| נשלח ב-27/3/2006 05:58 |
|
| |
סתם אזוי לשם שרייבן.......
כ'האב עס כסדר אזוי, איך קום אריין אין די קרעטשמע פאר
די אויסגעקארגטע ביסל צייט וואס איך האב דארט שוין, און
איך זיך עפעס צו שרייבן, סתם לשם שרייבן, כ'בין אויסגעמוטשעט
מיד, פארשלאפן, אדער האב איך סתם נישט קיין נערוון, שטיי איך
און איך זיך סתם עפעס צו שרייבן א קלייניגקייט זיך צו לאזן הערן,
כ'האב נישט קיין כח, צייט, און געדולד צו קיין לאנגע ארטיקל וכדו',
עניוועי......
בקיצור וואס ווילסטו?!!!.....
אה יא, וואס איך וויל? איך ווילך עפענען דעם אשכול אז ווען איינער
איז אין אזא מצב ווי איך, זאל ער קענען אריינקומען דא און געבן עפעס
א שרייב 'סתם אזוי לשם שרייבן'.......
ס'קען זיין א וויץ, א שיין ווארט, א בילד, א קארטאן, בקיצור סיי וואספארא
'שרייב'.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 00:10 |
|
| |
א גאנצע טאג ווארט איך שוין אז מען זאל מיך אויפנעמען שיין. יעצט קען איך שוין אנייבן שרייבן געהעריג.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 22:51 |
|
| |
שלום עליכם לעמעך;
ביז היינט האבן מיר נאר פארמאגט דעם משנה ללמך, יעצט האמיר שוין דעם לעמעך אליין... יהא בואך לשלם.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 18:07 |
|
| |
לשם שרייבן?
ווי הייבט מען אן?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 05:24 |
|
| |
גרויזאמער;
עס קוקט אויס ווי דו לויפסט זייער ערנסט פארן "קריגס מיניסטער" אמט. נאכנישט דא קיין אשכול וואו דו רעדסט נישט פון קריגערייען און פייטס, איך קען דיר צוצייכענען עטליכע פורומים וואו דו וועסט זיך שפירן ממש אין פלאץ...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2006 00:44 |
|
| |
יענטאש ווייסטע פארוואס ער איז דארט אין די זייט?
מאכסטעך ווי די ווייסט נישט העעע???
ער שיקט דיר שוין הינטער שלוחים פאר די לעצטע דריי פערטל שעה אז די זאלסט אהינקומען אין די
פייטינג עריע, און גארניקס!!!!
ווילסטעך שלאגן פונדערווייטנס?
שיינט זיך אז מען האט דאס געאסרט ביי קהלס מיטונג.
מיט שיינס געזאגט, גיי אהין, מאך'דך נישט נאריש, וואס עס פאסט דיר נישט?? העעעעע????
אוקיי?????
|
|
|
|
| נשלח ב-8/4/2006 00:28 |
|
| |
שלום עליכם אברמ'קע.... כ'מיין אברמ'לע..... כמיין... עם אה אברמט'שע...
ס'א חילוק יא פארשטיין נישט פארשטיין, איך, דו.....
קום אריין, נעם א טישל, טרינק א גלעזל, פארבייס א געבעקס, נאכער
וועסטו שוין 'אלעס פארשטיין'....
(איין זאך יא, זעסט דארט אין די זייט דעם יאנאש -דער פוילישער מיטן
קאשקעטל- פון אים בעט גארנישט, ער איז לעצטנס זייער בא'גדול'ט ביי זיך)......
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2006 23:09 |
|
| |
שלום עליכם אברהמטשע;
עס איז אמת ויציב, וואר און רעכט, אז זייער אסאך וויצלעך און שטעכעס ווערן נאר פארשטאנען דורך די יעניגע מיטגלידער וואס דרייען זיך שוין צווישן די ווענט פונעם קרעטשמע א לענגערע צייט און האלטן מיט אלע געשיכטעס וואס פאסירן אין אמת'ן אדער ווירטואלן לעבן צווישן די בענק פונעם פארק.
אבער ביי אונז איז אויך איינגעפירט אז ווער עס פארשטייט נישט עפעס, פרעגט איבער! אלזא, שעם זיך נישט, לא הביישן למד, פרוביר אונז אויס, פרעג אונז איבער, מיר וועלן דיר אי"ה זייער שיין אויפנעמען און פרובירן פארשטיין געבן אלע דיינע שוועריגקייטן.
בברכת א גוט שבת הגדול, און א כשר'ן און פרייליכן יום טוב!
קרעמער
נ.ב. האסט זייער גלייך געטאן מיטן אריבערברענגן דיין שאלה איבער ספארטס צו די קרעטשמע, ווייל דא דרייען זיך פון אלע סארטן, טייל זענען נאך אריינגעטאן אינעם שפיל, אנדערע האבן זיך שוין ארויסגעטאן דערפון, און האפענטליך וועט דיר איינער קענען העלפן פון דיין פראבלעם (איך וואלט דיר געוואלט העלפן, אבער ב"ה אז איך פארשטיי בכלל נישט צו קיין ספארטס, סליחה).
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2006 22:47 |
|
| |
חחחחחחח..... סאיז גאנץ אינטערערסאנט דא, איך בין פערצופאל דא אריינגעוואנדערט איינער האט מיך
אהערגעשיקט, און איך זעה מען האקט א טאג דא, אבער מדארף זיך אביסל אויסקענען ווייל אסאך
דזשאוקס זענען אינטערעסאנט מער פאר איינער וואס דרייט זיך דא אסאך, אבער סאיז זיס, כהאב נישט
אייביג קיין צייט אבער כוועל טרייען צו קומען אפאר מאל קוקן דא, חחחחחחחח.... כה לחי!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 01:54 |
|
| |
איך האב ליב די ווארט מ'שטיינס געזאגט!
א שכח פאר גרויזאמער!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 18:54 |
|
| |
יגרסהדותא בעט זיך אזוי שיין מען זאל אים פארריכטן די ווערטער אויסלייג, נאדיר:
דו שרייבטס: ראה"ק לעבן, ביטע אריינלייגן פאר דעם יעניגן א הערצליכן יישר כח און אונזער וועכענטליכע אויסגאבע... כ'מיין עס פאסט נישט פאר אזא געלונגענע שרייבער צו שרייבן "און" אנשטאט "אין" (הגם טעותים כאפן זיך אריין ביי די בעסטע שרייבער, אבער אז מען בעט שיין, באקומט מען!).
==========================
ווער רעדט דא פון פסח מאכן????? ארויס פון דאנעט!!!!!!!!!!!!!
פאר ראש חודש ניסן וויל איך נישט הערן דאס ווארט!!!!!!!!!!!!!!!
איך האב אנגענומען ווי די שיטה פון רשב"ג "שתי שבועות" איז מיר גענוג צו לעבן אויף אינטערווינעס! נישט שלשים יום קודם החג!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 18:42 |
|
| |
די האסט נישט וואס איבער בעטען, איך פיהל זיך נישט געטראפען.
און יעצט אז די ווילסט זיך ארויס דרייען פון העלפען צום פסח, נעם צוזאם די שמות און טראג עס צום שמות טראק, קום צוריק צוויי שעה שפעטער מיט ווייעדיגע הענט שטארק אפגעמוטשעט. א צווייטע נאכט גיי [אדער זאג אז די גייסט] הערען א שיעור פון הגעלת כלים. גיי שעהר זיך אפ, פארקויף דאס חמץ. מאך פון אלעם א גרויסער צימעס און דריי זיך וואס ווייניגער אינטער די פיס. ולמען האמת ליגט אבער א פליכט אויף מיר אלע מענער, ארויס העלפען אין שטוב וואס מער לכבוד פסח. דאס נחיצות דערפון איז איבעריג צו שרייבען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 18:28 |
|
| |
אפפסס, נאטורליך, אנטשולדיגט איך האב נישט געמיינט פערזענדליך.
מיין וד"ל האט געמיינט: רעדט נישט פון "ארויסהעלפן אינדערהיים פסח צו מאכן", דאס שפיר איך אגאנצן טאג "חוץ ווען איך בין אין קרעטשמע"
און דא "עודך כי עניתני" ביזן רואיגן קרעטשמע איז אריינגעקומען פסח! ווי זאל איך יעצט לויפן?
נאטירלעך, דו מוזט מיר איבערבעטן, ווייל אז נישט גיי איך ווערן זייער באטראפעצט, פונקט דיר האב איך געמוזט טשעפענען, נישט געקענט אנטרעפן איינעם וועם ס'קומט זיך ערליך?...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 18:11 |
|
| |
נאטורליך עמו אנכי בצרה, איך האב כמעט די זעלבע אויפגאבעס צוליב די זעלבע סיבה, און אזוי ווי אלעמאל נאטורליך העם אתך, זייער געגליכן דיין תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 18:00 |
|
| |
די איין מאהל זיי מסביר דעם וד"ל, ביטע
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:48 |
|
| |
נאטורליך, די איין מאל האב איך נישט ליב דיין תגובה, וד"ל
|
|
|
|
|