נאטורליך דו פרעגסט גוט, איך וועל דיר זאגן עפעס , און אפשר וועסטו באקומען א תירוץ.
אן אלטער איד א מילחמה איבערלעבער האט אמאל מסביר געווען וויאזוי ער האט זיך זעלבסט געשטארקט מיט אמונה אין בורא עולם אין די שווערע צייטן דורכגייענדיג ביטערע פינצטערע תקופות, מיט גרויזאמע רציחות און אוממענשליכע באנעמונגען . [וואס מען קען זען אין war and rememberance] ער האט געמאכט א חשבון בערך אזוי , די תורה הקדושה זאגט קלאר אם בחקתי תלכו וגו', אין די גוטע צייטן בזמן הבית זענען דאס אידישע פאלק געווען ברמה גבוהה, מען האט באשיינפערליך געזען דעם הנהגת העולם אויף טריט און שריט, בבחינת 'סיאינג' איז בעליווינג. איז מען געווען וואויל האט מען גלייך געזיגט די אומות . אז נישט, האט מען גלייך באקומען א שטראף. האסט א שאלה, מען פרעגט אין אורים ותומים, און וואונדערליך ! די אותיות לייכטן, באקומסט אתירוץ . מען ווארפט אראפ א שעיר אויפן עזאזעל און געוואלדיג ! א רויטע בענדל ווערט ווייס. וכהנה רבות וואונדערליכע הנהגי הבריאה וואס האט נישט געלאזט קיין מקום להסתפק צי עס איז דא א פירער אויף די וועלט, און וואס האט אויסדערוועלט דעם עם הנבחר.
דער זעלבער נותן התורה שרייבט ווייטער : ואם בחקתי תמאסו וגו' די אלע עונשים קשים ה"י. זאגט דער אלטער איד, ממש ממש יעדער פסוק איז מקויים געווארן במלואו דורכאויס די מלחמה יארן ! קיין איין אות פון די הייליגע תוכחה איז נישט געגאנגען לאיבוד ! נו, איז דען מעגליך צו טראכטן אנדערש אז דאס קומט חלילה נישט פון באשעפער ? דער זעלבער באשעפער וואס האט באגלייט דעם עם ישראל ביז דאן , אין די אלע תקופות, דער זעלבער באשעפער באגלייט דיך יעצט ווייטער דא אין לאגער. די חילוק איז בלויז אז דעמאלטס האט ער מקיים געווען די ערשטע חלק פון די סדרה, און היצטעט איז ער מקיים די צוייטער ביטערער חלק. אבער ער איז דא !! ער טוט דאס ,, ער זעהט מיך, ער קוקט אויף מיר, ער שטייט נעבן מיר און ער שמייסט ! ווייל ער האט אזוי קלאר געזאגט און ער איז מקיים. הוא אמר ויעש. איכה ירדוף אחד אלף ושנים יניסו רבבה אם לא כי צורם מכרם ? דער אלטער פירט אויס : וויאזוי איז אפילו שייך צו פארלירן די אמונה לויט די התבוננות ?ער האט דאס אליינס געטון.
יא אין הכי נמי, קענסט האבן אפשר תרעומות 'פארוואס' . עס לאזט זיך טראכטן אין אזעלכיגע מצבים, לו יצוייר ווען ס'וואלט געווען בידי וואלט איך געפירט אנדערש. אבער ממני והלאה. ברוך השם יום יום, על כל נשימה תהלל ק-ה. איך בין בלויז נאך א באשעפעניש אין דעם געטליכן בריאה, פונקט ווי ס'יז דא א שטיין, ס'יז דא א בוים, אזוי אויך איז דא א מענטש. ער קלויבט זיך נישט אליינס אויס וואס און וויאזוי זיין לעבן זאל אים גיין, איינער פירט אים. און פונקט ווי דער שטיין שווייגט ווען איינער צוהאקט אים אזוי אויך דארף איך שווייגן, ווייל איך קען רעדן טאר ער מיך שוין נישט פירן אויפן וועג וואס ער וויל ? צי ווייל איך קען רעדן דארף איך שוין שרייען ? ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך מעתה ועד עולם ! אלעס איז זיינס .
דאס זעלביגע איז לענינו טראכט איך. אין די זעלבע תורה שטייט אין כי תבוא , ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא וגו'. די הסתרת פנים איז היינט שולט אויפן זעלבן פארנעם ווי די גילוי אלוקית האט שולט געווען אין די גוטע צייטן. מאך דעם זעלבן חשבון נאר אויף די היינטיגע טווענטי פירסט סענטשורי. כאטש, געלויבט דער פון אויבן, נישט קיין אדאלף פונעם דריטען רייך, און נישט קיין מענגעלע לאגער קאמענדאנט. אבער אונזער גלות איז פונקט אזוי פינצטער אינעם נפש ווי זעכציג יאר צוריק אינעם גוף. וויפיל אומגליקליכע זעלן דרייען זיך ארום אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען, עצמות יבשות, אן קיין לעבן, יעדער האט פאר זיך דורכגענג און נישט איינמאל פרעגט מען זיך אליינס אם כן למה זה אנוכי, בבחינת טוב שלא נברא משנברא.
אין דעם דאזיגן גלות פעלט דען אויס צו האבן א מינדעסטע ספק אינעם סוגיא פון הסתרת פנים ? דער גרעסטער גילוי דער גרעסטער באווייז אז דער בורא עולם פירט אונז און שטייט דא נעבן אונז און נעמט נישט אראפ קיין אויג פון אונז, זיינע קינדער, כרחם אב על בנים. איז דאך דאס אליינס ! די עצם הסתרת פנים. די הרגשים פון איינזיימקייט, די פילינגס ווי מען איז אליינס אויף דער וועלט. שטעל דיך פאר ווי קינדער שפילן באהאלטן, יעדער דארף אויפזיכן שלמה'לע. איז דען שלמה'לע נישטא ? ער איז ערגעץ איינגעקורטשעט אונטער א ווינקל אבער ער איז דא דאנט ווארי. דאס זעלביגע איז כביכול דער בוכ"ע שפילט באהאלטן, אם תחפשנה ככסף וגו', אבער אנדערש ווי ביי שלמה'לע, דער באשעפער איז טאקע באהאלטן, דו זעסט אים נישט אבער ער זעהט דיך יא, זיין פנים איז נישט אויסגעדרייט אזויווי שלמה'לעס פנים. שלמה'לע ווייסט נישט וואס דו טוסט אבער דער באשעפער ווייסט יא און האלט מיט מיט דיר .
מען קען בעטן און בעטן און מען ווערט נישט נענה. די עצם הסתרת פנים איז דער געוואלדיגער גילוי.
אולי וועסטו באקומען א שטיקל התעורוות, א אויפוואכונג אויף דיין שאלה.
 |
|
|