בית פורומים היימישע קרעטשמע

עס הערשט א געפערליכע הפקר וועלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/4/2006 23:47 לינק ישיר 
עס הערשט א געפערליכע הפקר וועלט

ממש אזוי, געפערליך. אין די לעצטע צייטן האבן זיך מענטשן צולאזט אויף א געפארפולן אופן, מען געבט נישט אכט אויף די אייגענע אידענטיטעט, מענטשן אנטפלעקן זיך איינער פארן צווייטן אפן און גראב, מיט די נאמען טעלעפאן און אדרעס, אזש עס איז פחדים. איך האב אנגעהויבן אריינקלערן ווער עס איז שולדיג דערין, איך בין נאכנישט געקומען צו קיין קלארע מסקנא.

די גאנצע פארהוילעניש אויף וואס היידפארק איז לכאורה באזירט פאלט צוביסלעך אוועק, עס צוגייט ווי די פאריעריגע שניי, מענטשן קריכן ארויס פון די מייזל לעכער, מען באגעגנט זיך איינער מיטן צווייטן, דער דיין מיט יאנאש, דער גרויזאמער מיטן דיין, דער קעניג מיטן קעכער, דער פויפסט מיטן גראף, דער גראף מיטן קרעטשמער, דריי מאל גארנישט מיט קנאי, און יגר'ל מיט נאט-טו ביזי, די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער, און יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.

אויב האט איינער א טלף (CLUE) וואס דא גייט פאר, ווער עס שטייט אונטער די אנטפלעקונג פון כל הקהל קודש, ווער עס האט באאיינפלוסט דעם עולם אראפצושליידערן פון זיך דעם נארישן מאסק, זאל ביטע מודיע זיין.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2006 17:52 לינק ישיר 

ער האט עס שוין אויף/אוועק געגעבען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/4/2006 01:40 לינק ישיר 

ש"? וואס איז דאס? איך קען נישט דעם ניק פון יענעם...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/4/2006 00:06 לינק ישיר 

איך בין געווען ביי א מלוה דמלכה מיט איינעם וואס איך האב געקענט מיט זיין ניק פין יענע צייטען וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט א ש" אין אזוי זיצעדיג ביים מלוה דמלכה נישט האבען קיין געדילד צי די דרשנים האמער מחליט געווען צי מבקר זיין הרב קרעמער אין אינמיטען די שמיעס געט ער זיך א ריף אן צי מיין שותף דער אויבענדערמאנטע ש" בזה''ל איך האב אזוי לאנג געוואלט וויסען ווער 3x0 איז האסט עס אזוי גיט אויסבאהאלטען פין מיר

 זעהט אויס אז ער האט געמיינט אז איך האב שוין געוויסט

יעצט ווייסטי שוין ווער עס געווען אינטער אינזער באגעגענאג?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 02:15 לינק ישיר 

יגר'ל;

אדרבה!

אבער וואס וועט מען געבן פארן עולם? אייער וואס איז געקאכט אינאיינעם מיט קארטאפל שאלעכטץ?

קנאי;

רשות, GO AHEAD.

גרויזאמער;

דו ביסט דאך א פארשטענדליכער מענטש, ניין? וואס פארשטייסטו נישט?

אגב, קענסט רופן דיין טעכנישן, ווייל איך האב לעצטנס באמערקט אז דיין S P A C E ב א ט ע ן איז עטוואס צובראכן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/4/2006 00:56 לינק ישיר 

ק ר ע מ ע ע ע ע ע ר ר?????? וואס גייט פאר מיט דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 00:25 לינק ישיר 

איך וועל מגלה זיין ווער עס געווען אינטער מיין באגעגעניש מיט 3x0 אויב גיבסטי רשות קרעמער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/4/2006 00:07 לינק ישיר 

אפשר דארף מען צוזאמנעמען דעם ציבור אין איינע פון די חוה"מ טעג, "ל ע ב ע ד י ג ע ר ה י י ט".

זאל מען טאקע איינמאל פאר אלעמאל אנכאפן דעם זעקל בושה און אריינווארפן אינעם דאמסטער.

הילכיגע שרייען הער איך דא, אן עק מיט טעראר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > עס הערשט א געפערליכע הפקר וועלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext