בית פורומים היימישע קרעטשמע

BOARD GAMES - stratego

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2006 01:59 לינק ישיר 
BOARD GAMES - stratego

מיט עטליכע וואכן צוריק בין איך אריין אין א לאקאלע געוועלב און זיך אומגעקוקט וועלכע סארט "באורד-געים" איך קען קויפן וואס זאל זיין צוגעפאסט נישט נאר פאר די יונגווארג. איך בין ארויס פון דעם געשעפט מיט עטליכע שפילערייען, וואס מיר וועלן אפשר שפעטער צולייגן איטליכער פון זיי באזונדער, אירע מעלות און חסרונות.

צוערשט וויל איך אבער ארומרעדן איבער די שפיל וואס רופט זיך STRATEGO.

ווען מיר זענען געווען אינג, פלעגן מיר אסאך פארברענגן איבער דעם מלחמה שפיל, אין וואס דער ציל איז צו כאפן דעם פאן פונעם פיינט, און מען ברויך נוצן דעם קאפ דערצו סיי ביים אויסשטעלן דעם שלאכטפעלד, און סיי ביי יעדן ריהר ברויך מען האלטן קאפ, אויך מוז מען געדענקן וואס איז די ראנק פון יעדן אידענטיפירצטן שטיקל פונעם פיינט/פריינט מיט וועמען מען שפילט דעם סטראטעגישן שפיל.

עפנענדיג דעם שאכטל איז מיר אבער "גוט" געווארן, דערזעהנדיג אז די שטיקלעך האבן זיך שוין געטוישט פון ווען מיר זענען געווען קינדערלעך, אנשטאט דעם פארכטיגן "איינס" וואס האט יעדעם געקענט אין דער ערד לייגן, און האט נאר געקענט כאפן א ריק פון א באמבעלע אדער א שפיאן, איז היינט גארנישט דא קיין "1'ער".

אנשטאט די "ניין'ער" וואס האט געקענט פליען איבערהיפנדיג שאכטלעך אויפן פעלד, איז היינט דא די "2'ערס" וואס דינען אט דעם מיסיע.

אין אנדערע ווערטער, אנשטאט אז דער העכערער נומער זאל אנצייגן א שוואכערן ראנק, גייט היינט אלעס לויט די צאל פון די נומערן, ווי העכער דער נומער, אלץ שטארקער איז דער שטיק פלעסטיק און קען "האקן" רעכטס און לינקס פון זיינע אונטערטאנען מיט די נידריגערע נומערן.

איך האב גראדע געמיינט אז עס וועט נעמען יארן איך זאל איינקריצן אין געדאנק אז דער "10" איז גאר דער קאמענדאנט, אבער יעצט - נאך אינגאנצן 5 שפילן - קען איך אייך אויסזאגן דעם סוד, אז איך ווייס שוין יעצט גאר גוט אז דער "אכטער" צונעמט נישט קיין באמבעלעך, דער "דרייער" האט איבערגענומען דעם פליכט, און אזוי ווייטער.

אויב דער עולם איז אינטערסירט, וועל איך דערציילן נאך עטליכע פרטים פון דעם שפיל, וואס איך האב נישט געוואוסט איידער איך האב דורכגעליינט דעם כללים צעטל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2006 22:12 לינק ישיר 

יא גראף, איך בין אינטערעסירט און נאך פרטים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/1/2006 05:50 לינק ישיר 

אוי טייערער גראף,

די דערמאנסט מיך אלטע זכרונות.

ברענג נאך עפעס זכרונות. Mill borens ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > BOARD GAMES - stratego
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext