the other way around קענסטו אבער יא מעיד זיין אלס בדוק ומנוסה, ניין?
נשלח ב-7/2/2006 20:26
איך האב אמאל געהערט איינעם נאכזאגען פון גאר א קראנטע מקור, איך געדענק נישט פינקטליך פין וועם, טאקע נישט פין ר' מענדעלע מרימינוב זי"ע אבער פין אנדערע פיינע אידן, אז גיין ארבעטען יעדן טאג בערך פין ניין אזייגער ביז פינף אזייגער איז א גרויסע סגולה פאר פרנסה. בדוק ומניסא קען איך נישט זאגן, ווייל ביי מיר האט עס נאכנישט געארבעט.......
נשלח ב-6/2/2006 22:20
יישר כח קנאי פאר די אינהאלטסרייכע רייד.
עס איז באקאנט אז הרה"ק רמ"מ מ'רימנוב פלעגט 22 יאר זאגן תורה אויף די פרשת המן! און דורכדעם משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער.
נשלח ב-6/2/2006 20:48
איך האב שוין א סך געטין אין דעם ענין קודם כל דאס איז פאר יעדעם באקאנט אז הגה''צ ר' מענדעלע פלעגט דאס זאגן יעדען טאג וואו אויך פלעגט ער הייסען פאר זיינע תלמודים/חסידום דאס זאגען יעדען טאג וואו אויך איז באקאנט אז ער פלעגט משפיע זיין פרנסה פאר זיין גאנצן דור
און יעצט בנוגע אינזער ענין פין ג' בשלח די ערשטע געדריקטע מקור איז אריינגעשטעלט געווארען אין זיין ספר דורעכ'ען מוציא לאור (מחדש) המנוח ר' משה טארים ז''ל נכד המחבר אזוי וואו איך בין געווען זייער נייגעריג פון וואו די מקור נעמט זיך האב איך געבעטן זיינס א אייניקעל זאל אים פרעגן ער האט אים געפרעגט אין ער האט גענטפערט אז אינעם ארגינעלן ספר פין וואס ער האט עס איבער געדריקט איז געווען ציגעשריבען בכת''י די לשון וואס ער האט אריינגעשטעלט אינעם ספר ער ווייסט נישט אויף זיכער וועמענס כת''י עס איז אבער וויבאלט אין די משפחה איז עס געווען מקובל האט ער עס אריינגעדריקט אינעם ספר