ליגט עס אויף מיין פיקל?
איך האב נישט געקלערט אז מען וועט מיר נאך געדענקען נאך וואס איך בין שוין נישט געווען דא גאר לאנג, אבער זעט אויס אז מן השמים קזכו און איך האב געלייגט אן אשכול וואס וועט מיר מאכן א זכרון עולם. און דאס וויל איך מיט ענק דורכרעדן. איך האב א לאנגע צייט צוריק געלייגט אט דעם אשכול: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1579177 און זעט אויס אז ס'איז דא וועם עס אינטערעסירט. וויל איך וויסן צוויי זאכן. 1) אויב עס איז דא אפילו א קליין היתר צו זען "כשרע" מואוויס. כאטש מען האט עס שוין דאכט זיך, דורכגעשמועס, מיין איך אז עס איז נישט געווען א קלארע תשובה פון די תלמידי חכמים דא. 2) שפור איך אז מיט יעדן תגובה וואס ווערט דא ארויפגעלייגט ווערט מיין פעקל עבירות מער און שווערער. ווייל עס איז זיכער דא ווער עס האט פון דא גענומען אינפארמאציע אויף א מואווי און זיך פארהייליגט זיינע אויגן. עכ"פ, איך האב נישט קיין צייט, און וויל הערן וואס דער עולם האלט דא, און לויט דעם וועט מען אפמאכן א באשלוס.
-------------------------------------- פארכטן די לינק.
תוקן על ידי - kraitchmer - 23/02/2006 22:21:36
|
|