בית פורומים היימישע קרעטשמע

און "קרעטשמע" זאל עס נאך הייסן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2006 19:38 לינק ישיר 
און "קרעטשמע" זאל עס נאך הייסן?

די קינדער טאנצן ארום, די איינגעשטעלטע טראגן נאך זייערע טיטלן אבער צוצוברענגן דעם "הייסן קאפאטשינא" צו מיין פלאץ דאס נישט, אלעס פיין אין וואויל אבער דער נאמען "קרעטשמע" מיינט נישט דאס.

עטס האטס מיין נאמען מסתמא ווייניג ווען געזעהן אינעם קרעטשמע, אז איך זאל האבן רעכט צו קענען דא אויסשיסן מיינע טענות, אבער אז מיינע האר האלטן נישט ביים זיך אפשטעלן וואקסן אפילו איך בעט מיך ביי אים ווארט צו ביז ערב פסח, אז מיין שכן ביים דאווענען מוז זאגן הויעך יעדע שי"ן און צדי"ק אפילו איך באקום דערפון טשיל'ס, אז אין די בעק סיט פון קאר איז איבערגעבליבן פון פורים א טוי וואס זינגט נאך יעדע שאקל די קאר געט זיך, מיינט דאס אז נישט יעדע זאך וואס ס'פאסירט למעשה מוז מיר און דיר שמעקן, לאמיר דא ארויסברענגן מיינע טענות, און לאמיר זעהן ווי דער עולם וועט האבן דעם כח המעצר און גארנישט צושרייבן.

דא אין קרעטשמע, קרעטשמע זאג איך? דרך ארץ זאל זיין! אקעי קרעטשמע, אבער ווי ענדלט דאס בכלל צו א "קרעטשעמע"?

די שניי איז שוין צולאזט, די צווייגלעך און בלעטער ארום דעם געצעלט'ל איז שיין צוזאמגענומען ביי די זייט גרייט צו נוצן קומענדיגן יאר פאר יוסף'ס חלום, דער אלטער דיקער בוים דא ארויפציר בייגט זיך שוין איין מיר זאלן קענען ווייזן פאר'ן קומענדיגן דור וויאזוי עס האט אויסגעקוקט דעם "והשענו תחת העץ" ביי שרה'קעס מאן, אלעס איז גרייט, אפפס די מזוזה דארף מען שוין באלד בודק זיין נאכאמאל, שוין באלד דורך דעם זמן פון "2 מאל אין זיבן יאר", אבער צו וואס נישט קענען זיצן רואיג דא? מ'הערט דא קוים עפעס זיך צו דערכאפן דאס הארץ.

לאמיר אפירנעמען פארשידענע פרטים, און פון דא קומט ארויס מיין קוויטשקעריי צו עניווען הא טעקס קער פון מעקן איינעם'ס תגובה, איך שרייב עפעס כדאי, לייג צו קאפ, איך שרייב כדאי "ס'זאל זיין געשריבן"!! א כאפ פון א זאך, אבער יא, וועגן דעם טוה איך עס, איך שרייב נישט אזוי ווי "עני באדי עלס" וואס טוהט עס נאר כדאי צו זעהן צו סוף טאג וועט שטיין אינטן "תוקן ע"י יהיה מי שיהיה - מיטן איזרעלישאן דאטום און "ארבעה עשרה'דיגע זייגער".


העי יא, כעלעמער קיען ארויס יעצט פון צימער, איך שרייב עפעס אויף הייד-פארק, ארויס פון דא.
אקעי ס'איז שטיל, לאמיר אנהייבן צו זאגן נעמען.

דער האלץ האקער איז טויט ביזי, לאמיר נאר האפן אז ער זאל קיין גיפטיגן שלאנג נישט באגעגענען אינמיטן די ארבעט, אמת, מ'דארף אויך מתפלל אז די "וואלד רויבער'ס" – די בעה"ב אין פלעין אידיש – זאלן אים נישט פאקן און איבערלייגן.

דער "גארנישט מאל דריי" פלעגט אין די גוטע צייטן, אלטס געטרייער פאליס-מאן, טיילן טיקעטס אין גרויסן און פארציילן דא ברבים, פארוועם. גייט פרעג כאטש אן דעם דיין צו ס'איז נישט אין כלל פון רכילות / לשה"ר / הלבנת פנים. און פון די סאמע הויכע פריצים פונעם דארף, ווי מען רופט עס דא בלשון חיבה "מנהלי הייד-פארק", איז דאס דען יא מותר מגלה צו זיין יענעם'ס אינדענטיפיקעישאן, יענעם'ס פלעיט נומבער איז עפעס "עפל דזשוס"? טרונקן יענעם'ס בלוט מי הותר לך? ווי האט מיר איינער פריער געזאגט, ווי זיצט ער דא? יא אויף יענעם טישל מיט די פיר ליידיגע און צוויי צובראכענע פלעשלעך, ער האט מיר געזאגט, ער וואלט שוין לאנג זיך אויפגעהויבן און אוועקגעגאנגן פון דא, אבער וואס זאל ער נעבעך טוהן אז דער "טרי טיימס סיראוי" האט אים דעם קאר "אוועקגעטאויט", א וואונדער אויף די ביסל מענטשן וואס זענען נאך דא?

איך אליין, יגר'ל, וואס איך בין געקומען היינט מיט מיין העליקאפטער, גראד נאכן לענדען, האב איך גענומען דאס ביסל איבריגע גרינע פעינט וואס איז איבערגעבליבן דא אינדרויסן נאכן פעינטן די ביהכ"ס'עס, און אנגעפעינט די נומבער פונעם פליגער, א פחד דא, מ'קען דא גארנישט רעדן, זאגן א ווארט צוליב פחד פאר טעראר.

און דאס דארף נאך הייסן כלומפערשטע "קרעטשמע". א וואונדער דער עולם רעדט נישט?

זעהסט דעם רויטן אינגערמאן מיט'ן גלעזער געמאכט פון ריין גאלד? ער זאגט מיר אין אויער הערסט יגר'לעל לעבן, קוקענדיג מיט שרעק אויף אלע 15 זייטן ארום, דאס פריוואטקייט פון יעדעם ווערט דא בארויבט אזש אז נאך "כועסין'ס" קארט גייט מען זיך נעמען צו אינץ, "מארק מיי ווארט", קוק אן ווייזט ער מיר מיטן אגודל, קוק אהער ער געט מיר "א לעפט קליק" און ס'עפענט זיך אויף פאר מיינע אויגן בערך די ווערטער: "נאטורליך, גיי קוק שוין נאך א דירה, מיר ווילן הערן וואס ס'טוהט זיך ביי יעדעם אינעווייניג בחדרי חרדים.. אפפסס בחדרי חדרים.

איך האב געמיינט איך חלש, אזוי נישט צו זיין א "רואיגע" קרעטשמע? אזוי נישט?

איך וויל מיך נישט נעמען צום דיין, צום רב, און צום גבאי'ן און פאנד-רעיזער, ווייל צו זיי האב איך נישט קיין טענות. זיי זענען אלל דעי וועי מיט מיר, כמעט מ'הערט נישט פון זיי. גראדע לאמיר דא זעהן, יא דער דיין האט א תירוץ ער קוקט יעצט שעפעלעך מיט 6 פיס, דער רב האט מען אים אנגעזאגט ער זאל זיך האלטן רואיג ביז ווילאנג ער ענדיגט נישט לערנען..


וואס וויל איך באמת? דער גאנצע קרעטשמע קוקט יעצט מיט גרויסע אויגן, וואס איך וויל, אז פונקט אזוי ווי ס'האט אויסגעזעהן א האלב יאר צוריק, מ'האט געלעבט ס'האט זיך געטוהן, בילדער פון חברים, שניי אין קרעטשמע, "פעדעקס" האט דעליווערט סחורה טאג טעגליך, ס'איז געווען א מצב, ס'האט זיך איבערגעדרייט טיש אין בענק, אזוי זאל יעצט אויך זיין. "רעימאר באטשי" (קרעמער בלע"ז) זאל שיסן א וויץ, 5 מענטשן זאלן זיך באליידיגן, איינער זאל אריינריקן א שטויס דער צווייטער א זעץ, "זאל זיך טוהן"!!

ווי קענען מיר בעטן ביים באשעפער: עורה למה תישן, ווען מיר אלע עקטען דא אין קרעטשמע ווי הויכע גראבע עלעפאנטן אן זיך א ריר געבן.

וואס קוקט עטס, נו, גאגאנגען,

א גוטן טאג איך גיי...

..


..

..


וואס, א חוצפה, איך גלייב נישט, שנעל, מיר האבן א חברה שומרים? רוף הצלה, איך ווייס נישט, מיין עליקאפטער איז נישטא! כככככאפצעם...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 06:51 לינק ישיר 

וואטוט מעניש פאר'ן מייסד.

תוקן על ידי סאכדעס ב- 23/07/2010 06:53:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 06:14 לינק ישיר 

מ.ב. סאכדעס יישר כח פארן גיין הגבה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/7/2010 04:28 לינק ישיר 

מ.ב. קרעמער פלעגט יא האבן די רינגעלעך, מאשקעלע'עלעל ליי פון אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 02:34 לינק ישיר 

יגר, און היינט איז עס נאך בעסער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 01:07 לינק ישיר 

יא יא, אמאל געוועזן דא גוטע שרייבערלעך....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 16:55 לינק ישיר 

אמאל - 3/23/06 - פלעג איך נאך גוט שרייבן..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2008 08:10 לינק ישיר 

כ'מיין אז דאס איז נאך נישט אין סמעטענע 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/3/2006 19:54 לינק ישיר 

ווייסבעסער;

וואס ברויכסטו קריכן ביזן רמ"א? דאס איז דאך א פסוק אין משלי (טו, טו) וטוב לב משתה תמיד.

זעה  אבער אין רש"י דארט: כל שנותיו דומות לו ימי משתה, ללמדך שיהא אדם שמח בחלקו. עס מיינט נישט פיזיש טרונקן, נאר זיין פרייליך און אויפגעלייגט.

אגב, דער רמ"א ברענגט דאס אויך נישט אראפ לגבי א גרינע מיטוואך, נאר לגבי "פורים קטן" עיין שם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/3/2006 19:16 לינק ישיר 

קרעמער'ס תגיבה: אבער טרונקן? מעג מען דען טרונקן יעדן טאג?

יעצט ממש מסים געווען שו''ע או''ח ביי די לעצטע סעיף און או''ח האב איך געפינען אן הג''ה וואס קרעמער האט פארזעהן עס קען פארענטפערען די אויבענדערמאנטע שאלה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 09:19 לינק ישיר 

אוי יגר'ל און קרעמער = קרעמער'ל, סארי .

זייער גוט געריבן עס דערמאנט פון די אלטע צייטן
[פון וואס יגר רעדט ?] לאמרי האפן דער פורום וועט וואקסן,
און בליהען, לכבוד ולתפארת .
פתח לנו שער בעת נעילת שער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/3/2006 05:56 לינק ישיר 

סאכדעס;

דו טויגסט גראדע יא צום שרייבן, און לאז אונז זען דיינע טאלאנטן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/3/2006 05:41 לינק ישיר 

איך בין נישט אזא גוטע שרייבער, נישט ווי יגר'ל און נישט ווי מ.ב. קרעמער, (ווער געדענקט נאך?) אלזא וויל איך דאך נישט איבערלאזן אזא געלונגענע אשכול אהן א תגובה, איך האב געלאכט און געלאכט ביי ביידע תגובות פון די צוויי בארימטע שרייבער, אזוי און נאר אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/3/2006 21:26 לינק ישיר 

פאר(עד)יגע דינסטאג איז פורים געווען אויף דער אונטערשטער וועלט, מסתמא אויבן אויכעד, געווענליך גייט עס צונעזאם, מיטוואך איז געווען שושן פורים, וואס אין אלע שטעטלעך מיט א מויער ארומגענומען האט מען געפייערט אין די גאסן, א טאג דערויף איז אויסגעפאלן אין א דאנערשטאג, ממש ווי היינט, איר הערט, על הגיתית האט מען געזאגט און געליינט, פארשטייט זיך אז נישט פרשת ויקהל מיט די אייסעס (אֵת/אֶת), אבער געליינט האט מען, צו מען האט פארקויפט די עליות אדער נישט, דאס קומט נישט דא אריין, ווייל סייווי האבן די עשירים שוין נישט געהאט קיין געלט אין טאש, אלעס האט מען אוועקגעגעבן פאר די יתומים וואס דער טאטע איז נארוואס דא געווען נאך געלט און די מאמע שטייט ביים קארנער מיט א גרויסע פלעסטיג שיסל קלייבנדיג נדבות פון אידעלעך וואס ווילן נישט עובר זיין אויפן כל הפושט יד נותנין לו (רגל).

נעם איך ארויס מיין רעכענער (קאלקיולעיטאר בלעז) און איך מאך מיר א חשבון, אויב איז דינסטאג געווען פורים, און מיטוואך שושן פורים, קומט דאך אויס אז דאנערשטאג איז שיתסר געווען (די וואס האבן גוגעל-טאלק ווייסן אפשר פון וואס איך רעד) און פרייטאג איז שיבסר געווען, יעצט פאלג מיר א גאנג, טוה אויס די זאקעלעך ווייל דא האנדעלט זיך פון גרויסע נומערן (נישט נוימערן, פון קול מבשר) איז שבת געווען דער אכצנטער (סיי פון אדר און סיי - אלף אלפי הבדלות ובשמים - פון "מארשיר" [מארטש בלעז]), און זונטאג דער ניינצענטער, מאנטאג פון די וואך איז שוין געווען צוואנציג טאג אין אדר, דינסטאג איז געווען כ"א אדר (אזוי ווי עס שטייט קלאר ארויס מיט רויטע אותיות אין וועקי-פידיע) די יארצייט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע ועכי"א, מיטוואך כ"ב, היינט דאנערשטאג איז כ"ג! יא דריי און צוואנציג טאג אין אדר, די טאג וואס עס הייבט זיך אן די שבעת ימי המילואים, די טאג פונעם חידושי הרי"ם'ס יארצייט (אזוי האב איך געזען ביי די נייעס דא אין בחדרי חרדים העכער די קרעטשמע אשכולות), א גרויסע טאג? יא! טאקע! אבער טרונקן? מעג מען דען טרונקן יעדן טאג?

איך גלייב שווער אז די פורים'דיגע וויין האט נאכנישט אויסגעוועפט ביי יגר'ל, ער האט כלל נישט געטרונקן אזויפיל אין די ערשטע פלאץ (אין די פירסט פלעיס בלע"ז), איך ווייס דאך יא (שששששששש). עניוועיז (ווער איז נערוועז?), האסט געוואלט א וויץ פון קרעמער, ווראנג (WRONG) טאג... היינט איז שוין כמעט מוצאי אדר, די וואך וועט מען צום לעצטן מאל זינגן שושנת יעקב (די בלימעלעך פון יעקב, נוסח קול מבשר) ביי שלש סעודות (סעודה שלישית, לפי זרחפעפער), און מען וועט שוין בענטשן ראש חודש ניסן, די זמן קריאת שמע סטאקס וועלן זיך דראסטיש הייבן ביז א וואך מיט 2 טאג (איר קענט שוין אנהייבן קויפן, אויף מיין אחריות, ארעסטירט מיר נאר נישט ווי מארטע סטוארט פארן ארויסגעבן אינסייד אינפארמאציע), און שוין.

שיער נישט פארגעסן, עס שטייט דאך משנכנס אדר מרבין בשמחה (איך זינג שוין מער נישט דעם באקאנטן COTTON ניגון...), איז דאך דער גאנצער חודש א פרייליכער, נישט נאר פאר פורים, אדער בעצם היום, נו, מעג איך דאך יא דרוקן שלח תגובה, נו לאמיר פרובירן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/3/2006 19:59 לינק ישיר 

מצורף קובץ

איך האב נישט יעצט קיין צייט צו ענטפערן, אבער דא האט איר א בילד פון די העליקאפעטר אנגעפעינטערהייט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > און "קרעטשמע" זאל עס נאך הייסן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext