויפן און ערשט נאכדעם באשלוס איך צו זיי מאכן סענס צו מיר.

דיין פארשלאג אז איך האב זיך געביטן פון די אינגע יארן קאנסערוואטיוו צו די עלטערע יארן - פראגרעסיוו, שטימט נישט מיט די אפשאצונג פוו מיין באליבטען שרייבער און פאליטישאן: ווינסטאן טשורטשיל.

"Any man who is under 30, and is not a liberal, has no heart; and any man who is over 30, and is not a conservative, has no brains." -



חוץ אז דו ווילסט גיין אזוי ווייט און זאגן אז איך האב נישט קיין HEART און אויך נישט קיין BRAINS



איך זעה די אישו איז אריבער צו "ווער איך בין, וואס איך בין". קען איינער רעאגירן צום אישו פון ACLU אליין????

תוקן על ידי - average - 25/12/2005 19:39:27



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2005 18:52 לינק ישיר 

פענסטער;

ס'נישט קיין סתירה. מענטשן ווערן עלטער און קלוגער (כל זמן שמזקינין וכו') אדער נארישער.

איך קען עטליכע וואס פלעגן הערן דעם פלוישער זייער רעליגיעז, אבער היינט קענען זיי נישט עסן ווען ער רעדט, ער נעמט זיי פשוט אוועק דעם אפעטיט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/12/2005 04:14 לינק ישיר 

געטס א קוק ווער ס'רעדט!!!...... עווורידטש; פאר דע חברה דא קענסטו איינרעדן וואס די ווילסט, אבער איך געדענק דיך נאך פון ישיבה זיצן צוגענאגלט צום רעדיאו די פאר שעה וואס "לימבאו" האט גערעדט, און וואס ער האט געזאגט האסטו אפגעקויפט פאר גוט געלט. פלוצלינג ביסטו מיר געווארן אויפגעקלערט די פארשטייסט שוין חוזק צו מאכן פון די אינגעלייט וואס בעמבלן נאך לימבאו.......

עניוועיס אז איך רעד שוין יא צו דיר לאמיך דיר שוין געבן א קאמפלימענט אויך, זייער שיין געשריבן, נאט אייך פון די גרינע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2005 02:06 לינק ישיר 

עוורעדזש;

פאר דיין ארטיקל.

דו שרייבסט זייער גוט וועגן דעם פוינט, אז דער איד זאל זיך נישט פילן קיין סאך מער העכער און געשעצטער פון דעם שווארצן אדער ספאניאלא.

ווי אויך דער פונקט וואס דו האסט נאר אנגעכאפט אויפן שפיץ גאפל בדרך אגב, איבער די אינגעלייט וואס פיסקעווען נאך די גראב-רעדנדע קאנסערוואטיווע טאלק שאו האוסטס אזויווי לימבאו און הענעטי.

שטייען זיי און זאגן איבער די באסאווע קאנסערוואטיווע סטעיטמענטס און מיינונגען אין די זעלבע צייט ווען אין די קעשענע קוועטש זיי אט די זעלביגע רעפאבליקאנער-פארפיינטע פוד-סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן-עיט, וועלפעיר, און וואס אימער דער אמעריקאנער פעטער איז האלבוועגס מסכים צו פארטיילן.

שוין עניוועי.... כ'מיין כ'האב שוין צופיל גערעדט.... באלד קומען די פראטעסטן...



תוקן על ידי - יענטאאש - 23/12/2005 2:06:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 16:25 לינק ישיר 

boon·docks (bndks)
pl.n. Slang
1. Wild and dense brush; jungle.
2. Rural country; the backwoods


http://www.thefreedictionary.com/boondocks


Sorry, I didn't realize that the slang is so rare. Obviously you haven't get to hear it because you are not …. well, you know, from the boondocks…

Anyway, thanks for your acknowledgment.



ערוך הודעה:

אקיי, האב זיך דערדראפאוועט צו א קאפיוטער וואס טייפט אידיש.


איך מיז מיך אנטשולדיגן פאר די ספעלינג טעותים אין מיין עסיי. דאס איז חוץ די טעותים אין אידיש וואס איך ווייס נישטאמאל וויאזוי ס'איז ריכטיג....

כ'האב זיך געיאגט צו פייערן דעם היינטיגן יום הצלה והשחרור, דורכן שרייבן איבער חירות.

אזוינע אישוס ווי אימעגראציע האט געשפילט א גרויסע ראלע פאר אידן אין אמעריקע דאמאלס נאך די קריג.

היינט דרייען זיך ארום אינגעלייט און בעבלען נאך לימבאו און הענעטי איבער "שטרענגע" אימעגראציע פאליסיס, מיינענדיג אז דאס אפעקט בלויז די ספאנישע.

ווען א געזעץ ווואס טיט פראמאטן ענגליש אלס א פארלאנג אין אמעריקע, פריי דיך נישט אז מ'האט צוגעפיקסט דעם ספאניאלא. דער איד איז פונקט אזוי באדראעט. (אדער נאכמער, ווייל דער ספאנישער "קען" זיך כאטש גיין לערנען)

אבער דאס האט שוין נישט צוטין מיט די ACLU, כ'בין פארקראכן.


תוקן על ידי - average - 22/12/2005 16:35:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2005 07:11 לינק ישיר 

עווערעדזש;

די קריגסט פיר שטערן'ס פארן ארטיקל!


איך גלייך זייער דיין וועג פון ארויסברענגן א זאך, ריכטיג אדער נישט; לייגסט גוט פאר דיינע טענות און שטעלונגען!

און פאר איך פארגעס... איך גלייך דיין קעפל!

--
אויך גלייך איך דיין אידיש/ענגליש, זיי מיר נאר מסביר פשט אין איין ווארט:

צו זיי טייטשן גיט אויס דעם ביל אוו רייטס דאס וועט שוין די קאורט לאזן הערן, אבער ביזווילאנג עס איז נישט דא איינער וואס זאל מאכן א ויצעקו איבער רדיפות וואס קומט פאר ערגעץ אין די באנדאקס קען דער קרבן אויסבליטן.

וואס מיינט דאס???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > Is the four-letter word “so” dirty
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext