בית פורומים היימישע קרעטשמע

שונה הלכות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/2/2006 00:11 לינק ישיר 
שונה הלכות

נאך א מיטינג מיט די הנהלה טוען מיר עפענען דעם דאזיגען אשכול, אז דער דיין זאל דא פארלערנען זיינע שיעורים ביטע נישט אריינהאקן מיט שאלות וכדו', נאר ביטע דאס פרעגן אין דעם אשכול וואס איז מיועד פאר דעם.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2006 06:14 לינק ישיר 

עש"ק בה"ב כא אייר לו למב"י

ערב טוב חשוב'ע משתתפים צו די שיעורי הלכה אין די קרעטשמע, אין די סעריע שונה הלכות האלטן מיר אינמיטן פארלערנען שולחן ערוך אורח חיים סימן קמג מיר האלטן ביי סעיף ב'

סעיף ב, זאגט דער הייליגער מחבר אם כתבו כל חומש לבדו, אויב האט מען געשריבן יעדן חומש אפגעזונדערט, דאס הייסט עקסטער בראשית עקסטער שמות א.א.וו., אפילו בגלילה כספר תורה, אפילו מ'האט דאס צוזאמען געדרייט פונקט ווי מ'דרייט צוזאם א ספר תורה, אין קורין בו, קען מען אין דעם נישט ליינען, די טעם רעדן שוין אויס די אחרונים פון די גמרא, אז סיז נישט קיין כבוד הציבור צו ליינען אין נישט קיין געהעריגע ספר תורה,(סיז דא נאך א טעם על מיר באלד רעדן) עד שיהיו כל חמשה חומשים תפורים ביחד, נאר באופן אז אלע פינף חומשים זענען אינאיינעם באהאפטן אזוי וואו אונזערע ספרי תורות.

הגה, לייגט דער רמא צו, והם כתובים בגלילה כספר תורה, אז פארשטייט זיך אז דאס דארף ווערן געשריבן אזוי ווי אונזערע ספרי תורה, אבל בחומשים שלנו, אבער אונזערער חומשים, אפילו כל חמשה ספרים ביחד, אפילו נישט אזוי וואו די חמשה חומשי תורה וואס מיר האבן, נאר אפילו סיז געשריבן אויף קלף לשמה מיט אלע הלכות, נאר סיז א חומש, דאס הייסט סיז געפינטלט מיט די טעמים (לכאורה), אין לברך עליהם, זאל מען אויף דעם נישט מאכן קיין ברכה, (מרדכי סוף פרק הנזקין וס"פ הקומץ ותשובת הרמב"ן סי' קפ"ז וקצ"ט ורבי' ירוחם נ"ב ח"ב ואגור בשם שבולי הלקט ומהרי"ק שורש ס"ח והכל בו ומ"ע פ"ט מה' ס"ת) ובמקום שיש ספר תורה, און אויף א פלאץ וואס איז דא א ספר תורה, ואין ש"ץ הבקי בנגינה בעל פה, און סיז נישט פארהאנען איינער וואס קען ליינען אין די ספר תורה, אויף אויסנווייניג, ראיתי נוהגים, האב איך געזעהן זיך פירן, -דאס מיינט אז דער רמא האלט אזוי להלכה- שהש"ץ קורא מן החומש בנקוד, אז דער ש"ץ ליינט פאר אין דעם חומש, והעולה קורא אחריו מן הס"ת הכשר, און דער וואס איז עולה ליינט נאך אין די ספר תורה, רעדן שוין די אחרונים אויס אז וויבאלד סיז פארהאנען מענטשן וואס קענען נישט נאכזאגן אפילו מ'זאגט זיי פאר, זאל איינער פארליינען אין א חומש פאר דעם בעל קורא, און ער זאל דאס איבערליינען אין די ספר תורה, ווי מיר האבן שוין אויבן געלערנט, דארף מען אכט צו געבן צו אונטערזאגן שטיל.

דאס וואס מיר האבן איצט געלערנט אין מחבר, און אזוי פסק'עט אויך דער רמא, אז מ'זאל נישט מאכן א ברכה אויף א חומש, נאר אויף א ספר תורה כשרה, איז א גרויסע מחלוקה, לויט דעם טעם וואס מיר האבן אויבן געלערנט, אז דאס איז מפני כבוד הציבור איז דא אזעלכע וואס האלטן אויב דער ציבור איז מוחל זאל מען מעגן ליינען געהעריג מיט א ברכה, די צווייטע טעם איז אז כדי דער ציבור זאל זיך נישט פילן באקוועם און זאלן שאפן א ספר תורה, לויט ווי סיקוקט אויס האבן די מחבר און רמא, אנגענומען דעם טעם, וואס לויט דעם העלפט נישט מחילת הצבור.

אויב האט מען נישט קיין ספר תורה, זאל מען ליינען אין א חומש, -לכתחילה א חמשה חומשי תורה- אהן א ברכה סיי די סדרה און סיי דעם מפטיר.

סעיף ג זאגט דער הייליגער מחבר, אפילו בכפרים שאין נמצא להם ס"ת כשר, אפילו אין די דערפער, וואס סיז נישט פארהאנען קיין כשר'ע ספר תורה, דהיינו סיי די וואס מיר האבן געלערנט אין סעיף ב', און סיי אז זיי האבן יא א ספר תורה נאר סיהאט א פסול, אין מברכין עליו, קען מען אויף דעם נישט מאכן קיין ברכה, אין סעיף ד' וועל מיר זעהן מער באריכות דעם דעת הרמא איבער דעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 20:51 לינק ישיר 

ה' תשא ס"ו, תענית אסתר פורים שושן פורים האט מען נישט פארגעלערנט די הלכות, מ'האט געלערנט מענינא דיומא, וואס איז געווארן פארגעלערנט דורך ערעב קרעמער.

האלטן מיר פון פאר פורים סימן קמב סעיף ב, זאגט דער מחבר, וישוב שיש שם מנין, א ישוב וואס סיז פארהאן דארט א מנין, ואין מי שיודע לקרות בתורה כהלכתה בדקדוק ובטעמים, אבער סיז נישט דא ווער סזאל קענען ליינען די תורה, אזוי ווי די הלכה מיט די עברי און די טראפן, אפילו הכי, פונדעסטוועגן, יקראו בתורה בברכה, זאל מען ליינען אהן א טראפן, כהלכתה, פונקט אזוי ווי מ'זאל ווען קענען ליינען מיט די טראפן, די סיבה דערפון איז כדי סיזאל נישט בטל ווערן די קריאה בציבור.
אויב אבער איז נישט דא קיינער וואס קען לכה"פ אויסהערן, אויף אזויפיל ער זאל קענען פארעכטן דעם בעל קורא, מיט עברי וואס איז משנה דעם ענין, וואס דאן איז דא א מחלוקת הפוסקים צו מ'זאל ליינען אזא פאל אדער נישט, פסקע'ט דער משנ"ב און אלע אנדערע אחרונים, אז מ'זאל ליינען אהן א ברכה.
אויב איז דא עמיציר וואס קען אונטער זאגן, זאל ער אונטערזאגן דעם בעל קורא, אבער ער זאל דאס זאגן גענוג שטיל אז דער עולם זאל איהם נישט הערן. (ומפטירין בנביא, און דער רמא לייגט צו אז מ'זאל זאגן מפטיר אויך, ועיין בסמוך ריש סי' קמג, וואס דארט על מיר רעדן איבער ליינען נביא אהן א מנין).

סימן קמג דין אם נמצאת ספר תורה מוטעה, ויתר דיני הספר ובו ה סעיפים.

סעיף א, זאגט דער מחבר, אין קורין בתורה, מ'טאר נישט ליינען קיין קריאה, בפחות מעשרה, ווייניגער פון צען אידן, וויבאלד דאס האט א דין ווי סיי וואסערע דבר שבקדושה, גדולים, דארפן זיין בר מצוה, בני חורין, און נישט קיין קנעכט, ואם התחילו בעשרה, אויב האט מען שוין אנגהויבן ליינען, דאס הייסט מ'האט שוין אנגעהויבן די ערשטע ברכה, אשר בחר בנו, און סיז דאן געווען צען, ויצאו מקצתן, און סיז ארויס א חלק, און סיז נישט קיין חילוק צו זיי זענען ארויס אינמיטן ליינען אדער בין גברא לגברא, אבער דאס איז זיכער א זעקס דארפן בלייבן, גומרים, קען מען ענדיגן די קריאה, אינדערוואכן 3 קריאות יום טוב 5 קריאות שבת 7 קריאות, זאגן חצי קדיש נאכהער, איז א גרויסער מחלוקה צווישן די גדולי האחרונים, מיר פסק'ענען נישט צו זאגן קדיש, אבער מפטיר זאל מען אין אזא פאל נישט מאכן, ווייל דאס האט נישט קיין שייכות מיט די קריאה, די זעלביגע הלכה איז מיט די הפטורה אויב האט מען שוין אנגהויבן זאגן די ברכת ההפטרה, און סיז ארויס מקצתן קען מען צוענדיגן אלע ברכות.
אויף די וואס גייען ארויס גייט ארויף דער פסוק, ועוזבי ה' יכלו, גאט זאל אפהיטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 20:50 לינק ישיר 

א תשא ס"ו

סעיף ח, זאגט דער מחבר, כל תיבה שהיא קרי וכתיב, יעדער ווארט אין די תורה, וואס איז דא דערביי א קרי און א כתיב, הלכה למשה מסיני שתהא נכתבה כמו שהיא בתורה, איז דאס נישט סתם א מנהג, נאר דאס איז א קבלה פון משה רבינו, אז אזוי זאל דאס זיין געשריבן, ונקרית בענין אחר, און מ'זאל דאס ארויסזאגן אנדערש, ממילא איז נישט קיין שאלה, אויב ווען מ'ליינט קומט דאך אויס אז מ'זאגט אויסנווייניג, און די הלכה איז דאך אז מ'טאר אפילו קיין אות נישט זאגן פון אויסנווייניג, וויבאלד סיז א הלכה למשה מסיני, איז אן אנדערע מעשה, ומעשה באחד שקרא כמו שהיא כתובה, אמאל האט פאסירט א געשעהניש, און א מאן דהו האט געליינט, אזוי ווי דער כתיב איז נישט ווי דער קרי, בפני גדולי הדור, און דאס איז געווען ווען סיזענען געווען אין  יענע שוהל די גדולי הדור, ה"ר יצחק אבוהב והר"ר אברהם ואלאנסי והר"ר שמואל ואלאנסי בנו ז"ל, והתרו בו שיקרא כפי המסורה, און די גדולים האבן איהם אנגעשריגן אז ער זאל ליינען אזוי ווי די הלכה למשה מסיני איז, ולא רצה, און ער איז געווען א מחוצף ער האט נישט געוואלט פאלגן, -נו יאנאש האלט מיט דארט- ונדוהו, האט מען איהם געלייגט אין חרם, והורידוהו מהתיבה, און מ'האט איהם פארשיקט פון בעלמער.
א ספר תורה וואס שטייט דער קרי און נישט דער כתיב, איז דאס א פסול'ע ספר תורה.

סימן קמב
דין מי שקרא וטעה, ובמקום שאין שם מי שיודע לקרות בדיוק, ובו ב' סעיפים

סעיף א זאגט דער מחבר, קרה  וטעה, אויב דער בעל קורא אינמיטן ליינען האט זיך טועה געווען, אפילו בדקדוק אות אחת, אפילו נאר איין אות האט ער געזאגט וואס שטייט נישט, אדער האט ער אויסגעלאזט א אות, מחזירין אותו, הייסט מען איהם איבערליינען, אפילו אויב האלט ער שוין נישט ביי דעם פסוק, אדער גאר מ'האט שוין גענדיגט די קריאה פאר דעם עולה, דארף מען איבערליינען דעם פסוק, און גיין ווייטער, -קרעמער למה פניך נפלו היום? הא? אוקיי ביסט פארנומען איז עפעס אנדערש- נאר ער זאל איבערליינען דעם פסוק מיט נאך צוויי פסוקים, כדי נישט אויפצוהאלטן דעם ציבור, פסק'עט דער משנ"ב אין ביאור הלכה, אז מ'זאל איבערהיפן וואס מ'האט שוין געליינט און ליינען וואו מ'האלט, ער זאגט אפילו אז מ'זאל נאר ליינען דעם פסוק וואס מ'האט זיך טועה געווען, אבער לכתחילה איז זיכער בעסער צו ליינען דריי פסוקים, און אויב מעגליך זאל מען ליינען ווייטער און צולייגן פאר דעם נייעם עולה דריי פסוקים.

אויב האט מען שוין צוריק געלייגט דעם ספר תורה דארף מען דאס נישט צוריק ארויסנעמן.

הגה, זאגט דער רמא, וכן דין החזן הקורא, און דאס איז פונקט אזוי די הלכה היינט ווען נישט דער עולה ליינט, וד
וקא בשינוי שמשתנה על ידי זה הענין, די גאנצע הלכה ווען מ'דארף איבערליינען איז נאר ווען ער האט זיך טועה געווען מיט טעות וואס איז משנה דעם ענין למשל ער האט געזאגט אנשטאט יַעֲשֶה יֵעָשֶה וכדו', אבל אם טעה בנגינת הטעם או בניקוד, אויב האט ער זיך נאר טועה געווען מיט די טראפן  דהיינו ער האט אריינגעלייגט א פשטא אנשטאט א מונח וכדו', אויב איז דאס אבער נישט לויט דעם פשט, דהיינו א אתנחתא אנשטאט א מהפך וכדו', איז דא פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף איהם יא מחזיר זיין, און אזוי פסק'עט דער משנ"ב, אדער ער האט געזאגט אן אנדערע נקודה, וואס איז נישט משנה דעם פשט, למשל ווי דער קרעמער האט שוין דערמאנט אין קרעטשמע איבער די אייסעס, דאס הייסט אנשטאט אֵת האט ער געזאגט אֶת, אין מחזירין אותו, דארף ער נישט איבערזאגן, אבל גוערין בו, אבער מ'דארף איהם אנשרייען, רבותי ווער סיוויל שרייען האט דא א געלגענהייט, (ב"י ופסקי מהרא"י סימן קפ"א).

אויב למשל מ'האט געזאגט מצריים אנשטאט מצרים, אדער הרן אנשטאט אהרן, וואס ער האט צוגעלייגט אדער אויסגעלאזט א אות, איז דער גרא מפקפק מחמיר צו זיין, אבער מיר נעמן אהן להקל,

דער דרך החיים איז אינגאנצן מיקל, אז דער וואס פירט זיך נישט חוזר צו זיין אין למחות בידו, אפשר אויף דעם האבן זיך פארלאזט גרויסע צדיקים וואס ווי באוואוסט איז געווען אזעלכע וואס האבן געליינט אינגאנצן נישט לויט דעם דקדוק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 05:24 לינק ישיר 

יום עש"ק פ' תצוה ס"ו

סעיף ו, דער סעיף איז גאנץ א קליינער סעיף אבער זייער אסאך הלכות, זאגט דער מחבר, יכולים לקרות ב' אחים זה אחר זה והבן אחר האב, דער מחבר פסק'עט, אנדערש וואו אנדערע וואס קריגן אויף דעם, און האלטן אז אלע פסולי עדות טארן נישט עולה זיין צו די תורה זה אחר זה, מטעם דעם פסוק עדות ה' נאמנה, פסק'עט אבער דער מחבר אז מעיקרא דדינא, איז נישט קיין פראבלעם אויפצורופן, צוויי ברודער איינער נאך דעם אנדערן, און די זעלביגע זאך איז ביי א זוהן און א טאטן, ואין מניחים אלא בשביל עין הרע, און די סיבה פארוואס מיר פירן זיך נישט אויפצורופן, איז משום עין הרע.
אפילו די ברודער זאגן אז זיי האבן נישט מורא, וכדו', דאך טאר מען נישט אויפרופן, סיז וויכטיג צו באטאנען אז דער חידא האלט אויב איז מען נישט מקפיד מעג מען יא, אבער דער כף החיים זאגט אויף דעם, הרואה יראה דיחיד האו נגד כל הפוסקים.
בדיעבד אויב האט מען שוין עולה געווען, אין מורידין, און מ'דארף עולה צו זיין.
און סיז נישט קיין נפק"מ צווישן ברודער פון איין טאטן אדער נאר פון איין מאמען, מיר פסק'ענען אויף ביידע אז מ'זאל נישט עולה זיין, חוץ במקום הצורך.
במקום שאין מנהג איז די זעלביגע הלכה אז א זיידע מיט א אייניקל, א זוהן פון א זוהן, זאל מען אויך נישט אויפרופן איינע נאך די אנדערע, נאר במקום הצורך, אבער במקום שיש מנהג, זאגט מען נהרא נהרא ופשטיה, ביי די ספרדים וואס מ'געט א נאמען נאך א זיידן וואס לעבט, און דער אייניקל הייסט נאך דעם זיידן, זאל מען אויף קיין פאל נישט אויפרופן זה אחר זה, אבער א זוהן פון א טאכטער ליכא למיחש, און מ'קען זיי לכתחילה אויפרופן איינעם נאך דעם אנדערן.
זאגט דער רמא, ואפילו אם אחד הוא השביעי ואחד הוא המפטיר, אפילו אויב איין ברודער האט עולה געווען שביעי, און דער צווייטער וויל עולה זיין מפטיר, וואס איך וואלט געוואלט זאגן אז וויבאלד מ'האט מפסיק געווען מיט א קדיש זאל מען מעגן, פסק'עט אבער דער רמא, לא יקראו השני בשמו משום עין הרע, זאל מען נישט אויפרופן דעם צווייטן ביים נאמען, נאר ער זאל פלעין קומען עולה זיין, אין די מקומות וואס מ'רופט אויס דעם מפטיר יעמוד מפטיר, איז זיכער נישט קיין שאלע, און די זעלביגע זאך איז נישט נאר ביי מפטיר, נאר אויף ביי שישי און שביעי, אויב רופט מען נישט אויס דעם שביעיע ביים נאמען קען מען אויסרופן זה אחר זה.(מהרי"ל).
די אחרונים פסק'ענען אויב פירט מען זיך יא צו אויפרופן דעם מפטיר ביים נאמען זאל מען בודאי לכתחילה נישט אזוי טוהן, נאר בצורך גדול.
מיר פסק'ענען, אויב איז דאס אזוי ווי דער שבת אדער אנדערע ימים טובים, אדער שבתים, וואס מ'נעמט ארויס צו מפטיר א צווייטע ספר תורה, דאן מעג מען יא, און די זעלביגע הלכה איז שמח"ת אז מ'קען אויפרופן צוויי ברודער איינעם צו חתן תורה און דעם אנדערן צו חתן בראשית און דעם טאטן צו חתן מפטיר.
אויב רופט מען אויף א קטן צו מפטיר איז נישט דא קיין קפידא.

סעיף ז, זאגט דער מחבר, העולה למגדל, דער וואס גייט ארויף עולה זיין צום בעלמער, עולה בפתח שהוא לו בדרך קצרה ממקומו, זאל ארויפגיין מיט די קורצטע וועג פון זיין פלאץ אין שוהל, וירד מהמגדל בדרך אחר, און אוועקגיין פון זאל ער גיין פון אן אנדערן וועג, שהוא לו בדרך ארוכה עד מקומו, וואס דאס וועט אויסקומען א לענגערן וועג צו זיין פלאץ, ואם ב' הדרכים שווים, אויב זיינען ביידע וועגן גלייך, עולה בפתח שהוא לו בדרך ימין, זאל ער ארויפגיין צום בעלמער דורך די רעכטע זייט, ויורד בפתח שכנגדו, און אראפ זאל ער גיין פון די צווייטע זייט. (ולא ירד עד שעלה כבר הראוי לקרות אחריו, ברענגט דער רמא להלכה, אז מ'זאל נישט אוועקגיין פון בעלמער ביז ווילאנג דער נעקסטער עולה איז נישט דארט) (מרדכי הגדול).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2006 23:48 לינק ישיר 

יום ה תצוה ס"ו

סעיף ד זאגט דער הייליגער מחבר, אם ש"צ רוצה לברך לעצמו ולקרות, אויב דער וואס רופט אויס וויל אליינס עולה זיין, -די הלכה וויאזוי מ'זאל איהם אויפרופן האמיר שוין געלערנט, אויבן- צריך שיעמוד אחר אצלו, זאל עמיציר שטיין אויף זיין פלאץ, דאס הייסט אמאל האט דאך דער עולה געליינט קומט אויס אז ווען דער וואס רופט אויס איז עולה, שטייט ער אליין ביי די בימה, ממילא זאל מען אהינשטעלן עמיצין, שכשם שנתנה תורה על ידי סרסור, די טעם איז פונקט ווי ווען גאט האט געגעבן די תורה, איז דאס געווען דורך א סרסור, דאס הייסט דורך משה רבינו עליו השלום, אזוי ווי ס'שטייט אנכי עומד בין ה' וביניכם, כך אנו צריכים לנהוג בה על ידי סרסור, די זעלביגע זאך זאל מען זיך פירן ביים ליינען, אז סיזאל זיין א סרסור, דאס הייסט אז סיזאל שטיין נאך איינער ביי די בימה.
דער לבוש שרייבט א מערקוועדיגע זאך, אז דער סגן וואס רופט אויס איז במקום כביכול השי"ת, וויבאלד ער רופט אויס וועמען איהם געפעלט, און דער בעל קורא איז אזוי ווי משרע"ה, דער סרסור, און דער עולה אזוי ווי די כלל ישראל מקבלי התורה,
אנדערע ברענגן אז סיזאל אלעמאל שטיין ביי די בימה, דריי פערזאנען, דער בעל קורא, און דער עולה, און דער סגן, אויב איז דער סגן עולה, דאן זאל איינער זיך שטעלן אויף די זייט פון דעם בעל קורא, -יאך ווייס נישט דעם מקור ההלכה, פארוואס ביי אונז וואו דער עולה שטייט צו די רעכטע זייט פון דעם קורא, איז פארוואס שטייט דער סגן אויף די רעכטע זייט פון די בימה, לויט ווי מ'לערן מיר דא, דארף ער צו שטיין אויף די לינקע זייט פון דעם בעל קורא-.
דער משנ"ב שרייבט א לאנגע כתבה איבער דעם סגן, אזוי ווי סיהאט פיל מוסר, קען איך דאס נישט איבערשרייבן, וויבאלד איך ווער שטעקן מיט מיין לשון שרייבענדיג דברי מוסר, איז ווער סיקען נעמען די מיה, און דאס איבערשרייבן מיט א לשון קל וצח, זכות הרבים תלוי בו.

סעיף ה זאגט דער מחבר, אין הצבור רשאים לענות אמן עד שתכלה ברכה מפי הקורא, דער ציבור איז נישט בארעכטיגט זו ענפערן אמן אויף די ברכות פון דעם עולה, ביז ווילאנג ער איז פארטיג מיט די ברכה, ואין הקורא רשאי לקרות בתורה עד שיכלה אמן מפי הצבור, און די זעלביגע הלכה, איז אז דער בעל קורא זאל נישט ליינען ביז ווילאנג דער ציבור ענדיגט זאגן אמן, וויבאלד מ'דארף דאך הערן פון דעם בעל קורא די גאנצע קריאה, און די אחרונים רעדן אויס אפילו סיז דא מאריכים דארף מען אויסווארטן מיט געדולד, מיהאמיר שוין אויבן אראפגעברעגט די הלכה, אז דער בעל קורא זאל מאריך זיין מיט די אמן לענגער ווי דער ציבור, כדי מ'זאל וויסן ווען מ'הויבט אהן צו ליינען, נאך א וויכטיגע זאך זאל דער בעל קורא וויסן אז ער זאל מאכן א קליינע הפסקה פון זיין אמן און אנהויב פון די קריאה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 21:11 לינק ישיר 

יום ד תרומה ס"ו

האלטן מיר סימן קמא סעיף ב, זאגט דער מחבר, לא יקראו שנים, צוויי מענטשן זאלן נישט צוזאמען ליינען, אלא העולה קורא וש"צ שותק, נאר דער וואס איז עולה זאל ליינען און דער ש"ץ איז שטיל, או ש"צ קורא והעולה לא יקרא בקול רם, אדער זאל דער ש"ץ ליינען, דאס הייסט דער בעל קורא, און דער וואס איז עולה זאל זיין שטיל, ומכל מקום צריך הוא לקרות עם הש"צ, אבער דאס איז זיכער אז דער עולה זאל מיטזאגן שטיל מיט דעם בעל קורא, כדי שלא תהא ברכתו לבטלה, כדי זיין ברכה זאל נישט זיין פאר אומזיסט, אלא שצריך לקרות בנחת, אבער דער עולה זאל אכט געבן אז ער זאל ליינען אזוי שטיל, שלא ישמיע לאזניו, אויף א אופן אז ער זאל אליין זאל נישט הערן וואס ער ליינט, אזוי האלט דער מחבר.
(דער רמא קריגט אויף דעם מחבר, און ער זאגט, ואפילו משמיע לאזניו ליכא למיחש, אפילו אויב דער עולה אליין הערט יא זיין אייגענע קול, איז נישט געפערליך, דלא עדיף מתפלה, ווייל דאס איז נישט ארגער פון תפלה, וואס מיר פסק'ענען אז סימעג זיין משמיע לאזניו, כדלעיל סימן ק"א, אזוי ווי סיווערט מבואר אין סימן קא) (דעת עצמו).


סעיף ג, זאגט דער מחבר, ויש נוהגים להעמיד מי שמקרא לעולה מלה במלה, סיז דא וואס פירן זיך אז מ'שטעלט איינעם וואס זאל פארליינען פאר דעם עולה ווארט ביי ווארט, ואחר שגומר המקרא המלה אומרה העולה, און נאכדעם וואס דער וואס זאגט פאר ענדיגט איין ווארט, זאל עס דער עולה איבער זאגן, דאס הייסט למשל די וואך, זאל דער מקרה זאגן ואתה תצוה, מיט די נקודות און די טעמים, און דער עולה זאגט נאך ואתה תצוה אזוי ווי דער מקרה האט איהם דאס פארגעזאגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 05:51 לינק ישיר 

יום ג תצוה ס"ו

סעיף ג זאגט דער מחבר א וויכטיגע הלכה, העולה לקרות בתורה והראו לו מקום שצריך לקרות, סיקומט ארויף איינעם וואס מ'האט אויפגערופן צו די תורה, און מ'צייגט איהם אהן וואוהין ער וועט דארפן ליינען, (די זעלביגע זאך היינט, מ'צייגט איהם וואוהין מ'גייט ליינען פאר איהם), וברך על התורה והתחיל לקרות, און ער מאכט די ברכה, און ער אדער מ'האט שוין אנגהויבן ליינען, או לא התחיל, אדער אפילו מ'האט נאך נישט אנגעהויבן צו ליינען, והזכירוהו שפרשה אחרת צריך לקרות, און מ'האט זיך דערמאנט, אז מ'האט נישט געצייגט די ריכטיגע פלאץ וואו מ'דארף צו ליינען, וגלל הספר תורה למקום שצריך לקרות בו, און מ'האט אהין געמישט צו די פלאץ וואו מ'דארף ליינען אין דעם דאזיגען קריאה, יש אומרים שאינו צריך לחזור ולברך, איז דא וואס האלטן אז מ'דארף נישט איבערמאכן די ברכה, ויש אומרים שצריך, און סיז דא וואס האלטן אז מ'דארף יא איבערמאכן די ברכה.
למעשה פסק'ענען מיר, וואו די צווייטע יש אומרים, אבער אויב דארף מען נישט מישן, און סיז געווען אפן די פלאץ וואו מ'דארף ליינען ווען מ'האט איהם געוויזן, די טעות'דיגע פלאץ, האלטן מיר וואו די ערשטע יש אומרים, אויב האט מען איהם געוויזן אז מ'דארף ליינען אין שפעטערדיגע פלאץ, און למעשה דארף מען אנהויבן א פריערדיגע פלאץ, זאגן די אחרונים, אז מ'זאל ליינען פאר דעם עולה, ביז וואו מ'האט איהם געצייגט, און נאך א פאר פסוקים ווייטער, און דאס איז נישט קיין חילוק, אפילו מ'האט איהם נישט געוויזן די ריכטיגע סדרה, ביז ווילאנג סיז געווען אפן די ריכטיגע פלאץ בשעת מ'האט איהם געצייגט די מקום הקריאה.
דער משנ"ב זאגט אז די וואס מאכן נישט איבער קיין ברכה, אויב האט מען געוויזן אין די זעלביגע פרשה וואס מ'ליינט, אפילו מ'דארף מישן, יש להם על מה לסמוך.

סימן קמא דיני הקורא והמקרא, אין דעם סימן על מיר לערנען די הלכות וואס זענען נוגע דעם בעל קורא, און דעם אויסרופער, ובו ח סעיפים

סעיף א, זאגט דער מחבר, צריך לקרות מעומד, מ'דארף ליינען שטייענדיג, מ'לערנט דאס ארויס פון דעם פסוק וואס גאט האט געזאגט משה רבינו ע"ה, ואתה פה עמד עמדי, ואפילו לסמוך עצמו לכותל או לעמוד, אפילו זיך אנלאנען אויף א וואנט אדער אויף דעם בעלמער, און אפילו דאס איז א סמיכה וואס אויב נעמט מען אוועק די זאך פאלט מען נישט אראפ, אסור, טאר מען נישט, ווייל מ'דארף שטיין מיט א פארכט ווען מ'ליינט, בדיעבד אויב האט מען געליינט אפילו זיצענדיג, איז מען יוצא, אלא אם כן הוא בעל בשר, נאר טאמער איז ער א פעשער, די זעלביגע זאך איז מיט אן אלטן איד אדער א חולה, לכתחילה זאלן אפילו די דאזיגע נישט זיך אזוי שטארק אנלאנען, אויב נעמט מען אוועק די זאך זאלן זיין פאלן, אויב איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, קען מען דאס אויך.
 אויב איז דאס א לאנגע ספר תורה, וואס כדי צו זעהן די ווערטער דארף מען זיך איינבייגן די זעלבע זאך אויב דער וואס רופט אויס טייטלט פאר דעם קורא, דאן זעהט מען דאך אז דאס איז נישט לשם גאוה, ממילא, איז נישט קיין שאלע, נאר אזויפיל דארף מען וויסען אז ווען מ'דארף שוין נישט זאל מען זיך צוריק אויפהויבן דעם קאפ.
הגה, זאגט דער רמא, וכן החזן הקורא צריך לעמוד עם הקורא, און די זעלביגע הלכה איז פאר דעם וואס רופט אויס, דארף אויך שטיין צוזאמען מיט דעם בעל קורא (מרדכי הלכות קטנות).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/3/2006 05:51 לינק ישיר 

יום ב תצוה ס"ו


סימן קמ דיני הפסק בברכת התורה ובו ג סעיפים

סעיף א זאגט דער מחבר,
הקורא בתורה ונשתתק, מ'רופט אויס צו די תורה למשל מוה"ר שלום בן ר' יושע, און ער קומט ארויף, און ער זאגט ברכו און מאכט די ברכה, און הייבט אהן צו ליינען, און ער איז נשתתק געווארן אינדערמיט ל"ע, העומד יתחיל ממקום שהתחיל הראשון, דער וואס נעמט איהם איבער, זאל אנהויבן ליינען, דארט וואו דער וואס איז נשתתק געווארן, האט אנגעהויבן די קריאה, אפילו אויב סיהאט גענומען א לאנגע צייט, וואס אין די צייט האט מען שוין געקענט ליינען עטליכע מאל פון אנהויב סדרה, אעפי"כ, זאל מען נאר אנהויבן דארט וואו דער וואס איז נשתתק געווארן אינדערמיט האט אנגעהויבן, ויברך בתחלה ובסוף, און ער זאל זאגן סיי די פאר ברכה און סיי די נאך ברכה, ולהרמב"ם לא יברך בתחלה, און לויט דעם רמב"ם זאל ער נישט זאגן די פאר ברכה, ווייל ער האלט אז די ערשטע פאר ברכה, קען מען נוצן פון דעם וואס איז נשתתק געווארן, מיר פסק'ענען ווי די ערשטע דעה.

הגה, זאגט דער רמא, ואפילו בזמן הזה שש"ץ קורא, אפילו היינטיגע צייטן, וואס איז דא א בעל קורא, וואלט איך געמיינט אז וויבאלד דער בעל קורא ליינט דאך ווייטער, אף על פי כן, וויבאלד דער עולה איז נשתתק געווארן, דינא הכי, איז אויך די הלכה, אזוי ווי אויבנדערמאנט אין מחבר, (הר"י פרק אין עומדין).


סעיף ב זאגט דער מחבר, העומד לקרות בתורה וברך ברכה שלפניה, מ'האט אויסגערופן שלמה בן יעקב צו די תורה, און ער האט געזאגט די פאר ברכה, וקרא מקצת פסוקים ודבר דברי תורה או דברי חול, און ער האט געליינט א פסוק אדער אפאר פסוקים, און ער האט אינמיטן זיך פארשמועסט מיט גימפל, איבער א תוספות, אדער מיט זרח איבער די סטאק מארקעט, לא הוי הפסק ואינו צריך לחזור ולברך, הייסט דאס נישט קיין הפסק, און מ'דארף נישט איבערמאכן די ברכה, אויב אבער האט ער נאך נישט געליינט קיין איין פסוק, און ער האט אויסגערעדט נישט לצורך הקריאה, אפילו אויב האט ער גערעדט דברי תורה, דארף ער איבערמאכן א ברכה, פארשטייט זיך אז לכתחילה טאר מען נישט רעדן קיין שום זאך ביז מ'ענדיגט די קריאה.
לכתחילה איז גוט אינזינען צו האבן בשעת די פאר ברכה, אז אפילו אויב וועט מען מסיח דעת זיין אינדערמיט זאל מען קענען ליינען ווייטער על סמך פון די ברכה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 00:49 לינק ישיר 

יום א פ' תצוה ס"ו

סעיף י זאגט דער מחבר, ברכה אחרונה, די נאך ברכה זאגט מען, אשר נתן לנו תורת אמת, בא"י אמ"ה אשר נתן לנו תורת אמת, זו תורה שבכתב, דאס גייט ארויף אויף תורה שבכתב, און דאס קלער איז דער טעם אויף וואס מיר האבן נעכטן געלערנט, אז מ'זאל אונטערהייבן די ספר תורה, וחיי העולם נטע בתוכנו, און ווייטער זאגט מען וחיי העולם נטע בתוכינו, -רעדן די אחרונים אויס אז מיר זאגן וחיי עולם, אן די הא- הוא תורה שבע"פ, און דאס גייט ארויף אויף די תורה שבעל פה, א סמך איז פון א פסוק, דברי חכמים כדרבונות וכמסמורות נטועים.

סיז כדאי אויסצושמועסן א שיין ווארט, לכאורה איז שווער, פארוואס הייבט זיך אהן די נאך ברכה מיט א ברוך אתה, סיוואלט דאך געדארפט זיין אזוי ווי יעדע ברכה הסמוכה לחברתה, וואס הייבט זיך נישט אהן מיט קיין ברוך, אזוי ווי אהבת עולם וכו', תו' ענפערט אויף דעם, אז היות מעיקרא איז די תקנה געווען אז מ'זאל מאכן נאר דער ערשטער די פאר ברכה און דער לעצטער עולה די נאך ברכה, אם כן איז דאך דאס שוין א לאנגער הפסק, ממילא האט דאס נישט קיין דין פון א ברכה הסמוכה, ממילא האט מען דאס שוין אזוי געלאזט אפילו אויף היינטיגע צייטן וואס יעדער באזונדער מאכט ביידע ברכות.
נאך אן אינטערסאנטער ענין, די צוויי ברכות האבן אין זיך פערציג ווערטער, צוגלייך די פערציג טעג שעלה משה בהר.
א טעם פארוואס נאר אין די צווייטע ברכה האט מען אינזין תורה שבע"פ און נישט ביים ערשטן, איז דא פיל טעמים, איך על זאגן איין טעם, וואס דער כפה"ח זאגט, אז נאכ'ן הערן ליינען, זעהט מען דאך אז די ווערטער אין די תורה אליין קען מען נישט וואוסען וואס מ'האט צו טוהן, ממילא, דארף מען דאך שוין אנקומען צו תורה שבע"פ.


סעיף יא זאגט דער מחבר, הקורא בתורה צריך לאחוז בספר תורה בשעת ברכה, דער עולה לתורה, בשעת ער מאכט די ברכה דארף אנכאפן די ספר תורה, האמיר שוין נעכטן געשמועסט אז על פי קבלה, זאל מען אנכאפן די יריעות בהפסק איזה דבר.
הגה, זאגט דער רמא, וסמכו מנהג זה, א סמך אויף דעם מנהג איז, על מה שנאמר ביהושע לא ימוש ספר התורה הזה מפיך חזק ואמץ, פון דעם פסק אין יהושע, וואס שטייט לא ימוש ספר התורה, הזה, וואס פון דעם זעהט מען אז ער האט דאס געהאלטן אין די האנט, ומזה נהגו לומר למסיים לקרות בתורה בכל פעם חזק, און פון דעם פסוק לערנט מען ארויס דעם מנהג וואס מ'שרייט אויס חזק חזק ונתחזק, ווען מ'ענדיגט ליינען א ספר אין די תורה, (ב"י בשם אורח חיים).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2006 00:40 לינק ישיר 

א גוטן תמיד חשובע משתתפים פון שיעורי הלכה אויף דעם אינטערנעט, אין די סעריע פון הלכות קריאת התורה האלטן מיר ביי די שיעור פון עש"ק פ' תרומה ס"ו, היינט וועט מען פארלערנען דעם שיעור און דעם שיעור פון יום א פ' תצוה ס"ו, האלטן מיר

סימן קלט, סעיף ח, זאגט דער מחבר, אפילו ברך ברכת התורה לעצמו ותיכף קראוהו לקרות בתורה, מיטוואך דעם צווייטן טאג ראש חודש אדר, שטייט יאנקל כהן אויף אינדערפרי, ארום אכט אזייגער, מיט די פארשלאפענע פאות יאגט ער זיך אין שוהל אריין, כ'מיין א לאנגע דאווענען ווארט איהם היינט אפ, נעכטן האט ער שוין באקומען א פסק פון דעם ראש הכולל פאר'ן שפעטיגן, ער כאפט א מקוה איינס צוויי, און ער גייט אריין אין איינע פון די זייטיגע שטיבלעך זאגן ברכות התורה מיט קריאת שמע, אמער דער סוזק"ש, איז שוין באלד אווער, און ער עט מוזן ליינען כקורא בתורה, און אופס דער מנין פון דעם שטיבל האלט ביים ליינען, און מ'שרייט אויס כהן, כהן, יאנקל אינסטינקט דרייט זיך אויס, -ער איז געווען אויסגעדרייט צום שאנק- און איינע פון זיינע חברים, געבן א צייג מיט די פינגער, אה ער איז דאך א כהן, נו שוין מ'הייבט אהן ותגלה וגו', יעמוד מוה"ר אא... אאא... יאנקל'ס חבר העלפט ארויס, ר' יעקב בן ר' ברוך, און יענקל האט דאך נאך א נאמען וואס זיין חבר האט שוין פארגעסן, און ער זאגט צו אזוי פארשעמטערהייט, יעקב זרח בן ר' ברוך, דער עולם קלערט אז אפשר אלץ חודש אדר מאכט ער גראמען, אבער א ברירה האט מען, ר' יעקב זרח בן ר' ברוך הכהן, ברוך שנתן תורה וכו', רופט אויס דער גאנצער ציבור, און יאנקל בארגט פון נאטורליכ'ס ר' מעכיל א טלית, און ר' מעכיל נישט טרעפנדיג זיין הוט טוט ער אהן א צוייטענס קוטשמע, און ער שמייכלט זיך אזוי אונטער, און ער נו'קעט אזוי, נו נו, מיינט צו פרעגן ס'שטייט מיר גוט?, און דער עולם שמייכלט צוריק, מקיים זיין א גמילות חסד, און יאנקל הויבט אהן זאגן ברכו, ער וויל שוין זאגן די ברכה, און ער כאפט זיך איך האב דאך אקאורשט געזאגט די ברכה מיט א ברען, נו וויאזוי קען איך מאכן די זעלבע ברכה איין מינוט נאך די צווייטע, יאנקל בלייבט שטיל, און דער דאיען דרייעט זיך אויס, און ער פרעגט נו, און יאנקל הייבט אהן נו'קען, דער דאיען קומט צו, און יאנקל ווייזט איהם אין סידור ביי ברכות התורה, דער דאיען איז דאך נישט קיין בטלן און ער כאפט באלד, און ער זאגט איהם דו ביסט א כולל אינגערמאן? כ'מיין סיז דאך אן אפענער מחבר, אז אפילו מ'האט אקאורשט געזאגט ברכות התורה, צריך לחזור ולברך אשר בחר בנו, דארף מען איבער מאכן די ברכה פון אשר בחר, כשקורא בתורה, ווען מ'רופט איהם אויס צו די תורה, דמשום כבוד התורה נתקנה כשקורא בצבור, וואו מיהאמיר שוין גערעדט ביי די נעכטיגע שיעור איז די גאנצע תקנה פון מאכן די ברכות נתתקן געווארן משום כבוד התורה, מילא איז נישט קיין נפק"מ צו מ'האט דאס אקאורשט געזאגט צו נישט.
די אחרונים רעדן אויס אז אויפ'ן וועג ארויף צו די בימה, זאל ער דאך זאגן א פסוק יברכך, און זיי לייגן צו אז ער זאל זיין געווארנט, כאטש ער איז מוטרד עולה צו זיין, אינזין צו האבן ווי ס'באדארף צו זיין די שמות פון ברכת כהנים.

סעיף ט זאגט דער מחבר, אם קראוהו לקרות בתורה קודם שיברך ברכת התורה לעצמו, אויב אבער איז פארקערט די מעשה, נאך פאר ער יאנקל האט עספיעט צו זאגן ברכות התורה, ער האט ערשט גענדיגט זאגן המחזיר נשמות לפגרים מתים, זיך אונטערזיגענדיג ביי אלקי נשמה, יוסעלעס חזנות, כבר נפטר מלברך ברכת אשר בחר בנו, דארף ער שוין נישט זאגן ביי ברכת התורה די ברכה פון אשר בחר בנו, דלא גרע ממי שנפטר באהבה רבה, וויבאלד דאס איז דאך נישט ארגער פון א אידן וואס האט בכלל פארגעסן צו זאגן ברכות התורה, וואס די הלכה איז אויב האט ער שוין געזאגט אהבה רבה ביין דאווענען, זאל ער נישט איבערזאגן ברכות התורה, ווייל ער האט שוין יוצא געווען מיט די ברכה פון אהבת עולם.
שמועסן די אחרונים אויס אז סיז יא דא עטוואס א חילוק צווישן אהבת עולם און די ברכה פון עולה זיין, ווייל ביי אהבת עולם דארף מען שוין בכלל נישט מאכן ברכות התורה, אבער ביי עולה זיין, איז די ברכה פון אשר קדשנו במצוותיו וצונו לעסוק, איז נאך אלץ דא א חיוב.
נאך אזאך איז וויכטיג צו באטאנען, אז מ'זאל אינזין האבן בשעת מאכן די ברכה אז מ'וויל מיט דעם יוצא זיין די לימוד התורה פון דעם גאנצן טאג. תוקן על ידי - סאכדעס - 10/03/2006 21:14:57



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2006 01:52 לינק ישיר 

יום ה' תרומה ס"ו
 
סעיף ו, זאגט דער הייליגער מחבר, אומר ברכו והברכות בקול רם, מ'זאל זאגן ברכו מיט די ברכות הויך אויף דעם קול, והאומרים בלחש טועה, און די וואס זאגן דאס שטיל לעבן אין א טעות, דער משנ"ב שרייבט אן אינטערסאנט לשון, דלמי אומר ברכו כשאומר בלחש, פאר וועמען זאגט ער די ברכות ווען ער זאגט עס שטיל?, ויש אומרים שצריך לחזור ולברך בקול רם, און סיז דא אפילו וואס האלטן אויב האט מען געזאגט שטיל די ברכות זאל מען דאס איבערזאגן הויך.

סיז דא צוויי טעמים דערביי, 1) כדי מוציא צו זיין דעם ציבור וואס האט נישט געהערט ברכו פון ש"ץ ביים דאווענען,
2) וויבאלד מ'טאר דאס נישט זאגן אויב סיז נישט דא קיין צען מענטשן, אויב האט מען דאס געזאגט שטיל און סיז נישט דא קיין צען וואס הערן, איז דא געוויסע פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף איבער מאכן די ברכה, מיר פסק'ענען נישט אזוי, לפי דעם ערשטן טעם זאל מען לכתחילה זאגן הויך אז דער גאנצער ציבור זאל הערן, אזוי ווי ס'שטייט אין ספר חסידים, אז די גאנצע תקנה פון די ברכות איז נאר מפני כבוד התורה, איינער וואס זאגט שטיל, גייט אריין אין דעם גדר פון הגוזל את המצות.
מכאן הקריאה יוצאות אז מ'זאל אנזאגן די זיבעלעך זאלן זאגן הויך ברכו, דאס איז נישט סתם אן ענין.
די זעלביגע הלכה פסק'עט דער מג"א איז ביי קדיש, און ברכו וואס מ'זאגט ביים דאווענען, אז מ'זאל דאס זאגן גענוג הויך, וויל איך טאקע בעטן נישט צו שיקן די וואס דאווענען שטיל.

הגה, זאגט דער רמא, כדי שישמעו העם ויענו, ברוך ה' המבורך לעולם ועד (טור), די טעם פון דעם מחבר איז כדי דער עולם זאל קענען ענפערן ברוך ה' המבורך לעולם ועד, ואם לא שמעו הצבור את המברך, אויב הערט נישט דער ציבור דעם עולה זאגן די ברכות, אף על פי ששמעו החזן עונה, אפילו אויב הערט מען דעם בעל קורא ענפערן, לא יענו עמו אלא עונין אמן על דברי החזן, זאל מען נישט ענפערן צוזאמען מיט דעם בעל קורא ברוך השם המבורך נאר אמן, אויב אבער הערן צען מענטשן און ענפערן, קען מען יא ענפערן, אפילו מ'הערט נישט דעם עולה מאכן די ברכה. (ב"י בשם הר"י ואורחות חיים וכל בו).


סעיף ז, זאגט דער הייליגער מחבר, אחר שענו העם ברוך ה' המבורך לעולם ועד, נאך וואס דער ציבור האט גענפערט ברוך ה' המבורך לעולם ועד, חוזר המברך ואומר ברוך ה' המבורך לעולם ועד, טוט דער עולה אויך איבער זאגן ברוך ה' המבורך לעולם ועד, כדי לכלול המברך עצמו בכלל המברכים, די סיבה דערפון איז, אז דער עולה זאל זיך כולל זיין מיט די זעלביגע זאך ווי דער איבריגער ציבור.
דער מנהג איז אז דער בעל קורא זאגט הויך אמן פאר ער הויבט אהן צו ליינען, כדי דער עולם זאל זיך כאפן אז מ'הייבט שוין אן ליינען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/3/2006 01:51 לינק ישיר 

היות דער עולם איז נישט געקומען צום שיעור זינט יענע וואך מיטוואך, האט דער דאיען געלערנט פאר זיך, אבער וויבאלד דער עולם האט זיך דערמאנט, האב יאך זיך בארעכנט, צו משלים זיין די שיעורים, אבער היות יאך קאן דאך נישט אויסלאזן קיין טאג אהן צוויי הלכות, און יאך האלט שוין ווייטער, על יאך פארלערנען פון וואו מיר האלטן אלע טאג פיר הלכות, אדער מער, ביז דאס עט זיך פארגלייכן צו מיין טעגליכע שיעור.

יום ד' תרומה ס"ו

סעיף ד זאגט דער הייליגער מחבר, כל הקורים מברכים לפניה ולאחריה, אלע מענטשן וואס זענען עולה צו די תורה, מאכן א פאר ברכה און א נאך ברכה, ופותח הספר קודם שיברך, מ'עפנט אויף די ספר תורה, פאר מ'מאכט די ברכה, ורואה הפסוק שצריך להתחיל בו, און ער זאל זעהן דעם פסוק ווי מ'גייט אנהויבן ליינען, ואחר כך יברך, און דערויף זאל ער מאכן די ברכה, ולאחר שקרא, נאך וואס מ'ענדיגט ליינען, גולל ומברך, מאכט ער צו די ספר תורה, און ער מאכט די נאך ברכה.

(הגה, זאגט דער רמא, ובשעה שמברך ברכה ראשונה יהפוך פניו על הצד, ווען מ'מאכט די פאר ברכה, זאל מען נייטן די קאפ צו די זייט, שלא יהא נראה כמברך מן התורה, כדי ס'זאל נישט אויסקוקען ווי ער מאכט די ברכה פון אינעווייניג, (כל בו). ונראה לי דיהפוך פניו לצד שמאלו, און איך האלט אז ער זאל דאס נייטן צו די לינקע זייט).

ס'איז דא מחלוקה צו די פאר ברכה פון אשר בחר בנו איז א דאורייתא צו נישט, אויב האט מען שוין געזאגט צופרי ביי ברכות התורה, דאן איז דאס לכו"ע א דרבנן.

אויב האט מען זיך טועה געווען, און מ'האט געזאגט די נאך ברכה אנשטאט די פאר ברכה, דאן איז די הלכה אז ער זאל דאס מאכן די פאר ברכה ביים סוף, אויב האט ער זיך דערמאנט פאר ער האט געזאגט בא"י נותן התורה, זאל ער דאן זאגן אשר בחר בנו, אויב ביי די נאך ברכה האט ער זיך טועה געווען, דאן אויב האלט ער פאר די ווערטער נותן התורה, זאל ער באלד זאגן אשר נתן לנו תורת אמת, אויב האט ער שוין געזאגט נותן התורה, דארף ער נאכאמאל מאכן די נאך ברכה.

איבער די הלכה וואס דער רמא פסק'עט אז מ'זאל זיך אוועקדרייען פון די ספר תורה בשעת די פאר ברכה, מיר פסק'ענען נישט אזוי, אדרבה סיקוקט אויס א בזיון, נאר סיז דא אזעלכיגע וואס זאגן אז מ'זאל צומאכן די אויגן, און דערויף איז דא וואס זאגן, אז מ'זאל פארמאכן די ספר תורה, על פי קבלה איז נאך מער, לייגט מען ארויף די מענטעלע אויך.

על פי קבלה זאל מען אנכאפן די יריעות פון די ספר תורה בשעת'ן מאכן די ברכות, מיט עפעס אינצווישן.

סיז דא וואס האלטן אז אנפאנג ברכה זאל מען זיך משחה זיין, אנדערע האלטן אז נישט, נהרא נהרא ופשטיה, סוף ברכה האלטן אלע אז מ'זאל זיך נישט איינבייגן.

בשעת מ'זאגט ונתן לנו את תורתו, און די זעלביגע זאך ווען מ'זאגט די ווערט תורת אמת, ביי די צווייטע ברכה, הייבט מען אונטער די ספר תורה.

קושן די ספר תורה נאך די ברכה, האט א מקור, אבער דער כנה"ג שרייבט אז מ'פירט זיך נישט אזוי, בכל אופן אויב קומט איינעם שפייעכץ, זאל ער שפייען פאר ער קושט די ספר תורה, און נישט דערנאך.


סעיף ה זאגט דער הייליגער מחבר, נהגו לכסות הכתב בסודר, בין גברא לגברא, מ'פירט זיך צו פארדעקן די ספר תורה מיט א טעפיך, צווישן איין עולה אין די צווייטע, (זאגט דער רמא, ובמדינות אלו נהגו שהיא מגוללת בין גברא לגברא, אין אונזערע פלעצער פירט מען זיך אז די ספר תורה איז צוגעדעקט צווישן איין עולה און דער צווייטע, וכן עיקר, און אזוי נעמט אהן דער רמא להלכה).
תמצית הלכה למעשה ביי אונזערע ספרי תורות, דארף מען נאר צודעקן מיט די מענטעלע ביי מאכן מי שברך'ס און ביי קדיש.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2006 05:34 לינק ישיר 

יום ג תרומה ס"ו

צוגאב צום נעכטיגן שיעור,
אויף דעם ערשטן סעיף:
1) מאנטאג און דאנערשטאג, בדיעבד אז מ'האט איבערגעלאזט צוויי פסוקים פאר א ענד פון א פרשה, דארף מען דאס נישט פארענדיגן, שבת איז דא מחלוקה אויב פאר דעם נעקסטן זאל מען אנהויבן מיט א פסוק פריער, אדער נישט, איך קריך נישט ארויס מיט דעם פסק, אבער וויסן זאל מען אז סיז דא א מחלוקה, אויב איז געווען פארקערט די מעשה אז מ'האט זיך אפגעשטעלט נאך צוויי פסוקים פון אן אנפאנג פון א פרשה, איז זיכער אז מ'דארף דאס נישט איבערליינען.
2) די בעלי קוראים דארפן וויסן אויב טיילט מען אמאל א מפטיר אנדערש וואו סיז אנגעצייכענט, דארף מען וויסען אויב איז די לעצטע פרשה פינף פסוקים, דאן דארף מען ליינען אלע פינף און נישט נאר די לעצטע דריי, בדיעבד, אפילו מ'האט נאך נישט געמאכט די נאך ברכה, דארף מען נישט איבערליינען.
3) די הלכה פון לא יתחיל בה פחות מג' פסוקים, פסק'ענען די אחרונים אז פאר א ראשון מעג מען יא.
4) אין א פאל וואס מ'האט געדארפט ארויסנעמן א צווייטע ספר תורה, מוז מען נישט צולייגן פון וואו מ'האלט א פסוק אדער צוויי אויב האלט מען די לעצטע פסוק פון א פרשה.

צווייטער סעיף:
1) אויב האט זיך דער בעל קורא פארגעקוקט דריי מאל, און ער פאלט נאך אדורך איז נישט געפערליך, נאר סיז א מצוה מן המובחר אז סיזאל זיין קריאתו שגורה בפיו.
2) דע סיבה פון וואנעט מ'לערנט ארויס אז מ'זאל זיך פארקוקן צוויי דריי מאל איז א גמרא (כ'געדענק שוין נישט וואו) רבי עקיבא האט מען אויסגערופן און ער האט נישט עולה געווען ווייל ער איז נישט געווען פארגעקוקט, א ראי' פון פסוק, אז ראה, ויספרה, הכינה, וגם חקרה, איז דא פיר לשונות, און סישטייט אין מדרש די מהלך וויאזוי משרע"ה האט געלערנט מיט די אידן, אז ער האט דאס דריי מאל געחזר'ט קודם, שטעלן זיך די אחרונים, נו אם כן וואס איז דער צוויי דריי מאל, העט ווען געדארפט זיין פיר מאל, נאר זיי ברענגן א מדרש וואס דארט שטייט אז כביכול קוב"ה האט פאר ער האט דאס געלערנט מיט משה רבינו, געחזר'ט צוויי מאל. כ'האף מארגן צו ברענגן די לשונות און די מקורות - סליחה.
3) סיז דא א שיטה פון ב"ח אז אפילו היינטיגע צייטן זאל זיך יעדער עולה זיין פארגעקוקט, מיר פארלאזן זיך אויף די העברת הסדרה.

און איצט צום היינטיגן שיעור.
סעיף ב זאגט דער מחבר, מי שאינו יודע לקרות, עמיציר וואס קען נישט ליינען, צריך למחות בידו שלא יעלה לספר תורה, באדארף מען איהם שטערן אז ער זאל נישט עולה זיין, ואם צריכים לזה שאינו יודע לקרות, אויב איז דער פערזאן א וויכטיגער מענטש, לפי שהוא כהן או לוי ואין שם אחר זולתו, וויבאלד ער איז א כהן אדער א לוי, און סיז נישט דא קיין אנדערע, אם כשיקרא לו ש"צ מלה במלה יודע לאומרה ולקרותה מן הכתב, אויב ווען דער בעל קורא ליינט קען ער מיט ליינען, יכול לעלות, מעג ער עולה זיין, ואם לאו, אויב אפילו דאס קען ער נישט, לא יעלה, זאל מען איהם בכלל נישט אויסרופן.
קוקט דאך אויס מדברי המחבר אז מ'טאר נישט לכתחילה אויסרופן איינעם וואס קען אפילו מיטזאגן מיט דעם בעל קורא, מיר האבן שוין אויבן אין סימן קלה געלערנט און געפסק'עט להלכה, אז מיר זענען זיך נוהג מקיל צו זיין אין דעם.

סעיף ג זאגט דער מחבר, אפי' ראש הכנסת או חזן, לא יקרא עד שיאמרו לו קרא, דער מחבר פסק'עט אז קיינער אין שוהל זאל נישט עולה זיין צו די תורה, אויב רופט מען איהם נישט אויס, -די טעם איז מ'זאל זיך נישט ארום הרג'ענען אין שוהל, אפילו דער וואס טיילט די עליות, ס'שטיינס געזאגט ער געט זיך דאך אליינס די עלי', אעפי"כ זאל ער נישט צוגיין אום אויסגערופן, ונהגו שש"צ כשרוצה מברך וקורא בלי נטילת רשות, חוץ דער בעל קורא אליין דער מעג יא, און מ'פירט זיך איהם נישט אויסצורופן, משום דהוי כאילו משעה שמינוהו לש"ץ הרשוהו על כך, ווייל אין די זעלבע רשות וואס ער האט צו ליינען, האט ער דאך בודאי אויף צו עולה זיין.

הגה, זאגט דער רמא, ובמדינות אלו אין נוהגין כן, אין אונזערע לענדער פירט מען זיך נישט אזוי, ואין החזן עולה רק כשהסגן אומר לו לעלות, און דער בעל קורא אליין נעמט זיך נישט קיין עליה, ביז ווילאנג מ'הייסט איהם נישט עולה זיין, אבל אין קורין לו בשמו כמו שאר העולים שקוראים אותם בשמם פלוני בר פלוני, אבער אזויפיל איז ער אנדערש ווי די אנדערע קרואים, אז מ'רופט איהם נישט אויס, נאר מ'זאגט איהם אז ער זאל עולה זיין, וויבאלד יעדער זעהט אז דער בעל קורא שטייט נעבן דעם סגן, און פארשטייט מען אליין אז ער האט איהם געהייסן עולה זיין.
אויף דעם רעדן שוין אויס אלע פוסקים אחרונים, אז דאס האט צוטוהן מיט די מנהג המקום, און היינט פירט מען זיך אז מ'רופט אויס דעם בעל קורא, פונקט וואו מ'רופט אויס אנדערע קרואים.

ומי שאביו מומר לעבודת כוכבים, אויב האט עמיציר א טאטען וואס איז א מומר, קורין אותו בשם אבי אביו, רופט מען איהם אויס מיט זיין זיידענס נאמען, אבל לא בשמו לבד, אבער מ'רופט איהם נישט אויס נאר מיט זיין נאמען, למשל יעמוד ר' ראובן שני, שלא לביישו ברבים, כדי איהם נישט צו פארשעמן אין פובליק, (תרומת הדשן סי' נ"א וס' החסידים). ודוקא שלא עלה מימיו בשם אביו, און דאס איז נאר פעליג אויב פלעגט מען איהם קיינמאל נישט אויסרופן מיט זיין טאטענס נאמען, אבל אם הוא גדול והורגל באותו העיר לעלות בשם אביו, אויב אבער ווען ער איז געווארן א גדול, און זיין טאטע איז נאך געווען אן ערליכער איד, והמיר אביו לעבודת כוכבים, און שפעטער א צייט איז זיין טאטע געווארן א מומר, קוראים אותו בשם אביו כמו שהורגל, רופט מען איהם אויס געהעריג מיט זיין טאטן'ס נאמען, אזוי ווי מ'איז געוואוינט ביז ער איז געווארן א מומר, שלא לביישו ברבים, כדי מ'זאל נישט פארשעמן דעם זוהן, כמובן אויב קומט ער אין א פרעמדע שטאט, זאל ער געבן זיין זיידענ'ס נאמען, וכן אם איכא למיחש לאיבת המומר, און די זעלביגע הלכה איז אויב מ'האט מורא פון דעם מומר אז ער זאל נישט מאכן קיין צרות פאר דעם ציבור, אויב מ'וועט אויסרופן זיין זוהן אהן זיין נאמען, (מהר"ם פאדוואה סי' פ"ז).
שמועסן אויס די אחרונים אויב אבער איז דער פאטער געווען א מומר באונס, און בשעת ער איז געווען א מומר, פלעגט ער טוהן טובות פאר דעם ציבור, און פאר ער איז געשטארבן האט ער זיך מתודה געווען אויף זיינע עבירות, דאן אדרבה זאל מען בודאי יא אויסרופן דעם זוהן מיט זיין טאטענ'ס נאמען, כדי איהם מזכיר זיין לשבח.

ואסופי ושתוקי קורין אותו בשם אבי אמו, אן אסופי אדער א שתוקי, וואס מ'ווייסט נישט זייער טאטן'ס נאמען, זאל מען איהם אויסרופן מיט דעם נאמען פון זיין מאמעס טאטע, דאס הייסט אויב איז געקומען א פרוי און געטענה'ט אז דאס איז איר זוהן, גלייך ווען מ'האט איהם געפונען אויף די גאס, ואם אינו ידוע קורין אותו בשם אברהם, כמו לגר, אויב ווייסט מען נישט זיין מאמעס טאטן'ס נאמען, רופט מען איהם אויס בן אברהם, אזוי ווי מ'טוט פאר א גר, (ד"ע).
אויף די הלכה איז דא פיל צו שמועסן, אבער דאס איז נישט אזוי ווייט נוגע להלכה, צו קריאת התורה, סאו אויב האט מען שאלעס, זאל מען פרעגן.

סומא אינו קורא, א בלינדער ל"ע, קען מען נישט אויסרופן צו די תורה, לפי שאסור לקרות אפי' אות אחת שלא מן הכתב, וויבאלד מ'טאר נישט ליינען אפילו איין ווארט אויף אויסנווייניג, (ומהרי"ל כתב דעכשיו קורא סומא, און דער מהרי"ל שרייבט אז היינטיגע צייטן קען מען יא אויסרופן א בלינדען, צו די תורה, כמו שאנו מקרין בתורה לע"ה, אויף די זעלביגע וועג וואס מ'רופט אויס אן עם הארץ צו די תורה, וויבאלד דער בעל קורא ליינט דאך).
היות די הלכה איז מחלוקה רבוותא, לכאן ולכאן, מיר פירן זיך פשוט אנצונעמן דעם מהריל, אבער די אחרונים רעדן אויס, אז מ'זאל נישט אויסרופן ביי מפטיר אום יום טוב, און ווי אויך נישט אין די פרשיות פון פרה און זכור, און ווי אויך דארט וואס סיז נאך נישט דא קיין מנהג, זאל מען לכתחילה נישט אויסרופן, נאר א חתן אדער א בעל ברית.
א שוטה אדער איינער וואס האט צוריסענע ערמל, קען מען נישט און מ'טאר נישט אויסרופן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2006 00:54 לינק ישיר 

שיעור יום ב' תרומה ס"ו

האלט מיר היינט סימן קלח, שלא לשייר בפרשה פחות מג' פסוקים ובו סעיף אחד, אין דעם סימן על מיר לערנען איבער די הלכה אז מ'טאר נישט איבערלאזן אין א פרשה ווייניגער ווי דריי פסוקים.

סעיף א זאגט דער מחבר הקורא בתורה לא ישייר בפרשה פחות מג' פסוקים, אויב ליינט מען אין די תורה, זאל מען נישט איבערלאזן אין א פרשה ווייניגער ווי דריי פסוקים, מפני היוצאים אז מבהכ"נ שיאמרו העולה אחריו לא יקרא אלא שני פסוקים הנשארים, די הלכה איז געמאכט איבער די מענטשן וואס וועלן ארויסגיין נאך די קריאה, וועלן מיינען אז מ'האט פאר דעם נעקסטן עולה נאר געליינט צוויי פסוקים, וכן לא יתחיל בה פחות מג' פסוקים, און ווי אויך זאל מען נישט אנהויבן א פרשה און זיך אפשטעלן, פאר מ'ליינט דריי פסוקים, מפני הנכנסים אז בבהכ"נ שיאמרו שלא קרא הראשון אלא ב' פסוקים, די הלכה איז פאר די מענטשן וואס קומען אריין יעמאלט אין שוהל זאלן נישט מיינען אז מ'האט פאר דעם פריערדיגן געליינט נאר צוויי פסוקים.

הגה, זאגט דער רמא, ואין חילוק בין פ' פתוחה לסתומה, און די הלכה כאפט נישט קיין נפקה מינה אויב די פרשה איז א פ אדער א ס, ופרשה שאינה רק ב' פסוקים, און אויב איז דא א פרשה וואס האט נאר צוויי פסוקים, מותר לשייר בתחלה ולהפסיק שם, מעג מען לכתחילה זיך אפשטעלן פאר דעם, (תרומת הדשן סימן נ"ד), ויכוין שיתחיל תמיד לקרוא בדבר טוב, ויסיים בדבר טוב, און דער רמא פסק'עט אז דער בעל קורא זאל אויסרעכענען אלעמאל אנצוהויבן א דבר טוב און ענדיגן ביי א דבר טוב, לייגן שוין צו די אחרונים אז דאס איז דוקא א דבר טוב של ישראל, און נישט א גוטע זאך פון די גוים, -און דאס איז נישט סתם א נערוו, נאר דאס איז אן הלכה- (א"ז ומיימוני פרק י"ג מה"ת) וע"ל סימן תכ"ח.

סימן קלט סדר קריאת התורה וברכותיה ובו יא סעיפים, אין דעם סימן על מיר לערנען די הלכות פון די ברכות.
סעיף א זאגט דער מחבר, במקום שנהגו שהעולה עצמו קורא בקול רם, דארט וואו מ'פירט זיך אז דער וואס איז עולה דער ליינט, אם לא סידר תחלה הפרשה פעמים שלש בינו לבין עצמו, אויב האט ער זיך נישט פארגעקוקט פאר זיך צוויי דריי מאל, לא יעלה, דאן זאל ער נישט עולה זיין, ובמקום שהחזן קורא, און אויף די מקומות וואס איז דא א בעל קורא, אזוי ווי ביין אונז טאקען, הוא צריך לסדר תחלה, דארף זיך דער בעל קורא זיך פארקוקען צוויי דריי מאל, ומכאן הקריאה יוצאות פאר די אלע זיבעלעך זאלן נישט צוגיין פאר זיי קענען גוט די קריאה,(ב"י).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2006 00:23 לינק ישיר 

יום א' פ' תרומה ס"ו

האלטן מיר סימן קלז זאגט דער מחבר סעיף ה, אם קרא פרשת פרה, אויב האט מען געליינט פרשת פרה, דאס קומט אויס דאס יאר פון דעם שבת צוויי וואכן, (במאמר המסוגר טוה איך אויסשרייען מיין וויי געשריי, אויף דעם וואס קיינער האט זיך נישט גענומען די מיה און פארגעלערנט הלכות מגילה, סיז דא אזויפיל צו לערנען, נו וואס קען איך טוהן), ופסק בהגר הגר בתוכם, און ער האט זיך אפגעשטעלט נאך פסוק יוד, וואס ענדיגט זיך מיט די ווערטער וְלַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם--לְחֻקַּת עוֹלָם. און איז ניט געגאנגען ווייטער, וגלל ס"ת, און מ'האט שוין פארמאכט דעם ספר תורה, -אלע אחרונים שמועסן שוין אויס, אז דאס האט נישט מיט פארמאכן די ספר תורה, נאר דאס ווענד זיך, אין די ברכה אחרונה, וואס אויב האט ער נאכנישט געזאגט די ברכה אחרונה, דאן עפנט מען צוריק אויף און מ'ליינט ווייטער-, חוזר ופותח ומתחיל מראש הפרשה, דאן איז די הלכה אז מ'עפנט צוריק אויף די ספר תורה, און מ'הויבט אהן פון אנפאנג פרשה, סיז נישט גענוג פון פסוק יא און ווייטער, ווייל די קריאה איז בכלל נישט קיין קריאה, רעדן די אחרונים אויס להלכה, און אזוי פסק'ענען מיר, אז דאס איז אלעס אויב האט מען שוין געזאגט קדיש און מ'איז שוין געגאנגען הגבה און גלילה, אויב האט מען זיך פריערט דערמאנט, דאס הייסט באלד נאך דעם ליינען דאן זאל מען נאר אנהויבן פון וואו מ'האלט, און ווי מ'על מיר שוין באלד זעהן, מאכט מען נאר די נאך ברכה ביי אזא פאל,  עד תטמא עד הערב, און ער ליינט ביז נאך פסוק כב וואס ענדיגט זיך וְהַנֶּפֶשׁ הַנֹּגַעַת, תִּטְמָא עַד-הָעָרֶב, ומברך לפניה ולאחריה, און מ'מאכט איבער פריש ביידע ברכות.
לויט געוויסע פוסקים דארף מען נאר איבערמאכן די לעצטע ברכה אויב איז נאך די ספר תורה געווען אויף די בימה, דהיינו אז מ'האט זיך דערמאנט באלד נאך די ברכה אחרונה, און היות ספק ברכות להקל, זאל מען זיך אזוי פירן.
 אויב האט מען מדלג געוועזן, אויב איז דאס פון די פסוקים ביז פסוק יב, דאן דארף מען זיכער נישט איבערליינען, אויב אבער פון שפעטער, וואס דאס האט שוין א דין פון חובת היום, דאן זאל מען יא איבערליינען, אויב האט מען שוין געזאגט מפטיר דאן זאל מען עפענען און איבערליינען אהן א ברכה.

סעיף ו זאגט דער מחבר, הקורא בתורה ראשון, אויב האט מען געליינט פאר איינעם לאמיר זאגן פון פסוק א ביז פסוק ד וקרא השני מה שקרא הראשון, און פאר דעם צווייטן ליינט מען איבער פון פסוק א און ווייטער, אם הוסיף על מה שקרא הראשון ג' פסוקים, אויב ליינט מען פאר דעם צווייטן ביז פסוק ז, או אפי' שנים במקום דלא אפשר, אדער אפילו נאר ביז צוויי פסוקים, דארט ווי סיז נישט מעגליך אנדערש, למשל ראש חודש, וואס מ'ליינט איבער פאר דעם לוי איין פסוק פון דעם כהן, און מ'לייגט צו צוויי פסוקים, אותו שני עולה מן המנין, דאן קען דער צווייטער גערעכנט ווערן פאר איינע פון די קרואים, ואם לאו, אויב איז נישט געווען פאר דעם שני קיין עקסטערע צוויי אדער דריי פסוקים, אינו עולה מהמנין, קען ער נישט גערעכנט ווערן פון די קרואים, חוץ מפרי החג, אויסער סוכות, וואס מ'ליינט פאר מפטיר דאס וואס מ'האט געליינט פאר דעם ראשון און שני, משום דלא אפשר, ס'איז נישט מעגליך אויף אן אנדערן וועג.
אויב האט מען געליינט שבת פאר דעם שישי ביז דעם סוף פון די סדרה, דאן איז די הלכה אויב האט נאך מען נישט געזאגט קדיש, דאן איז זיכער אז מ'זאל איבערליינען פאר נאך איינעם, און דאן זאגט מען קדיש און מפטיר, אויב האט מען שוין געזאגט קדיש, איז די הלכה, אז מ'זאל  נישט אויסרופן קיין שביעי נאר גלייך מפטיר, וויבאלד מפטיר איז מן הקרואים, על פי קבלה זאל מען יא אויסרופן פאר שביעי און דערנאך מאכן מפטיר, אויב איז דא א צווייטע ספר תורה, זאל מען זיך פירן לויט די מקובלים.

תוקן על ידי - סאכדעס - 28/02/2006 16:41:16



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שונה הלכות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext