| נשלח ב-29/12/2005 23:30 |
|
| |
רעפערענדום: רשות כתיבה אין די קרעטשמע?
א פרייליכן חנוכה אלע חשובע מעמבערס, שרייבער און ליינער פון די קרעטשמע שיחיו!
ביי א באהערדע מיטינג וואס איז פארגעקומען היינט - דעם פערטן טאג חנוכה - איז אויפגעברענגט געווארן אויפן סדר היום א נייע איידיע, וואס פארדינט ארויפגעברענגט צו ווערן פארן חשוב'ן ציבור, זאל דער עולם לאזן הערן זייער מיינונג דערויף.
אויף היידפארק זענען פארהאנען דריי סארטן פורומים: 1) אזוי ווי "היימישע קרעטשמע", וואו יעדער איינער אן אויסנאם קען "ליינען" און "שרייבן" (אויב מען פארמאגט א ניק). 2) אזוי ווי "חדשות אנ"ש", וואו יעדער קען ליינען, אבער כדי צו שרייבן דארט ברויך מען האבן רשות פון די מנהלים. 3) אזוי ווי "חדרי חרדים משפחה אידיש", וואו מען קען אפילו נישט אריינגיין דארט ליינען די אשכולות אן ערלויבעניש פון די מנהלים.
אונזער פאליסי איז פון שטענדיג אן געווען אז עס איז נישטא וואס צו באהאלטן, יעדער מעג ליינען, און עס איז נישטא וואס מורא צו האבן, יעדער מעג שרייבן. און עס קען זיין אז אסאך פון ענק האלטן אויך אזוי.
אבער צווישן די טויזענטער נארמאלע מענטשן וואס דרייען זיך אדורך דא אינעם פארק, זענען דא עטליכע (און אפשר מער ווי עטליכע) טאטאלע .......[פילט אריין וואס איר ווילט] וואס פרובירן אריינצודרינגן אין יעדן נארמאלן פורום און איבערלאזן דארט א גערוך אז עס זאל זיך שפירן אז זיי האבן דארט באזוכט.
מיר מנהלים שטייען ב"ה אויף דער וואך, מיר האבן נאך עספיעט אויסצומעקן יעדן נארישן תגובה ביז א נישטיגע קורצע צייט פון ווען יענער האט דאס ארויפגעלייגט, טייל מאל האבן מיר געכאפט דעם פיש פאר די נעץ, און מיר זענען געווען דער ערשטער בליקער אויפן אשכול און דאס תיכף אויסגעמעקט, און - ווי פארשטענדליך - חוסם געווען דעם צודרייטן וואס האט דאס ארויפגעשטעלט.
אבער דער יעניגער (און אפשר זענען דא מער ווי איינער פון זיי) האט מיליאן ניקס, און ווען מען איז חוסם איין ניק, קומט ער ארויף מיט א צווייטע, ואין לדבר סוף.
קומען מיר דא מיט א שאלה צום חשוב'ן עולם: זאלן מיר פארשפארן דעם פורום פאר נייע שרייבער (אלטע שרייבער וועלן אי"ה באקומען רשות איינס צוויי)???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2006 17:53 |
|
| |
שלמה המלך דער חכם מכל האדם איז געווען זייער קלוג, מיר פרייען זיך צו הערן א מיינונג פון איהם איבער די אזוי וויכטיגע אישו, אבער לדאבוני האב איך נישט פארשטאנען זיין טיפע תגובה, וויסן זאלט איר אז מיר זענען קליינע מענטשלעך, מ'דארף אונז אלץ פארציילן ברחל בתך הקטנה.
מיט דאנק פון פאראויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2006 03:08 |
|
| |
פארוואס לייגסטו א געיט ארום די לעיק?
עס איז שוין יארן אזוי און נאר 4 מענטשן זענען אריינגעפאלן אין אלע זענען ארויסגעקומען לעבעדיג...
הנמשל מובן!
יעדע זאך האט מעלות אין חסרונות. וואס וועגט איבער?
איר האט גוט ארויסגעברענגט די זאך... מיט דעם וואס מיר ברויכן אייך פאררעכטן ווייזט איר אז נישט יעדער ברויך האבן דא רשות כתיבה, אבער מאכט נישט, מיר מעקן און שוין.
תוקן על ידי - kraitchmer - 04/01/2006 3:15:09
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:26 |
|
| |
ווילי-יונג, פארוואס זאגסטו אז עס איז אוממעגליך? איך האב קאנטאקטן מיט די מנהלים דא, זיי זאגען מיר אז מען מעקט דא נישט קיין תגובות. פעריאד. דער פורום שטייט שוין זייער לאנג אויף דעם אופן, יעדער קען שרייבן, יעדער שרייבט, און מען ברויך קיינעם נישט מעקן (אויסער אמאל אמאל).
מיין שטומע איז: לאזן וויאזוי עס איז! סטאטוס-קווא!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 23:13 |
|
| |
לויט ווי מיר קוקט אויס איז אומעגליך צו האלטן א פורום נארמאל אויב עס איז אפן פאר יעדן.
מען דארף אויטאמאטיש געבן רשות כתיבה פאר עניבאדי וואס האט שוין דא געשריבן נארמאל. (אינקלודינג מיך... כאטש עס איז מיין ערשטע שמעק טאבאק דא אין קרעטשמע)
עס קומען נישט צו 100טער א טאג חוץ פין די וואס מאכן זיך נייע ניקס וואס טאקע פין זיי דארף מען וואטשן.
ע"כ איז דער מיינונג פין ווילי_יונג פארן טרינקען... קען זיין נאכן טרינקן וועט מיין מיינונג זיך טוישן...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:15 |
|
| |
עס קען זיין ווייל ער שעמט זיך!!! און ס'קען טאקע זיין אז ער גייט מיר נישט געבן קיין רשות דאס ארויפצולייגן דא, עכ"פ איך האף אים צו קאנווינסען אז עטליסט אן א נאמען זאל ער מיר עס לאזן ארויפלייגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:11 |
|
| |
פענסטער;
דער וואס האט דיר געשיקט אין אישית, פארוואס האט ער עס נישט געקענט גלייך ארויפלייגן דא??? מיר האבן דאך נאכנישט פארשפארט דעם פורום?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 22:10 |
|
| |
איך בין אלל די וועי פאר יא!!!
קודם כל קוקט מיר אויס אז נישט יעדער האט פארשטאנען פון וואס מ'רעדט דא, ס'האט נישט געמיינט צו זיין פארמאכט פאר ליינען אויך, נאר פאר שרייבן סאו וואס איז די פראבלעם 'יאנאש'? אז די ווילסט יעצט שרייבן דארפסטו דאך פונקט אזוי אריינלייגן דיין נאמען און פעסווארד, און די זעלבע וועט זיין אויב מ'וועט דארפן האבן דא רשות כתיבה.
און צווייטענס, מ'רעדט דא נאר פון נייע שרייבער'ס, אלע (כמעט...) אלטע שרייבער'ס וועלן באקומען רשות דא צו שרייבן נאך פאר זיי פארלאנגען עס, סאו 'הצלה' קען זיין רואיג אז אויב עס ווערט איינגעפירט, קען ער ווייטער שרייבן דא אומגעשטערט.
און דריטנס האב איך באקומען פון איינעם אין אישי שטארקע שטיצע פארדעם, איך גיי אים בעטן רשות עס ארויפצולייגן דא, אפשר דעמאלטס וועט איר מיך אביסעל בעסער פארשטיין, אויב עטס פארשטייטס נאך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2006 21:55 |
|
| |
דערווייל האלטן די "נעי" שטומען מיט אן איבערוויגענדע מערהייט, האט נאך איינער עפעס מוסיף צו זיין פאר מען מאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס???
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2006 04:59 |
|
| |
ניין!!!
איך האלט אז מען דארף יעדעם לאזן שרייבן
ס'איז טאקע דא משוגעים וואס שרייבן נארישע זאכן אבער מיר זענען נישט אין די אמאליגע ראסלאנד וואס מען פלעגט נישט לאזן רעדן וואס מען האט געוואלט
מיין מיינונג איז אז מען זאל לאזן יעדעם שרייבן אין אז עס מאכט זיך א זאך שאין רוח חכמים נוח ממנו זאל מען דאס גלייך אראפ נעמען
איך פלעיג אלע מאל ליב האבן צי ליינען די היימישע קרטשמע טאקע פארדעם אז אויב איך וויל עפעס שרייבן זאל איך קענען אין איך בין זיכער אז עס איז דא נאך אזעלעכע ווי מיר
יישר כח פארן אנעמען מיין מיינונג
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 23:08 |
|
| |
איפ מיי עפיניען קאונטס איי דאנט סי וויי טו דו איט.
ווער וועט טרינקן ביר איינגעשפארט?? די גאנצע געשמאק איז דאך אז מען פאלט אריין און מען רעדט, אז מען דארף זיך שוין איינשרייבן (יעדעס מאל פארווער עס האט א בעה"ב) ווערט שוין א מבוקה.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2006 21:24 |
|
| |
המממממממממ............ גאנץ א שווערע שאלע, שוין איך האב שוין א תירוץ,
"איך קען נישט דעסיידן"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 15:32 |
|
| |
מען ברויך זיך צו האלטן צום אפיצילען פּאַליסי פון "מסורת" איינגעפירט פון איר מנהל "דוד10"
אויב האט מען איינעם דורכאויס דעם טאג אנטקעגן איבער א קאמפיוטער סיי ווי סיי, לוינט זיך נישט צו פארמאכן.
אבער טאמער מען איז נישט אין פארענט פון קאמפיוטער איבערן טאג דארף מען דאס פארשליסן און נאר מיט רשות כתיבה זאל דאס געפירט ווערן.
[email protected]
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 08:45 |
|
| |
לעניית דעתי איז די שאלה נאר
אז דער פורום זאל ווערן מדרגה 2, ריכטיג?
דהיינו לאזן אפן צום ליינען און פארשפארן צום שרייבן.
איז אזוי,
ממה נפשך, וועט מען דאך אויסמעקן א נארישע תגובה, יא,
סאו פארוואס דארף מען ביזי זיין געבן רשות כתיבה
א משוגענע תגובה אראפ דערמיט און פארטיג.
פונקט ווי די מנהלי חדשות אנש זענען כסדר ביזי מעקן
און דאס שוין פון די 'ערלויבטע' שרייבערס, נו די זעלבע
קענט איר דאך טון ווען יעדער איז ערלויבט, נישט אזוי ?
פארוואס מאכן נייע זאכן, חדש אסור מן התורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:47 |
|
| |
סאיז אסאך גרינגער ארויס צי ווארפן איינעם (חוסם זיין)
פין קרעטשמע .
ווי צי מאכן א לאנגע ליין אינדערויסן
אין א....... וועט זיך מיילה אריין כאפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2005 07:26 |
|
| |
לענ"ד זאל מען יעדען געבען רשות כתיבה, א איד איז דאך בחזקות כשרות ביז.
אויב איינער קומט דא מאכען א שטינק וכו' זאל מען אים חוסם זיין אויף תמיד.
|
|
|
|
|