בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס זאל איך אים ענטפערן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/2/2006 18:00 לינק ישיר 
וואס זאל איך אים ענטפערן?

עפנענדיג דעם פאסט קעסטל היינט אינדערפרי, באגעגן איך זיך מיט אט דעם פאלגענדן בריוו, עס שיינט מיר אביסל מאדנע, ווייל מיר זענען נישט געוואוינט צו באקומען אזעלכע סארט בריוון, געווענליך ווען איינער האט עפעס צו זאגען, שרייבט ער דאס גלייך אויפן פורום, אבער זעהט אויס אז מאיזה סיבה שיהיה וויל דער דאזיגער שרייבער בלייבן אנאנים, האט ער דאס געשיקט צו מיר, און מיר געבעטן ארונטערצונעמען זיין ניק, ורצונו של אדם זהו כבודו.

אלזא, טייערע חברים, ליינט אדורך דעם שיינעם בריוו, און העלפט מיר ארויס מיטן ענטפער, יישר כח למפרע!
וזה לשון הכותב:
כבוד הרב המוכשר

איך וויל נאר פרעגן, אזוי ווי איך בין נהנה רעגלמעסיג פונם קרעטשמע פורום, און איך האב באמת הנאה, עס איז געשמאק , זאפטיג, און באטעמט, די עולם איז אין די פעדערן מען ליפטערט זיך אויס על טהרת הקרעטשמע.

וויל איך שטעלן מיין פראגע:

שוין פון קינדווייז אן, באקט מען און מיר אריין אז אין אירופה נעמט מען שיין אויף ווארעם (איך בין פון איירופה)
קוק ביי די עירפארטס, איר קומט אן צו קאסטעמס מען גריסט אייך "גוד מארנינג" און א. וו.
אבער אין אמעריקא זענען זיי מקבל מיט א אנגעזויעערטע פנים און שיקען די גראד ווייטער.
זאת ועוד, זיי האבן פשוט נישט קיין צייט צו דיר "טיים איז מאני" שרייען זיי יומם ולילה, יעדער איילט זיך צו די ארבעט, מען איז פאר די קינדער א ריכטיגע 'שבת טאטע'
מען שלאפט איין ביי כל מקדש, מען ארבעט און ארבעט ארום די זייגער, עס גייט א שפריכווארט אין אמעריקא: אז מגייט אהיים נאכן ארבעט ביינאכט, פשוט צו קענען האבן כח ווייטער צו ארבעטן צומארגענס, עד כדי כך איז די מצב דארט.

אבער לפליאתי עפענענדיג דעם אשכול "היימישע קרעטשמע" מאלט זיך אפ דאס בילד גאנץ קאפויער, עס זיצן דארטן פעסטע חברה, תוכנדיגע יונגעלייט, טייער און איידל און האבן צייט ווי קיינמאל גארנישט, מען זיצט אגאנצן טאג ארום די זייגער און מ'פארברעגט כאילו מ'וואלט געזעצן ביים טאטן אין וויינגארטן, רואיג און געלאסן גוטמוטיג מפארוויילט די אהנגענעמע אטמאספערע!

רוב אויב נישט אלע זענען פון אמעריקא, אזוי ווי איך זעה פון די זכרונות אשכול,

איז אפשר זענט איר מיר מסביר וואס א עולם הפוך זעה איך דא?
זאגן זאגט מען מיר שוין צענדליגע יאהרן אז"קיין צייט!"
און דא זעה איך שווארץ אויף ווייס אז עס הערשט א צייט פארטרייבונג! 

יישר כח

 




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/2/2006 16:47 לינק ישיר 

פרעג אים וויאזוי ער האט געקענט גלייבן אזא גרויסע לשון הרע אויף די אמעריקאנע אידן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-16/2/2006 18:29 לינק ישיר 

איך וואלט גיענפערט איך נאר נישט קיין צייט 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס זאל איך אים ענטפערן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext