בית פורומים היימישע קרעטשמע

קאמענטארן שאלות אויף דעם שיעור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2006 00:07 לינק ישיר 
קאמענטארן שאלות אויף דעם שיעור

היות מיין באס התאחדות האט זיך היינט אפגערעדט אויף דעם טעלעפאון פארוואס מ'טוהט אריינהאקן אינמיטן די שיעור, ענדערשט זאל מען מאכן אן עקסטער טישל אויף דעם, כדי לעשות רצון צדיק, טוה איך אויף מיין אייגענע פלייצע אויפשטעלן א טישל, וואס דא זאל מען אלע שאלעס, און קאמענטארן, פארשרייבן.

וואו אויך האט מיר דער דאיען שליט"א געבעטן אז תשובות אויף מינדעוויכטיגע שאלעס, זאל איך ענפערן, ער טענה'ט אז איך האב שוין גענוג שימוש ביין איהם, ער זאגט אזוי ווי די וואכעדיגע סדרה, כל הדבר הקטן ישפטו הם, כל דבר גדול יבואו אליך, ודוק כי קצרתי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2006 07:29 לינק ישיר 

יישר כח טאקע חשוב'ער דאיען פארן זיך נעמען די מיה פארצולערנען נאך א שיעור אין די סעריע פון שיעורי תורה אין די קרעטשמע, זאל דיר די זכות לימוד התורה דרבים באגלייטן בכל אשר תלך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/5/2006 06:26 לינק ישיר 

ווער האט זיך געגלייבט אז נאך אזא לאנגע צייט זאל דער דאיען נישט אויפגעבן זיינע רצונות און צוריק צום שיערו, נאט איך שיערו לה' שיעור חדש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2006 05:14 לינק ישיר 


קרעמער;

סטעי אוט, די ווייסט אז איך האב נישט צופיל צייט איצט צו קאמפיינען, אבער איך לויף נאך אלס, צו ווערן ראש הקהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 21:33 לינק ישיר 

דער דיין האט היינט פארגעלערנט:
סעיף א,
זאגט דער מחבר, אין קורין בתורה, מ'טאר נישט ליינען קיין קריאה, בפחות מעשרה, ווייניגער פון צען אידן, וויבאלד דאס האט א דין ווי סיי וואסערע דבר שבקדושה, גדולים, דארפן זיין בר מצוה, בני חורין, און נישט קיין קנעכט.

לכאורה מיינט דאס אז עס מוז זיין ביי אונז אין שטעטל צען אידן אויסער יאנאש...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/3/2006 20:52 לינק ישיר 

צוויי פרישע שיעורים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 05:52 לינק ישיר 

סאכדעס;

אזא גוטען אונטער-שלאק-שמש ווי דיר וואלט זיך יעדער דיין ומורה צדק און אפילו יעדער פשוט'ער איד געוואונטשן, אזוי געטריי צו זיין דיין בעל הבית, ממש לא זז ידו מתוך רגלו, כ'מיין עס איז ממש א יחיד במינו, ניעמאל געהערט ענליכס צו דעם.

איך ציטער אויב דאס גרעניצט זיך מיט בי-פאולער דיסארדער (אמאל געווען דא א שמועס דערוועגן, אין די געזונטע יארן), דו פארקערפערסט אין זיך אסאך...

עניוועי, זאג דעם דיין: א גרויסן יישר כח פארן היינטיגן שיעור, עס איז געווען אזוי געשמאק און שיין צולייגט, אז איך האב ממש נישט וואס אריינצופרעגן אדער אפצואווענדן.

א גוטע נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/3/2006 05:27 לינק ישיר 

איך געב א קוק און איך זעה גוט יא דער דאיען האט זיך באמיט פון בעלגיע האט ער געזאגט א שיעור הגם סיז נאר איינע לאמיר האפן אז סיעט קומען מערערע 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2006 05:41 לינק ישיר 

יישר כח סאכדעס/התאחדות פאר די הערליכע שיעורים, איך וויל נאר אויפמערקן דעם עולם אויף אן אינטערסאנטן לשיטתיה פונעם חשוב'ן דיין, דער דיין שרייבט ביי איין שיעור די פארגאנגענע וואך די פאלגענדע ווערטער:

יום ד תרומה ס"ו

האלטן מיר סימן קמא סעיף ב, זאגט דער מחבר, לא יקראו שנים, צוויי מענטשן זאלן נישט צוזאמען ליינען, אלא העולה קורא וש"צ שותק, נאר דער וואס איז עולה זאל ליינען און דער ש"ץ איז שטיל, או ש"צ קורא והעולה לא יקרא בקול רם, אדער זאל דער ש"ץ ליינען, דאס הייסט דער בעל קורא, און דער וואס איז עולה זאל זיין שטיל, ומכל מקום צריך הוא לקרות עם הש"צ, אבער דאס איז זיכער אז דער עולה זאל מיטזאגן שטיל מיט דעם בעל קורא, כדי שלא תהא ברכתו לבטלה, כדי זיין ברכה זאל נישט זיין פאר אומזיסט, אלא שצריך לקרות בנחת, אבער דער עולה זאל אכט געבן אז ער זאל ליינען אזוי שטיל, שלא ישמיע לאזניו, אויף א אופן אז ער זאל אליין זאל נישט הערן וואס ער ליינט, אזוי האלט דער מחבר.
(דער רמא קריגט אויף דעם מחבר, און ער זאגט, ואפילו משמיע לאזניו ליכא למיחש, אפילו אויב דער עולה אליין הערט יא זיין אייגענע קול, איז נישט געפערליך, דלא עדיף מתפלה, ווייל דאס איז נישט ארגער פון תפלה, וואס מיר פסק'ענען אז סימעג זיין משמיע לאזניו, כדלעיל סימן ק"א, אזוי ווי סיווערט מבואר אין סימן קא) (דעת עצמו).


סעיף ג, זאגט דער מחבר, ויש נוהגים להעמיד מי שמקרא לעולה מלה במלה, סיז דא וואס פירן זיך אז מ'שטעלט איינעם וואס זאל פארליינען פאר דעם עולה ווארט ביי ווארט, ואחר שגומר המקרא המלה אומרה העולה, און נאכדעם וואס דער וואס זאגט פאר ענדיגט איין ווארט, זאל עס דער עולה איבער זאגן, דאס הייסט למשל די וואך, זאל דער מקרה זאגן ואתה תצוה, מיט די נקודות און די טעמים, און דער עולה זאגט נאך ואתה תצוה אזוי ווי דער מקרה האט איהם דאס פארגעזאגט.

איר באמערקט אויך ווי דער דיין הייבט אן אז עס איז מיטוואך תרומה, און ביי די פרשה פון די וואך שרייבט ער תצוה? דאס איז א געוואלדיגע לשיטתיה פונעם חשוב'ן דיין וועלכער האט שוין ארויסגעברענגט דעת קדשו מיט עטליכע וואכן צוריק אז "תרומה-תצוה" גייט ביי אים אינאיינעם...

וואס זאגן די חז"ל אויף המברר מקחו של צדיק? יה"ר שיתקיים ...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/3/2006 21:13 לינק ישיר 

צוליב דעם קורצן טאג, איז דא היינט א קורצע שיעור




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 05:58 לינק ישיר 

ייש"כ הרב קרעמער, דיינע הערות איז געוואלדיג, מ'דערקענט אז איר זענט א סאלידער תלמיד חכם, דער דאיען אגב חורפיה משבשתא, האט ער נישט געלערנט די רייד פון דעם משנ"ב, די תיקון טעות אין די ווערטע נישט, דארף איך טאקע פאררעכטן עי עס עי פי, און א גרויסן דאנק פאר די שיינע ווערטער און הוספות אויף די ברכות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 05:55 לינק ישיר 

די שיעור פון יום ב און ג תצוה איז שוין דא שמעו ותחי נפשכם ו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 03:05 לינק ישיר 

דער חשוב'ער דיין האט היינט פארגעלערנט וועגן די 2 ברכות התורה, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו וואס מען זאגט איידער מען ליינט אינעם ס"ת, און די נאך ברכה פון אשר נתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו.

האב איך זיך דערמאנט א ווארט פונעם ערוך לנר (ביים סיום פון מס' כריתות) אויף די חילוקים צווישן די 2 ברכות.

ער זאגט אז עס זענען דא 2 חילוקים, 1) ביי די ערשטע ברכה זאגט מען את "תורתו", השי"ת'ס תורה, ווידער ביי די צווייטע רופט מען דאס אן "תורת אמת". 2) ביי די ערשטע ברכה זאגט מען נישט "וחיי עולם נטע בתוכינו" נאר ביי די צווייטע.

פארענטפערט ער דאס אזוי: די גמרא זאגט אין עבודה זרה, איידער דער מענטש לערנט, ווערט די תורה אנגערופן תורת ה', אזוי ווי עס שטייט כי אם בתורת ה' חפצו, ווידער נאכן לערנען הייסט עס שוין "תורתו", דעם מענטשן'ס תורה, ווי עס שטייט ובתורתו יהגה יומם ולילה.

מיט דעם וועט מען שוין פארשטיין פארוואס ביי די פאר ברכה רופט מען אן די תורה "תורתו", השי"ת'ס תורה, ווייל מיר האלטן נאך פארן לערנען קען דאס נאכנישט אנגערופן ווערן אויף אונזער נאמען, ווידער נאכן ליינען קען מען שוין זאגן "תורת אמת", ווייל עס איז שוין אונזער תורה.

דערפאר קען מען שוין ביים צווייטן ברכה בעטן אויף שכר, ווי מען זאגט "וחיי עולם נטע בתוכינו" וואס דאס גייט ארויף אויפן שכר וואס מען באקומט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, ווייל מען האלט דאך שוין נאכן לערנען איז שוין שייך צו בעטן די שכר וואס קומט אונז דערויף, משא"כ פארן לערנען קען מען נישט בעטן קיין שכר, זאגט מען סתם אשר בחר בנו וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/3/2006 02:43 לינק ישיר 

ביים שיעור פון פרייטאג תרומה האט דער חשוב'ער דיין געשריבן די פאלגענדע ווערטער, פארזעהנדיג א וויכטיגע ווארט וואס דרייט איבער די גאנצע דערהער:
וזה לשון הדיין:
כבר נפטר מלברך ברכת אשר בחר בנו, דארף ער שוין זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו, עכ"ל.

עס פעלט די ווארט "נישט"! וכצ"ל: דארף ער שוין נישט זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו.

======
די מעשה פון יאנקל הכהן איז זייער שיין אראפגעלייגט, ממש כאילו בעל השמועה עומד לנגדו, איך האב גארנישט געוואוסט אז דו ביסט א כהן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/3/2006 06:49 לינק ישיר 

אור ליום ז' אדר, יומא דהילולא דמשה רעיא מהימנא, ואיתפשטיתיה דמשה בכל דרא ודרא, ובדור הזה בודאי יש בו ניצוץ בדיינו שליט"א ששונה הלכות בכל יום ומזכה את הרבים בלימוד התורה הלכה למעשה.

איך האב נאך אן הערה אויפן שיעור וואס איך לערן יעצט, דער חשוב'ער דיין שרייבט בתוך הדברים: סעיף ו, זאגט דער הייליגער מחבר, אומר ברכו והברכות בקול רם, מ'זאל זאגן ברכו מיט די ברכות הויך אויף דעם קול, והאומרים בלחש טועה, און די וואס זאגן דאס שטיל לעבן אין א טעות, דער משנ"ב שרייבט אן אינטערסאנט לשון, דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש, פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל?,

איך וואלט אביסל אנדערש געטייטשט די ווערטער פונעם משנה ברורה "דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש", נישט פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל, נאר "פאר וועמען זאגט ער ברכו = איר זאלט בענטשן ווען ער זאגט עס שטיל", איך מיין אז דאס שטימט אסאך בעסער און איז מער פארשטענדליך.

ווייל אנדערש האט דאך דאס נישט קיין פשט, די שטילע שמונה עשרה לדוגמא זאגט מען אויך שטיל, און דארט פרעגסטו נישט "פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל", ווייל דו גלייבסט באמונה שלימה אז השי"ת איז דער בוחן כליות ולב, און ער הערט אלעס!

דער משנה ברורה מיינט נאר צו פרעגן: ברכו מיינט דאך אז מען בעט דעם חשוב'ן ציבור זאל מיטבענטשן מיט אים, נו, אויב אזוי ברויך דאך דער עולם הערן וויאזוי ער פארלאנגט דאס פון זיי. ופשוט. וקל להבין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/3/2006 06:44 לינק ישיר 

חשובער דיין ומשנהו בדומה לו סאכדעס (אגב; האסט געמאכט א גוטן דזשאב דעם שבת וד"ל).

איך וויל פרעגן אויב דאס וואס איך פיר זיך, און אזוי זעה איך אויך ביי אנדערע, אויפצוהייבן די ספר תורה ביים פארענדיגן די 2 ברכות, בשעת מען זאגט די ווערטער "נותן התורה" האט אויך א מקור, ווייל דער דיין האט ביים שיעור נאר געזאגט אז מען זאל אונטערהייבן ביי "אשר נתן לנו תורת אמת" אדער ביי "ונתן לנו את תורתו".

אויך לגבי קושן, מיר פירן זיך צו קושן דירעקט איידער מען מאכט די ברכה, סיי ביי די פאר ברכה און סיי ביי די נאך ברכה, אנדערש ווי דער דיין שליט"א האט געזאגט אז מען פירט זיך צו קושן נאך די ברכות.

ילמדנו רבינו איזהו דרך ישרה שיבור לו האדם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קאמענטארן שאלות אויף דעם שיעור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext