בית פורומים היימישע קרעטשמע

כאשערען די ציין (ברעיסעיס)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/4/2006 01:58 לינק ישיר 
כאשערען די ציין (ברעיסעיס)




עס איז א ווינדער אז די עולם פירט זיך נישט צו כאשערן די ציינער חאטש עס איז נאך די מערסטע אין קאנטאקט מיט חמץ. על כן זענען די רבנים ארויס געקומען מיט א נייע פאטענט וויאזוי צו כאשערן די ציינער אויף א אויפן מהודר אזויוי עס איז טאקע דערמאנט געווארן ביי פיל שבת הגדול דרשות דעם פארגאנגענעם שבת.

1} מען פילט אן די מויל מיט קאלטע וואסער

2}מען צינט אן די געז רענדשז אויף א הויכע פלאם

3}מען זעצט זיך ארויף אויף די פייער...

4}מען ווארט ביז די וואסער וואס ליגט אין די מויל באבעלט.


בברכת חג כשר ושמח!!!



די עצה קומט פון אינזער אלעמנען באליבטע
kcutma



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 23:58 לינק ישיר 

פארוואס טראכסטו נישט אז כ'האב מיך שוין אזוי גיט ארויפגעארבעט אז כ'קען מיך שוין ערלויבן צו שרייבן אויך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/4/2006 19:14 לינק ישיר 

זלמןלייב;

האט מען דיר ח"ו אויפגעזאגט לעצטנס פונעם דזשאב וואס דו האסט אנגעהאלטן צוויי מיט א האלב יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/4/2006 19:06 לינק ישיר 

עליכם השלום:

שכוח פאר די אויפנאמע, די זאך איז אזוי: ווען כ'בין געגאנגען ארבעטען פאר 2 אהאלב יאר צוריק האב איך געמיזט לייגן די פעדער אין א זייט, אבער לעצטענס...

פיר אויס, נו!

האב איך אביסל מער צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/4/2006 21:03 לינק ישיר 

א דזשאוק וואס כ'האב געהערט,

א בלינדער האט געוואלט סדר-נאכט,
ליינען די הגדה אין בראיל שריפט, האט
אים עמעצער אונטערגערוקט א מצה.

דער בלינדער באטאפט די מצה און שרייט
אויס: ווער האט עס אנגעשריבן אזעלכע
נארישקייטן.

איך וויל אייך ראטן אן עיצה טובה. רופט אן
אייער פארזיכער-אגענט, און פארזיכערט
דעם אפיקומן אויף אגרויסן סומע. דזאלעוועט
נישט ביים פרעמיע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/4/2006 22:37 לינק ישיר 

שלום עליכם זלמןלייב;

איך זעה אז דיין ניק איז שוין נישטא געווען א גוטע צוויי מיט א האלב יאר!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2006 20:30 לינק ישיר 

עס איז מיר זייער שווער אריינצורעדן צווישן אזעלכע הרים גבוהים, תלמידי חכמיים שבדורינו.
אבער אזוי ווי כ'האב סמיכה פון גאר חשובע חכמי הפורום, וועל איך מיך יא וואגען.

א סעלפוין דארף מען כשרען, ווייל דאס ווערט געניצט א גאנץ יאר רוב שעות פון טאג און ס'ליגט אין חמץ מ'כאפט עס אן מיט חמץ'דיגע הענט, און אסאך שפייען אפילו אריין שטיקער חמץ דערין.

ביטע דאס נישט נעמען פאר גרינג.
מ'האט זיך אזוי געפירט מקדמת דנא, ואין לבטלו!
בברכת חג כשר ושמח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2006 18:02 לינק ישיר 

מען רעדט אינגאנצען נישט דא פין תעריבות חמץ, פאר א תעריבות העלפט כשרן גארנישט, פאר דעם ברויך האבען א טעכנעלאגיא וואס עס ריפט זיך ציין בערשטעל, מען רעדט דא נאר פין א נותן טעם, וואס ביי נותן טעם פסקן'ט דער מחבר אז עס איז די זעלביגע הלכות וואו בשר בחלב,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2006 01:42 לינק ישיר 

דוקא איז דא א גרויסע נפק"מ אין דעם פרט צווישן פסח און בב"ח פסח איז אסור אפילו אחד באלף, משא"כ בב"ח איז בטל בשישים, סיז דא אסאך מאריך צו זיין אבל אכהמ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2006 01:39 לינק ישיר 

cano;

איך פארמאג ליידער נישט קיין כתב סמיכה, און איך בין נישט קיין אדוואקאט פאר אפבריען די צינג מיט ברענענדיגע וואסער, טאקע דערפאר האב איך אין אנהייב געשריבן אז עס איז נאר א חומרא, און א דעת יחיד, און מען פירט זיך נישט אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 23:48 לינק ישיר 

יישר כוח קרעמער: איך נעם עס אן נאר אויף אזוי פיל עס נישט נאך א מאל זאגען פאר יענעם אבער טאמער ווילסטי אז איך זאל עס אויך אננעמען למעשה דארפסטי אדער ברענגען א מקור אדער א קאפי פין דיין כתב סמיכה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 02:08 לינק ישיר 

ביסט אומגערעכט - קנאי - ווייל חומרא דפסח איז הארבער ווי א גאנץ יאהר לגבי אסאך דינים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 00:18 לינק ישיר 

עס איז געווען א טעות פין מיין זייט איך האב אפגעטייפט פארשידענע תירוצים איינס דערפין איז געווען די אויבענדערמאנטע דערנאך האב איך זיך מיישב געווען און אפגעשריבען סך מער א פשוטע ביאור אין אויסגעמעקט אלע אנדערע אבער בטעות האב איך אויפגעטוישט די נישט ריכטיגע אין דאס וואלט ווען געדארפט שטיין אין די פריערדיגע תגיבה

די אלע וואס זענען זיך נוהג צי כשרן די ציין אדער ברעסיס צווישען מילכיג אין פליישיג זאלען אויך מחמר זיין ביי פסח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 17:09 לינק ישיר 

קאנאו און וואס הערט זיך מיט א דבר גוש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/4/2006 02:43 לינק ישיר 

אין שו''ע שטייט בפירוש אז מען איז נאר מחיוב צי כשרן דאס וואס עס איז די סדר אראפ צילייגען דערויף א כלי ראושן

לויט דעם קימט אויס אז די וואס פירען זיך נישט צי טרינקען גראד פינעם טשייניק דארפען נישט אזוי ווייט חושש זיין

אבער: יענקיס עס וועט מיך אבער אינגאנצען נישט באדערען אויב די וועסט טיען קוטשמע'ס עיצה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/4/2006 02:10 לינק ישיר 

דעם דזשאוק האב איך שוין געהערט נאך איידער על גאור האט ערפינדן דעם אינטערנעט, ווען קוטשמע פלעגט נאך שרייבן מיט א פעדער אויף זיינע אונטערוועש (עי' חדשות אנ"ש), אבער עס איז נאך אלץ א גוטס...

אגב האב איך געהערט פון א חשוב'ן דיין אז דער פאפא רב זצ"ל איז דער איינציגער וואס האט געהייסן מען זאל כשר'ן די מויל דורך ארייננעמען הייסע וואסער, די הייסטע וואס מעגליך. אנדערע האלטן נישט אז עס פעלט אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > כאשערען די ציין (ברעיסעיס)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext