קרעמער;
ביטע פרוביר שטארק צו פארשאפן אזא גרינע מענטשעלע. איך פייגער צו האבן אזוינס (איך בעט אפילו
שיין...) דאכט זיך מיר אז איך קען זאגן אויף זיכער אז איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען
אזוינס (עכ"פ נישט מיט דעם ניק...)
נ.ב. איך וואלט שוין גענומען אליינס, נאר פייערפוקס לאזט נישט .
ברשתך די משנה זאגט אור לארבעה עשר בודקים. וועגן פסח'דיג מאכן ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט עס איז א רשות אין נישט א חוב אין א וודאי נישט יהרג ואל יעבר מענטשען זענען זיך טועה מיט spring clining אזוי וואו חנוכה מתנות מיט קראצמיך מתנות איך האף אז דעס וועט מען יא פארשטיין
נשלח ב-2/2/2006 04:15
די בעסטע לעזונג איז אז די הויז זאל זיין א מקום שאין מכניסים שם חמץ.
אזוי וי די וואס טרינקען נישט קאפי א גאנץ יאר אזוי אז די קאפ זאל זיי נישט וויי טאן תשעה באב און יום כיפור; און די וואס וואשן זיך אפ די הענט ביז די קשרי האצבעות א גאנץ יאר כדי נישט נכשל צו ווערן אויף די אויבענדערמאנטע טעג.
נשלח ב-2/2/2006 02:31
סעמאן;
קוק וואס דו האסט געטאן צו אונזער פריינט 'נאטורליך' ווען דו האסט נאר דערמאנט די ווארט קאנטרי...
נשלח ב-1/2/2006 22:54
איך בין נישט מסכים !!!
נשלח ב-1/2/2006 22:18
צו לייזן דעם פראבלעם וואלט מען געדארפט שיקן די ווייבער אין קאנטרי פון פורים ביז ערב פסח
נשלח ב-1/2/2006 21:52
3X0;
מיין "רשימה המליאה" עפענט זיך בכלל נישט!
נאט-טו;
נעם עס נישט אזוי ערנסט... דער עולם איז נישט אזוי האקעל און סענסיטיוו ווי דו מיינסט.
נשלח ב-1/2/2006 19:57
אזוי ווי ביי אונז איז מען נישט אזוי פארנומען, האבן מיר צייט נאך פורים אנצופאנגן מיט די ארבעט.
איך האלט נישט אז מען דארף אראפ נעמן די אשכול, ווייל איך זעה נישט וואס עס איז אזוי שלעכט דערמיט. אבער אז דער עולם וויל, אפשר קען מען מאכן votes צו מען זאל עס יא אראפ נעמן אדער נישט.