|
|
| נשלח ב-18/1/2006 16:27 |
|
| |
א בקשה צו די דרייווערס
איך שפאציר אויפן גאס (פארשטייט זיך אז אויף די סיידוואק), עס איז נאך א פעסטע רעגן, ביי די זייט פון די ראוד איז נאך דא (אין די גריבלעך) פארבליבענע רעגן וואסער. קומט צו פארן א קאר, און געט א פאר אריין אין די גריבעל, און (כמעט) די גאנצע וואסער גיט א שפריץ ארויף אויף מיר (אדער אויף די אנדערע דארעכגייער).
איך פארשטיי אז דער דרייווער טוט דאס אומווילענדיג, אומוויסענדיג, אומטראכטענדיג.
רוף איך דא אויס הויך אויפן קול.
גיט אביסל אבאכט אויף די דורך גייער.
איך בעט נישט קיין היטשעס, איך הייס נישט פארן שטייטער, איך הייס נישט פארן שנעלער. אבער איין זאך יא. שפריטצט מיך נישט אזוי אן.
איך אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערען.
און א שיינעם דאנק פאר די אלע וואס וועלן צוהערן צו מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2006 22:51 |
|
| |
האט ער געכאפט א שפריץ אבער זיין טענות איז נאר געווען אז עס וועט צישטערט ווערען זיין שיעור: היינט פרטאגס ווען איך האב גהאלטען פארן א היים גיין פין מיין ליל שישי שיעור בין איך אריבער געפארען א דידזש עס איז געווען פיל מיט וואסער איך האב נישט געקיקט אויפן סייד וואלק אבער מיין פענסטער איז געווען א ביסעל אפען און עס האט אריינגעשפריצט איך האב געמיינט אז איך מיט די פאר טראפען מעראסט אויף מיין בעקיטשע בין דער וויקטעם מיט א מאל הער איך קולי קולות פין א צעבראכען אידעל הר''ר וו.ב. איך בין שוין אזוי אויך שפעט צום שיעור יעצט דארף איך נאך אהיים גיין זיך איבער טוישען ווער ווייסט צי מיין חבר וועט נישט אהיים גיין פארשטייט זיך אז איך בין געווען א מענטש איך האב געגעבען א היטש א היים איך האב אים אויסגעווארט ביז ער האט זיך געטוישט אין איך האב אים געטראגען ציריק צים ביהמ''ד די גאנצע צייט איז אים גארנישט אנגעגאנגען נאר דאס אז זיין שיעור וועט צישטערט ווערען משא''כ ווען איך וואלט געווען אין זיין פלאץ באגאסען פין קאפ ביז פיס מיט מעראסט די לעצטע זאך וואס וואלט מיך געבאדערט וואלט געווען מיין שיעור מי כעמך ישראל
תוקן על ידי - cano - 12/03/2006 22:50:07
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 21:33 |
|
| |
הרה"צ רבי יאנקל מיללער שליט"א איז געווארן דער פארשפרעכער פאר א טעלעפאן קאמפאני מיטן נאמען ALPHAPHONE (איך האף אז איך מאך נישט קיין טעות מיטן נאמען).
זייער נייע סלאגאן איז: אויב אונזער SPOKESMAN מאכט אייך נישט רעדן פון אונז, וועלן אונזערע פרייזן דאס טאן.
ביי די זייט זעהט מען א בילד פון כ"ק הגה"צ מ'יארמע שליט"א מיטן קאלפיק און דעם פייקע ציביך (לולקע).
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 18:55 |
|
| |
אנטשולדיגט פארן פארדרייען די שמועס,
אבער ווען האט מיין באליבטער יאנקעל געטוישט זיין נאמען??
און וואס איז דער פשט פונעם נייעם נאמען בכלל??
צוריק צום ענין: טאקע גערעכט, איך האב היינט מיטגעהאלטן אזא פאסירונג עס האט מיר זייער באנג געטאן, א אינגערמאן קוים אויפגעשטאנען און אזוי דארף זיך אנהייבן זיין טאג??
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 18:08 |
|
| |
איר דערמאנט מיר א מעשה וואס איז זיך פארלאפן עטליכע יאר צוריק מיט הרה"צ מ'אלפא-פאון (מלפנים יארמא) שליט"א
ער איז געשטאנען ביים עק טראטואר (סייד-וואלק) און געוואלט אריבערגיין די גאס (גאטער) אבער עס איז געווען א גרויסע פלאטשקע (פאדעל), האט ער אפגעשטעלט א טעקסי, זיך אריינגעזעצט דערין, און ארויס דורך די אנדערע טיהר.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2006 17:53 |
|
| |
פארוואס בעטסטו ניטש קיין היטשעס, איך וואלט יא געבעטן היטשעס , איך מיין, עפעס אביסל געפיהל מעג מען האבן, נאכדערצו אין די געפרוירענע נאסע גליטשיגע טעג וואלט איך געקענט באשטיין אויב איינער וואלט זיך מיר אנגעטראגן צו געבן א היטש.
יא און צו די וואס געבן אזא פליה אדורך און זיי גיבן אזא פלאטשקע אין די וואסער וואלטן זיך טאקע געמעגט רעכענען מיט די דורכגייער.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|