משא ומתן באמונה
שלום לכל החבירים והגולשים היקרים שלום!
שוין א לאנגע צייט וואס ביי מיר אין בויך דרייט זיך א געדאנק פון עפענען אן אשכול, און ביז די איצטיגע מינוט האב יאך נאך נישט אנגעיאגט קיין צייט דאס צו עפענען.
היות רוב עולם וגם אני בתוכם, שרייבער פון דעם דאזיגען פארום, ארבעטן ביטער שווערן דורכאויס דעם טאג, און וואו פארשטייט זיך איז רוב עולם נישט סעלף עמפלויעד, מ'ארבעט געווענדליך פון 9 ביז 5 אדער פון 10 ביז 6, און פארשטייט זיך אז מ'פאנטשט א קארד אינדערפרי ווען מ'איז אריינגעקומען, סוף וואך נעמט די אקאונט רעסיוועבעל דעם חשבון און לפי זה באצאלט מען א געהאלט וואס קומט זיך.
איצט צום ענין, איז דאך בוודאי דא שאלעס איבער וואס מ'מעג טוהן און די צייט פון דעם בעה"ב, מעג מען שרייבן אויף הייד פארק אין די שעה'ן? אדער נאר אין די לאנטש טיים? וכדו' וכדו', און פארשטייט זיך איז דא אויף דעם תשובות להלכה, וואס הגם יאך העט ווען געזאלט אליינס שרייבן א בירור להלכה, נאר היות יאך בין אינדרויסן פון שטאט, און יאך האב נישט קיין ספרים תח"י, וואלט איך געבעטן פון אלע חבירים קרעטשמע טרינקערס וואס זענען באהאווענט מיט די הלכה, זאלן דאס ביטע פארשרייבן אין דעם דאזיגען אשכול.
ווי אויך איז דער אשכול געווידמעט פאר אלע דינים ודברים צווישן דעם באס און זיין ארבעטער, זאל מען דא ביטע ארויסברענגן אלע טעמעס איבער דעם ענין, דהיינו וואס מעג א בעל הבית פארלאנגען פון זיין ארבעטער נישט אין די ארבעטס שעה'ן, וכו' וכו', און ווי פארשטייט זיך זאל מען שרייבן אייגענע עקספיריענס איבער דעם נושא.
תוקן על ידי - סאכדעס - 10/02/2006 19:07:47
 |
|
|