בית פורומים היימישע קרעטשמע

GO ON THE SIDEWALK NOW!!! OKAY

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/4/2006 04:21 לינק ישיר 
GO ON THE SIDEWALK NOW!!! OKAY

ערשט האנטיגע אינפארמאציע

אזוי רעדענדיג מיט'ן דיין אויפן טעלעפאן (ס'האט זיך מיר געמאכט אן ערנסטע שאלה) זאגט מיר דער דיין פליצלינג אז ער דארף אראפלייגען די טעלעפאן, ער דארף זען וואס איז דא געשען.

נאך אפאר אנגעצויגענע מינוט'ן רופט מיך דער דיין צוריק און ער זאגט מיר אז ער האט ערש-האנטיגע אינפארמאציע, דער דיין איז געווען אין מאנראו (צוליב א סיבה...) און דער שאפער האט אים געטראגען דורך א גאס וואס רופט זיך 'ישראל זופניק' און ער קומט אן צום קארנער פון ישראל זופניק אין עיקרס זעט ער אז ס'טוט זיך הצלה מיט פייערלעשער און וואס נישט.

וואס איז געווען די מעשה פרעג איך, זאגט ער מיר אז איין קאר איז געפארן אויף ישראל זופניק און א צווייטע קאר איז געפארן אויף עיקרס, און די מינוט'ן איז נאך נישט באקאנט צו דער קאר וואס איז געפארן אויף עיקרס האט זיך געוואלט איינדרייען אויף ישראל זופניק אין ער האט געגליטשט און אזוי אריינגעקראכט אינ'ם אנדערן קאר, צו האט ער גאר געפלאנט צו פארן ווייטער גראד אויף עיקרס נאר ער האט געגליטשט אין אזוי אריינגעקראכט אינ'ם אנדערן קאר.

די הצלה מעמבער'ס זענען אנגעקומען און זיי זען אז מ'קען מישט עפענען די טיר פון די קאר וואס איז געווען לכתחלה אויף ישראל זופניק, האט מען אריינגערופען די פייער לעשער -מצילי אש בלעז- אז זיי זאלן עפענען די טיר, און דאן איז דאס פארגעקומען זיי האבן געשריגן די אויבען דערמאנטע ווערטער
GO ON THE SIDEWALK NOW פאר'ן דיין, און כך הוה... דער דיין האט זיך ארויפגעפיצט אויפן סייד-וואלק, און זיי האבן געפענט די טיר פונ'ם קאר, און די הצלה מעמבער'ס האבן אים אריינגעלייגט אינ'ם אמבולאנס, און שוין.

ווי אויך האט מיר דער דיין געהייסען איבערגעבן אז די הצלה מעמבער איז געווען א איש מורם מעם, און ער האט צוליב די גאס רעגן זיך אנגעטון א האנטוך אויפ'ן קאפ אז ער זאל נישט נאס ווערן.



תוקן על ידי - פענסטער - 04/04/2006 4:23:30



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 06:01 לינק ישיר 

פענסטער;
דער דיין פון וואס מען רעדט דא, איז ר' זארעך אדער ר' סאכדעס ? איי'ם קאנפיוסד...

גרויזאמער;
דער דיין איז בכלל נישט געווען פארמישט אינעם עקסידענט,  ליין איבער וועסטו זען אז
ער איז סתם געגאנגען 'צוקוקן' דעם ספעקטאקל, ווי א בלויזער בין הזמנים בחור'ל,,,
 פערצופאל איז ער דארט געווען .

דיין;
ווי פאסט עס פאר א חשובן דיין צו גיין קוקן אן עקסידענט ? עס איז בכלל נישט לפי כבודו .




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 05:48 לינק ישיר 

פענסטער;

איך הייב אן קלערן אז די פראבלעם איז גאר אז דו מיטן דיין רעדן צופיל אויפן טעלעפאן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/4/2006 04:50 לינק ישיר 

גרויזאמער;

אינו דומה השונה.... מאה פעמים וכו' ......... ם ואחד.

ליין עס איבער נאך איין מאל, און אויב נאכדעם וועסטו עס נאך אלץ נישט פארשטיין, רוף מיך אן און כ'על עס דיר פרובירן בעסער מסביר זיין.

אגב, אז מ'רעדט שוין פון נישט פארשטיין.... האט מיר דער דיין געזאגט ביי איינע פון מיינע שיחות מיט אים, אז ער פארשטייט נישט וואס די האסט מסביר געווען וויאזוי ס'איז נולד געווארן די 'מ'שטיינס געזאגט'. תוקן על ידי - פענסטער - 04/04/2006 4:51:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2006 04:41 לינק ישיר 

פענסטער ידידי. איך ליין עס שוין איבער צום 15 אהאלבסטן מאל, מט'שיינס געזאגט, און איך כאפ נישט קיין ווארט וואס עס האט זיך דארט אפגעטוהן.

דער דיין איז ווידעראמאל געווען פארמישט אין א עקסידענט? כ'מיין וויפיל איז דער שיעור. אויב איז דאס די מאנסע האלט איך אז אויף דיני נפשות קען ער נישט פסקנען, ווייל ער האט א נגיעה צו הרגנן מענטשן. אזויפיל עקסידענטס אין איין גלגול? כ'מיין, פליס!

אלא מאי מוז מען זאגן אז נישט דאס איז געווען די מאנסע, נאר וואס יא? איך ווייס נישט, לאמעך פראבירן נאך איינמאל עס צו ליינען...

איך פארשטיי נישט קיין ווארט! וואו קומט דא דער דיין אריין? און וואס איז געווען זיין חלק דא? פארוואס האט מען אים ארויפגעשיקט אויפן זייט-וואלק?

קום מיט א געהעריגע מאנסע!

אוקיי?

מען זאגט א הלצה, א שונא בצע, באקומט מען היינט פאר געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > GO ON THE SIDEWALK NOW!!! OKAY
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext