בית פורומים היימישע קרעטשמע

יאללא רבותי, ארויס!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/4/2006 19:59 לינק ישיר 
יאללא רבותי, ארויס!

עס באדערט מיר געפערליך, אבער איך מוז ארויסטרייבן דעם עולם פון קרעטשמע, יא, איך פארשטיי, פון די שטובער האט מען אייך שוין ארויסגעווארפן מיט א צוויי דריי וואכן צוריק, איר האט נישט קיין שום מקום מנוחה אויסער די פיר ווענט פון די קרעטשמע, אבער וואס זאלן מיר טאן? מען מוז דאך די קרעטשמע אויך פסח'יגן, ניין?

אלזא, אהובים ידידים, נעמט אייך צוזאם די פעק און זעק, יעדער זאל זיך אנטאן די פאר'חומל'טע היט וואס שימעלט שוין אויפן נאגל אין וואנט זינט מען האט דעם לעצטן מאל קידוש לבנה געמאכט, און דעם רעקל וואס איז שוין ווי צוגעקלעבט צום הענגער, פרובירט ווי שטארק מעגליך נישט איבערצולאזן קיין פערזענליכע חפצים ווייל אלעס מוז גיין......... ארויס פון דאנעט, די קרעטשמע איז גארנישט אנדערש ווי אלע אידישע הייזער וועלכע מוזן ווערן גערייניגט בעפאר דעם הייליגן יום טוב פסח.

די וואס ברענגן שמות זאלן וויסן אז דאס איז אויף זייער אייגענע אחריות, יאנאש איז באפוילן געווארן דאס צו ווארפן אין די מיסט אן פרעגן קיין שאלות.

די קרעטשמע וועט זיך צוריק עפענען אי"ה נאך שבת געלע מצות (שמיני) הבעל"ט, מיר האפן ביז דאן אפצוקויפן אלע ביר און ברוינפן פון יאנאש (אויב ער וועט עס וועלן צוריק פארקויפן..), און ס'וועט זיין ישתו ענוים וישבעו.

האטס מיר און זייטס מיר, א פרייליכן און כשר'ן יום טוב אייך אלע, און בעיקר געדענקט מיין אייגן פאבריצירטע מימרא:

כל שלא אמר שלשה דברים הללו בערב פסח לא יצא ידי חובתו: רואיג רואיג רואיג!


נ.ב. חול המועד וועלן מיר זיין געשלאסן אי"ה.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/7/2008 02:32 לינק ישיר 

שטריקער אזוי גייט דאס, גם זו לטובה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 01:38 לינק ישיר 

דאן האט מען געשריגן רבותי ארויס!

היינט שרייט מען רבותי צוריק!

און מארגן וועט ווידער זיין רבותי ארויס!

ס'גייט דא פאר?

נאר דא זאל מען נישט בלייבן! ביטע!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2008 04:00 לינק ישיר 

און דאס איז געווען ווען מ'האמיר זיך נישט געקענט, און היינט אז מ'קען זיך, איי אידאס גוט.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2006 08:19 לינק ישיר 

א........ ההא.......... מחי'ה..... א א .... הא...........

א נחת דא אריינצוקומען אין קרעטשמע........ פיין זויבער... אויפגעקלינט ..... אאאא.........
שוין לאנג נישט געווען אזוי ריין דא ..... וואס איז היינט געשען אז ס'יז אזוי זויבער ?
האט דער גראף אפגעשטאטעט א באזוך ? אדער דער גובערנאטאר ? וואס גייט דא פאר ?

... נע,,,,, גארנישט... [האטשו... האטשו... ] האסט נישט געהערט ? דער יאננאש דארטן האט
באשלאסן מער נישט צו רוימען און וואשן, האבן מיר אליינ ס גענמומען די ארבעט אויף די פלייצע.
דער יאננאש האט דאך שוין נישט צוגעלייגט קיין פינגער א ין קאלט וואסער די לעצטע שטיקל צייט !!! ...... זאל ער פליהען! נידער מיט יאננאש !!

............



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 15:34 לינק ישיר 

נו, יאנאש האט דאך געוואוסט אז דער יענטאאש וועט זיך סוף כל סוף זיך אונטערגעבן.

בלייבט נאר איבער צו פרעגן, היות עס איז שוין פסח'יג דא אינעם קרעטשמע, זאל מען שוין אויסגיסן די ביר, אדער זאל מען נאך לאזן די קאט רום חמץ'יג, און דארט אריינלייגן אלע באקסעס ביז נענטער צו פסח?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 05:39 לינק ישיר 

ווייס'כעדער זאגן, דו ביזט גרויזאם גערעכט, מ'עמער אינערגעץ נישט'אנקומען מי'דעם יאנאש, סא מ'עמיר אליינס אויפקלינען יעדער בענעזאם, אוקיי? מ'דארף אפילו נישט ווארטן פאר יאנאש'ן! נו! געגאנגען!.... ווער איז דא?!..... נו! אהער מיטן בעזעם! וואו איז די מאפ?!.... נא! קלינען! קלינען! קלינען! קלינען!!!!........ אוקיי?!.........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 05:16 לינק ישיר 

יעך גלייך נישט זעך אריינצומישען אין אזאלכע פייערדיגע געשפרעכן. אבער אז עס קומט שוין דאס צווייטע מאל צו אזאלכע געשלעגן מוז איך זעך אריינמישן, כידוע אז די קינדער ציטערן פון מיר אין די הויזן, און ווען איך קום אן פליען זיי ווי פאפקארן ארויס פון מאשין. מיין איך אז אויב די קינדער ציטערן איז דאך זיכער די עלטערע, יפה כח הבן מכח האב. (וואטעווער איט מינס).


אין די שטאטוטען פונעם קרעטשמע וואס כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע האט איבערגעלאזט געפינען מיר נישט קיין איינצלהייט איבער ווער עס זאל וואשן די פלאר, אדער ווער עס זאל וואשן די וועש (א זאך וואס יאנאש גלייכט יא צו טוהן -לויט ווי עך זעה).

די איינציגע שאלה איז, מיט שיינס געזאגט, ווער איז מחוייב אפצורוימען?

אין יעדע קרעטשמע גייט עס אז די ארענדער איז פאראנטווארטליך, מען צאלט אים געלט דארף ער אפרוימען. וואס טוט ער? ער נעמט אויף א יאנאש און יאנאש רוימט אויף, און ער געבט אים אראפ אביסל פון זיין מאגערע געהאלט.

ששששששששששששש.............. לאזט מיך אויסרעדן אוקיי?

דא איז אזוי, קרעמער האט דא גענומען דאס ווארט און צוגעמאכט די קרעטשמע אויף חול המועד, סעקוקט אויס ווי ער ווייסט נאכנישט אז די שליסלעך פונעם קרעטשמע איז שוין לאנג לאנג געקאפיט און עס געפינט זיך ביי אלע פריצים און דורכגייער, מ'טשיינס געזאג. ווען מען וויל קען מען דא אריינקומען.

אז קרעמער וויל צושפארן מה טוב ומה נעים (וואטעווער איט מינס), אבער עס וועט אונז נישט עפעקטן!

נו! ששששששששששאאאאא!!! שששששששששששששששש.............

אבער אז יאנאש וויל נישט אויפקערן, דאס וועט אונז דאך יא עפעקטן, עס איז דאך דא א חיוב תשביתו (וואטעווער איט מינס) אויף יעדעם פון אונז.

וועגן דעם האלט איך אז יעדער פון אונז זאל נעמען די בעזעם, און בערשטלעך און ארויסהעלפן.

מיר וועלן אבער ארויפלייגן אויף יאנאשן די אויפגאבע צו איינטיילן די ארבעט, ווער עס זאל וואס טוהן.

יאנאש, אוקיי?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 03:34 לינק ישיר 

יענטאאש;

איך האב דיר שוין גענטפערט ביי אן אנדערן טישל, ווילסטו טאקע נאכאמאל האבן די בושות אין פאבליק?

קרעמער;

איך זעה איכל נישט האבן קיין ברירות, העל איך מוזן זיך נעמען רעדן ווער עס איז געשטאנען אונטער מיין איבער נעמען דאס בענקל דא, באט איך מיין אז דו ווילסט נישט אז איך זאל וואשן דיינע וועש דא אין פאבליק.

ביי דעי וועי, וויל איך מיך דא אנטשולדיגן פאר'ן צושפארן דעם קרעטשמע, איז אזוי קודם קאל איז בכלל נשיט און פלאן עס זאל זיין צוגעשפארט אום חול המועד, חלילה, זעט אויס אז קרעמער האט נישט גוט איבערגעגעבן דעם מעזעדש, עס איז אינגאנצן די רעדע פון פארשפארן אפאר שעה סוף וואך.

צווייטנס, איך נעם שוין נישט קער פונעם וואשן דא, און אז יענטאאש וויל שפארן געלט פאר די קאסע פונעם קרעטשמע (וואס איז דרך אגב און א פיל בעסערן שעפ וואו ווען ער האט עס געראנט), קען ער צולייגן אן האנט, און נישט אנקומען ווי א מחותן טיילן דיעות, גרוזאמער בין איך נישט גערעכט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 03:05 לינק ישיר 

יעצט בלייבט נאר איבער איין זאך, פרעגן יאנאש'ן דעם מחותן אליין וואס ער האט צו זאגן. אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 02:58 לינק ישיר 

הער זיך איין קרעמער, איך זע שוין וואס דא גייט פאר. איך בין לעצטנס אסאך נישט דא געווען, מיינט ער דער יאנאש'קע אז ער קען טון וואס ער וויל. איך זאג דיך, מען וועט זיך נישט לאזן, מ'וועט אים זאגן אז ער 'מוז' קלינען יעצט פאר פסח דוקא יא צווישן די פיס סתם אלס קנס פון וועלן פארשפארן די קרעטשמע, פיניש. און אז ער וועט זען אז ס'איז געפערליך שווער און ער קען נישט אליין, זאל ער צונעמען 'גרויזאמער' פאר העלפ, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט ער איז דאך 'גרויזאם', פארמאגט ער מן הסתם אפאר גוטע מוסקלען, נו וועט ער צולייגן א האנט....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 02:50 לינק ישיר 

יענטאאש;

עס גייט נישט אזוי.

קודם כל האט זיך שוין יאנאש דערקלערט אלס ראש הקהל און האלט נישט ביים טאן קיין שמוציגע דזשאבס, און בכלל האט ער לעצטנס אנגעהויבן פארפירן איבער א רעיז, רעיז רעיס, איך ווייס אפילו נישט פונקטליך וויאזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט, אזויפיל ווייס איך אז מיר מאכט ער 'נערוועיז'.

עניוועי, ער טענה'ט אז פארן קערן צווישן די פיס פונעם עולם וועט אפקאסטן ממון ודמים, און די קאסע איז יעצט נישט איבערגעפולט... על כן זאל מען דעם עולם פארשיקן לעזאזל. וואס בלייבט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 02:38 לינק ישיר 

העי..... העי....... העי........... נע!...... נאופ!..... נאו וועי..... קרעמער?!..... וואו איז ער?....... קרעמער?!!..... אה דא ביזטו.... קום נאר אין די זייט איך וויל מיט דיר רעדן...... הער, עס קען נישט אזוי גיין, מ'פארשפארט נישט. ס'איז נישט קיין יושר, נישט קיין מענטשליכקייט, און בכלל.... וואס איז דאס א נייע ווערטשאפט וואס דער יאנאש פירט דא?..... פאר א סיבה קריגט ער דאך א וועידזש, א אומזיסטע שטיבל צו שלאפן דא אויבן אויפן בוידעם, און ברוינפן צו טרינקען וויפיל ס'גייט! ער קריגט דאס נאר 'ער זאל קלינען'!!!. פינטל. איצט איז ער מיר פויל געווארן, און עס טוט זיך א געשפארעכץ, נאופ!!! נאו וועי!!!!.... נאו!!!!!..... כ'לאז נישט!!!..... קום, העמיר אנווארענען יאנאש'ן ער זאל זיין זיכער אויפצוקלינען די קרעטשמע הארט בעפאר פסח און כ'וויל נישט וויסן פון קיין מאסעס!!...... ערלעדיגט?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 02:11 לינק ישיר 

קנאי;

זאג פאר יענעם אידל אז די ווארט איז א גוט ווארט, אבער אין מיין גמרא שטייט (ברכות מ"ט ע"ב) ושבעת זו שתיה! זעהן מיר אז די ווארט שביעה און זעטיגקייט גייט אויך ארויף אויף געטראנקן.

אויך קענסטו אים זאגן אז די פארקערטע ווארט פון דורשטיג איז אנגעטרונקן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 00:23 לינק ישיר 

מצורף קובץ

לויט די יעצטיגע פלאן וועט איר איר דעס זען ווען איר וועט וועלן אריין קומען אין קרעטשמע פסח.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 00:11 לינק ישיר 

ישתו ענוים וישבעו :
-------------------------
אגב איך האב א מאל געהערט פין א לבאבוויטש'ע חסיד האט ער מיר געזאגט טראכט גיט אריין וועסטי זעהן אז עס איז נישטא א אין אידיש א ווארט פארקערט פין דארשטיג אזוי וואו למשל הינגעריג-זאט ווייל א איד דארף שטענדיג טרינקען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > יאללא רבותי, ארויס!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext