| נשלח ב-30/3/2006 02:18 |
|
| |
אוי חסדי השם כי לא תמנו...
קלאטש קלאטש!!! חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו אוי! חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!
מיט גרויס פרייד קומט די מעלדונג אז אונזער הויעך געשפריצטע דיין ר' סאכדעס איז ניצול געווארען אין די לעצטע מינוט פון א שווערע עקסידענט, ער איז אפגעקומען בלויז מיט לייכטע וואונדען, סאו לאמיר אלע זינגען באנאזאם, כי לא כלו רחמיו!
די מעשה איז געווען אז דער שאפער (סאכדעס) פונ'ם דיין האט זיך פארשמועסט אויפן טעלעפאון מיט איינעם, מסתם איז אריינגעקומען גאר א שווערע שאלה, און ער האט זעט אויס נישט געקוקט וואס ער טוט, און שוין... ווייטער וויל איך נישט זאגען וואס האט פאסירט.
די עיקר איז אז מ'קען עס דערציילען אין פריידען.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 07:57 |
|
| |
יענטאאש;
גארנישט גייט נישט לאיבוד, יאנאש האט דאס געקויפט מיט זיין קרעדיט קארד, און מיר קויפן דאס אפ פון אים הערשט אסרו חג... דאן וועט זיין א סעודה גדולה לכבוד היום!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 05:40 |
|
| |
איי יענטאאש, איי איי איי ,,, מאכסטו מיך לאכן .
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 04:38 |
|
| |
שיין זעמיר אויס.....
א גאנצן טאג בין איך געזעצן ביי די ארבעט און זיך צונויפגעגעסן
ס'געזונט אז איך פארפאס די גאנצע בארי בארי באקסער סעודה
פונעם דייען, און דוי זע איך איצט קיין שום זכר אז ס'זאל האבן
פארגעקומען עפעס בכלל.
כ'האב אפילו איבערגעקוקט די ווידיא'ס פונעם קרעטשמע קאמערע,
יא, מען זעט טאקע ווי יאנאש לאדנט אן די מאכלים אין די פרידזשעראטארן
און אייס באקסעס, אבער דערנאך סערווירט מען נישט מער ווי עטוואס
'מייאנאזע' פאר קרעמער'ס טונא געמויזעכץ און דעטס איט.....
כ'פארשטיי נישט! צו וואס יאנאש האסטו געדארפט דא אנפילן די אוצרות
חמץ'דיגע זאכן וואס דו וועסט נאכער באדארפן ארויסלייגן ערב פסח נאכן
דאווענען אינעם דערבייאיגן קלויז, און די שטעטלישע אידן וועלן זיך מחיה זיין
מיט אן אומזיסטע סעודת בארי בארי..... ס'איז דאך א שאד דאס קרעטשמיש
געלט.... נאכער העט דער דייען מאכן געלט אקציעס פאר די קרעטשמע........
אךךך...... א גוי'אישער קאפ........
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 22:14 |
|
| |
פענסטער/יאנאש;
יישר כח פאר אייער גוטהארציגקייט, למעשה האבן מיר געבארגט פונעם שכן א לעפל צוויי מעיינות, און בצירוף די זויערע פיקל וואס מיר האבן אליין געהאט, איז דאס געווען בעסער ווי די גאנצע בן בארי סעודה פון סאכדעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 20:49 |
|
| |
איך האף אז דער דף האט זיך שוין אויפגעהערט ארום צו טענה'ען אבער חוץ מזה האף איך אז עס וועט זיין ביי די סעודה די געשמאקע אייער וואס אייין סאטמאר וועט אפקאכן מיט די קארטאפל און די שאלאכץ
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 18:02 |
|
| |
און מט'שיינס געזאגט, וואס מיינט מ'שטיינס געזאגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 17:48 |
|
| |
דא בין איך, סאכדעס.
זאג נאר, וואס מיינט 'אירענע'?

|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 17:28 |
|
| |
זאג מיר וואו טרעפט מען פעדעקס ער איז לעצטענס אראפ פון די אירענע
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 16:54 |
|
| |
קרעמער;
איך שיק דיר אריבער אביסעל מאיאנעיז מיט פעדעקס.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 16:47 |
|
| |
גרויסע צולייגערס. איך בין מוחל די גאנצע סעודה, געב מיר אביסל מעיאנעיז פאר מיין טרוקענע טונא. איך האב צוויי שאכטלעך טונא, אבער אן מאיאנעיז איז דאס ווי המן טאשן אן דזשעם און אייער שפייז אן אמעריקן טשיז.
שיק מיר נישט אין גראסערי, ווייל עס איז א שאד צו קויפן א נייע באטל א וואך פאר בדיקת חמץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 15:46 |
|
| |
רבותי;
די עסן איז שוין אנגעקומען, איבער צוויי שעה איז יאנאש געשטאנען אין די רעגן, אפצולאדענען די סחורה.
די ביר ליגט שוין אין די אייז, די ברויפן ליגט האלב אין פריזער פאר די וואס גלייכן עס נאר אזוי, דו אנדערע האלב וועט בעזר הבורא בלייבן "רום טעמפעטשער", די גרויסע מיסט קאסטענעס מיט אייז וועט באלד אנגעפילט ווערן מיט די סאדע'ס, און די "שבעת ריגעל" וועט האפענטליך דער דייען שיקן מיט סאכדעס'ן פארן וואשן.
בלייבט נאר צו ווארטן אויפן עולם אפצודאווענען, און זיך גרייטן אויפן סידעניו.
נ.ב. עסקנים זענען וועלקאם.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 13:33 |
|
| |
רבותי איצט 6:30 אינדערפרי, שטייט שוין יאנאש ביים טויער פון דארף און ווארט אפ די גרויסע טרעקטער-טרעילאר לאודס מיט די מאכלים צו די געהויבענע סעודה, וואס דארף אנקומען ביז עטליכע מינוט, לאמיר האפן אז אלעס איז בסדר, און סיהאט גארנישט פאסירט אויפ'ן וועג.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 21:25 |
|
| |
רבותי מיר ווילען בענטשן, רבותי מיר וועלן בענטשן נברך נברך נברך שאכלנו משלו.
מארגן גרייט אייך צו א ליידיגן מאגן, מ'האמיר שוין באשטעלט פון לאנדאן די לאנדענע מאטיאש הערינג, און ווי אויך וועט זיי גאלע, די בעסטע פון די שטאט, פיינע היימישע קריספי בילקעלעך געקויפט אין די היימישסטע ? בעקעריי, שרה'קע די בעקערען וועט האבן צו לייזן ביז נאך פסח, סי וועט זיך נישט אנזעהן די דעפיציט פון דעם פסח, בקיצור וויינען פון אלע סארטן נישט פארגעסן די גאלדען וועדינג, וואס דער דאיען האט נאך אוועקגעלייגט ווען סיהאט נאך געהאט א הכשר, און ווי אויך הייניקן וועט זיך גיסן אויף אלע טישן ווי וואסער.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 07:13 |
|
| |
יענטאאש;
די אמת איז אז חודש ניסן, די ערשטע האלב על כל פנים, שרייב איך רואיגער ווי א גאנץ יאהר, ווייל איך ווייס אז ווילאנג עס איז דא שטויב אונטער די בעטן וועט די קרעמער'טע נישט כאפן קיין בליק וואס איך טוה אין קרעטשמע.
|
|
|
|
|