| נשלח ב-16/1/2006 22:53 |
|
| |
היימישע טעלעמארקעטערס: הערט אויף!!!
דעם פאלגענדן אשכול האב איך היינט צופרי געגרינדעט אין דערנעבנדיגן פורום "חדשות אנ"ש", אבער היות די טעמע איז פארדרייט געווארן, אויך האט מר. קרעמער פארלאנגט אז איך זאל צוריקקומען אין קרעטשמע, וועל איך דאס דא ארויפלייגן לתועלת הרבים
פארפאלן, אז עס טוט וויי שרייט מען, און איך האף אז איר וועט מיר אויסהערן, און פעולות וועלן געטאן ווערן אפצוטאן פון אונז די נייע אנשיקעניש וואס נעמט מיר שוין ארויס פון גלייכגעוויכט, און דאס איז די רעקארדירטע מעסעדזשעס וואס רופן אריין אין שטוב יעדן טאג אן אויפהער
צו וואס ברויך איך געשטערט ווערן פון מיינע וויכטיגע ענינים (יא! אנטוהן די קינדער איז אויך וויכטיג, אזוי איז אויך זיי לייגן אין בעט אריין, און סתם דערציילן א מעשה ביי נאכטמאל) נאר צו הערן אז די און די פאנדיעלא געשעפט האט זיך מיישב געווען אראפצוציען די פרייזן ביז דרייסיג פראצענט (איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז דאס איז לויטער שקר, זיי לייגן ארויס איין 'רעק' מיט זיבן קליידער פאר די ביליגע פרייז, וזהו)???
זיץ איך אויפן פאטעל און פרוביר זיך מצמצם צו זיין אין א גוט שטיקל שאפערס ראוט, ברויך זיך דער טעלעפאן צוקלינגן און אויפוועקן די גאנצע הויזגעזונט (יא! זיי רופן אויך ווען די קינדער גייען שוין שלאפן) מודיע צו זיין אז האצענפלאצער רבי וועט יא ערשיינען צו מלוה מלכה לטובת מוסדות קאסקיאסקא???
איך מיין צו זאגען, דאס אמעריקאנע פאלק האט שוין איינמאל אויסגעשריגן זייער וויי געשריי און טעלעמארקעטערס ווייסן שוין אז זיי קענען געשטראפט ווערן אויב זיי דרייען א קאפ פאר מענטשן וואס האבן זיך איינגעשריבן אויף די "לאז מיר צורוה" ליסטע, וואס זאלן מיר אידעלעך זיין גרעסערע נודניקעס ווי די טעלעמארקעטערס???
רבותי!!! א קול מוז געהערט ווערן! איך האב ביי זיך באשלאסן אז א צוועק וואס רופט צו מיר אין שטוב, באקומט נישט קיין גרייצער (כאילו אנע דעם יא...)!
פאריגע וואך האט מיר א געוויסער מענטש (פערצופאל א גר) אנגערופן בלי שום גוזמא דריי מאל אין די זעלבע שעה צייט!!! אנטשולדיגט מיר! EXCUSE ME דאס גרעניצט זיך מיט פעגעריי און נערוון קריכעריי, און איך וועל דאס נישט דולדן!!
א קול גייט ארויס פון דא וואס זאל געהערט ווערן צו אלע אדווערטייזערס: פון מיר וועט איר קיין געלט נישט מאכן אויב איר וואגט זיך צו רופן מיין טעלעפאן!! איך וויל דאס נישט ברויכן נאכאמאל זאגן!
און יא! איך רעד אויך צו די מוסד וואס רופט ארום זיבעצן מאל א וואך מודיע זיין אז עס גייט פאר א רעגיסטראציע (פערצופאל האב איך שוין יא באצאלט שכר לימוד, מאך משוגע א צווייטן).
החותם בכאב לב
הק' גראף
רבותי, זייט מודיע דעם עולם אויב עס איז דא א וועג וויאזוי מען קען זיך ארויסדרייען פון די חברה, ווייל איך מיין אז בלאקן די טעלעפאן פאר פרייוועט נומערן העלפט נישט דערויף, זיי קומען ארויף מיט א נאמען און טעלעפאן נומער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 22:18 |
|
| |
דיפלאמאט
איך רעג זיך? ווען נישט די טעלעמארקעטערס וואלט איך געהאט איין מינוט ווייניגער שטאף וואס צו שרייבן, איך וואלט זיי געדארפט באדאנקן...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 21:43 |
|
| |
שלום הרב דיפלאמאט
איך פריי זיך צו הערן אז איך בין אויף דיין הייד פארק ליסט, נתתי שמחה בליבי, אה ממש יו מעיד מיי דעי.
איצט צוריק צו די נושא פון דעם אשכול, איך האב הנאה פון דיר בן הרחמן, אז דו ווילסט מיר נישט געבן דיין טלפון נומער, איך פארשטיי אז די גלייכסט מער צו הערן 20 טעלעפאן רופן א טאג ווי איידער אמאל אמאל, איבער קרעטשמע ענינים, וואס דאס איז נאך לכאורה אזוי וויכטיג וואו די אלע טעלמארקעטינגס, אבער הבחירה בידך.
האט מיר און זייט מיר, איך האב גראדע געוואלט ענפערן מיט די זעלבע אותיות ווי בעני, אבער וואס זאל איך טוהן אז הייד פארק האט זיך בארעכנט פאר די חסידישע אידן צוריק צולייגן די אלטע מאדעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 21:03 |
|
| |
התאחדות,
ערשטנס, בארואיג זיך, און נעם עס נישט אזוי פערזענליך. דיין שרייבן ברענגט מיר גרויס הנאה, און דו ביסט אויף מיין קורצע ליסטע פון היידפארק שרייבער, וואס ווען איך זע אן אשכול פון זיי, ווייס איך אז דארט וועל איך ליינען געשמאקע שטאף. פארוואס דאס מוז גיין צוזאמען מיט פארדרייען די ווערטער, ווייס איך נאר נישט. לא זכיתי להבין.
און יא, איך האב געמיינט 'איזי וואויס', וואס האט לעצטנס איבערגענומען די טלפון-דרייענישן מארקעט. אבער נאכאמאל דאס איז געווען לאנגע יארן פריער, און ער האט עס נאר פארשנעלערט און פארבעסערט.
ווער עס געטרויט נישט דעם דיין, זאל רופן דעם נאמבער פון 'איזי וואויס':
800-864-2323
גראף,
רעג זיך נישט אויף אים, עס איז דא נאך קאמפאניס. ער איז טאקע דער בעסטער, אבער נישט דער איינציגסטער.
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 26/01/2006 21:08:28
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 05:17 |
|
| |
התאחדות;
מיין טעלעפאן נומער פארמאגסטו דאך יא (והא ראי' דו רופסט מיר יעדע נאכט צווישן עלף און צוועלף...), געב עס זיי מוחל איבער פאר די ריכטיגע אינסטאנצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2006 02:11 |
|
| |
היינט האב איך ערהאלטן אזא סארט מעסעדזש, איבער א בראווערמאן דרשה. די עריע קאוד אויפן רופער אידענטיפיקאציע איז געווען 845.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 19:20 |
|
| |
כבוד הרב דיפלאמאט שלום
אזוי ווי איך מאך דיר נערוועז דורך שרייבן מיט נישט קיין גוטן אויסלייג, על כן וועל איך פרובירן דאס מאל צו שרייבן לויט די כללים אין אידיש (אויב ס'איז דא בכלל אזא סארט זאך, פארגעס נישט כללים איז נישט קיין אידיש ווארט)
אויב ס'איז מעגליך אפשר קענסטו דא מודיע זיין אויב די אידישע טעלמארקעטינג איז איזי וואויס, אויב יא דאן קען איך גוט דעם בעל הבית דערפון, און ווער עס וויל קען איך איהם מודיע זיין יעדער איינער וואס וויל אראפגיין פון די ליסט, און אזוי ווי דו האסט געשריבן אויבן אז דאס איז נישט קיין פראבלעם מיט איהם, אויב איז דאס אן אנדערער אדרבה זיי אונז מודיע ווער דאס איז, און אפשר וועלן מיר איהם געבן ביזנעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 05:55 |
|
| |
דיפלאמאט שרייבט: ווען איך האב אים געפרעגט אז מיר זעט אויס אז עס איז לעצטנס געווארן א מגיפה אין דעם ענין פון די קאלס, וואס איז דאכט זיך נישט געווען אין די פריערדיגע יארן, און אים געפרעגט היתכן צו משוגע מאכן אזויפיל אידן? זאגט ער אז דאס איז א טענה קעגן די מוסדות וואס פלעגן דאס אייביג טוהן, נאר אויף אנדערע אופנים, און זיין מעלה וואס ער האט אליינס ערצייגט איז נאר, אז ער קומט אן צו א פיל גרעסערער עולם אין גאר א קורצער צייט. וואס פלעגט אמאל נעמען עטליכע שעות, נעמט היינט ממש א שעה צוויי. אבער דער עצם קאל פלעגט אלעמאל זיין. און אויב מען האט טענות זאל מען רעדן צו די ראשי המוסדות אז זיי זאלן אייך ארונטערנעמן פון די ליסטע.
במחילת כבוד פון דעם יעניגן מאן דהוא וואס איך בין אים נישט מקנא אויב איך טרעף אים אין א שטיל געסל איינער אליין דריי אזייגער פארטאגס (דיפלאמאט: מיט דעם קענסטו שוין פארשטיין די ראסס סטריט מעשה..), איז ער אזוי ווייט פון גערעכטיגקייט כרחוק מערב ממזרח.
ווען אין די וועלט היסטאריע איז געווען אזויפיל קאלס אין איין טאג? געוואלד! איך וועל דיר אראפשרייבן די קאלס פון די לעצטע פאר טאג, און זאג דו אליין אויב עס פלעגט אמאל זיין אזויפיל נאכאנאנד. רבי מאיר אליין רופט אן און איז מודיע אז זייענדיג די מוטער פון אלע צדקות (און איך האב גארנישט געוואוסט אז ברוריא אשת רבי מאיר פלעגט פירן די ביכער) וויל ער מען זאל אריבערקומען קיין וואוילע-משה טרעפן די יאכנעס און די יענטעס פון בעיסוואטער ביז מאונט-קיסקא, ווער עס האט נאר איבער צען פאר שיך אין שטוב איז מכובד אריבערצוקומען צו די נעיניס און די טאנטעס וואו מען וועט שמועסן איבער די לעצטע גאסיפ (פון די עכטע וועלט) און ערלעדיגן צוויי דריי גיטין וקידושין'ס.
דאן רופט אן די נייטרא ישיבה אז היות עס איז שוין אדורכגעלאפן א יאר זינט זייער פאריעריגע מלוה מלכה וואס איז פערצופאל אויך אויסגעפאלן אין א דינסטאג נאכט, ווילן זיי אז איך זאל זיך אריבערשלעפן צו זיי אויף אלע פיר און אויסהערן די דרשה פון הרב הגאון הצדיק שליט"א וואס איז געקומען ספעציעל פון בויבעריק צו מאכן אפאר גראשן פאר הכנסת כלה צו די חתונה פון זיין אור אייניקל וואס האט זיך שוין אליין אויסגעצאלט די חתונה דורכן שנארען אין שוהל אויסקלאפענדיג צווישן והוא רחום און אשרי-באלעציון, און די כלה ווערט אויסגעהאלטן דורך כולל שומרי החומות פון זיבנבירגן ווען עס האט נאך געהאט די אלטע אפיס און האבן זיך געקענט ערלויבן צו געבן א דאלער צוויי קיין ארץ הקודש.
איך בין אין א גוטע גיסטע היינט? קען זיין. איך קום פון א מסיבה וואו מען האט געטיילט ביר און קוגעל. א גוטע נאכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/1/2006 04:47 |
|
| |
גראף עפנט דעם אשכול מיט די ווערטער:
היות די טעמע איז פארדרייט געווארן ווי אויך האט מר. קרעמער פארלאנגט אז איך זאל צוריקקומען אין קרעטשמע דעריבער לאמיר עס צוריקפירן אויף די ריכטיגע רעלסן.
קוטשמע שרייבט,
טעלעמארקעטער אף על פי שישראל, טעלעמארקעטער הוא!
איך בין נישט נאכגעגאנגען די געזעצן, אבער איך וועל איבערגעבן א שמועס וואס איך האב געהאט מיטן בעה"ב פון די אידישע טעלעמארקעטערס. איך האף אז קיינער וועט אים נישט איבערגעבן וואס מען האט געליינט דא
פרעגנדיג וועגן די do not call list געזעצן, האט ער געזאגט אז דאס געזעץ איז נאר ווען א לעבעדיגער מענטש קאלט, אדער ווען דער טעלעפאן לאזט זיך נישט גרינג אראפלייגן. (עס איז אויף פאראן אזא זאך אז דער קאל ווערט אראפגעלייגט נאר ווען מען דרוקט א געוויסער נאמבער, אז נישט וועט עס האלטן אין איין רופן, וואס דאס איז יא אריינגערעכנט אין די 'נישט רופן' הלכות)
אויך זאגט ער מיר, אז ער איז אין זעלבן וועלט ווי אונז און ווייסט זייער גוט אז עס איז פאראן געזעצן און אלעס ווערט דורכגערעדט מיט ערפארענע לויערס.
ווען איך האב אים געפרעגט אז מיר זעט אויס אז עס איז לעצטנס געווארן א מגיפה אין דעם ענין פון די קאלס, וואס איז דאכט זיך נישט געווען אין די פריערדיגע יארן (איך בין ווייניג אינדערהיים, און איך ווייס קוים פון די קאלס, חוץ פון דא, און אז מיין ווייב שתחי' דערציילט מיר עס, און זי האט דוקא יא הנאה דערפון, איך ווייס נאר נישט אויב פון די G&G סעילס אדער פון די יאוואזשנע מלוה מלכה...) און אים געפרעגט היתכן צו משוגע מאכן אזויפיל אידן? זאגט ער אז דאס איז א טענה קעגן די מוסדות וואס פלעגן דאס אייביג טוהן, נאר אויף אנדערע אופנים, און זיין מעלה וואס ער האט אליינס ערצייגט איז נאר, אז ער קומט אן צו א פיל גרעסערער עולם אין גאר א קורצער צייט. וואס פלעגט אמאל נעמען עטליכע שעות, נעמט היינט ממש א שעה צוויי. אבער דער עצם קאל פלעגט אלעמאל זיין. און אויב מען האט טענות זאל מען רעדן צו די ראשי המוסדות אז זיי זאלן אייך ארונטערנעמן פון די ליסטע.
נאך אמאל, איך האב נישט דורכגעטוהן דעם געזעץ, און אויך נישט באשטעטיגט וואס ער האט מיר 'אליינס' געזאגט, און אדרבה אז איינער ווייסט אנדערש, זאל עס אהערברענגען.
נאך א זאך, דאס וואס ער האט אויפגעהערט רופן קוטשמע'ן דארף העלפן פאר יעדן, און נישט אז ער איז געווארן דערשראקן. ער זאגט אז דאס איז א פארשטענדליכע זאך,אז ווער עס וויל אראפגיין פון זיין ליסטע, וועט אראפגענומען ווערן.
איך האב נישט דעם נאמבער ביי מיר, אבער אז איך וועל מיט אים רעדן וועל איך עס זיכער ארופשטעלן לטובת הציבור.
תוקן על ידי - דיפלאמאט - 25/01/2006 5:05:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 19:50 |
|
| |
נאך אלעס האט נאך קיינער נישט ארויף געלייגט זייער נאמבער
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 17:27 |
|
| |
איך וויל נישט צונעמען א איד'ס פרנסה, אבער מיין רעקל וועט אי"ה נישט געקויפט ווערן דארט, עכ"פ נישט ביי די סעיל...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 16:44 |
|
| |
גראף די מעלדס אז די גייסט זיי בויקאטן, אדער פארלאנגסטו אז מיר אלע זאלען אים בויקאטען? (איך האלט אז ער וועט נישט וויינען וועגן איין קאסטעמער טיט אים בויקאטען)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 16:04 |
|
| |
היות G&G האט זיך דערוואגט עובר צו זיין אויף אונזערע רעגולאציעס, און האט גערופן צו מיר אין שטוב נעכטן נאכט נאך 8 אזייגער, מעלד איך א "באיקאט" אויף G&G סוטס!!! (ווילאנג זיי שיקן נישט ארום א מעסעדזש איבערצובעטן דעם עולם).
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 01:04 |
|
| |
אריין לייגענדיג די הענט אין די שארוולעך פון מיין רעשזוואלקע, מיט א שטילע שטימע...
ישר כח פאר די אויפנאמע, ס'פעלט נישט אויס, טאקע נישט, איך בין אקעי.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2006 22:51 |
|
| |
יאנאש;
קענסט דעם סלאגאן פון די NEW YORK LOTTO?
HEY, YOU NEVER KNOW
|
|
|
|
|