בית פורומים היימישע קרעטשמע

גויאישע ספארטץ ביי חסידישע יודן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/4/2006 22:12 לינק ישיר 
גויאישע ספארטץ ביי חסידישע יודן.

עס איז נישט איינגעפירט ביי אונץ היימישע חסידישע יודן צו זיין עמטליך אריינגעטון אין גואישע
ספארטץ, אבער פאקטיש זענען דא פיל מיט חסידישע יונגעלייט וואס זענען ביזי מיט עס, סאיז דא
וואס לערנען אויך אויס פאר די ווייבער די ספארטץ, און אנדערע מענטשען מאכן פון עס א ריזיגע
סוד און זענען ביזי מיט עס אונטער די רוקן פון די ווייב, אויך איז דא מענטשן וואס די ווייב
ווייסט יא אז די מאן איז ביזי מיט די ספארטץ אבער זיי נישט, און נאר די מאן האלט עס מיט.

איך קען זייער אסאך חבירים מיט וועם איך בין געווען אין ישיבה און דארט הייבט זיך עס אן ווייל
מהאט נישט קיין געדולד צו לערנען און מען האט נישט וואס צו טין, וועגן דעם זוכט מען וואס צי
טון. שפעטער נאך די חתונה אסאך מאל אפילו אויב מען וויל זיך אפגעוויינען פון עס קען מען נישט
און עס איז זייער שווער.

איינער האט זיך נעכטן אפגערעדט פאר מיך זייער שטארק אז ער קען זיך נישט פינישן דערמיט, און עס
באדערט פאר זיין ווייב זייער שטארק, און אויך עם ווייל די קינדער וואקסן עם שוין אינטער, און
ספאסט נישט אז ער זאל זיין פארטון מיט זאכן וואס הייסן גויאיש.

איך האב אים נישט געוויסט וואס צו זאגן, עס האט אויסגעקוקט ווי ער איז זייער פארווייטאגט, ער
טענהט אז ער ווייסט פון אסאך עלטערע ערנסטע מענטשן אפילו ראשי קהילה וואס זענען נאך
שטילערהייט ביזי מיט ספארטץ און זיי קענען זיך נישט אפגעוויינען.

די זאך איז אז ביי די ליטווישע וועלט און אפילו ביי אסאך חסידישע הויפן איז עס בכלל אינגאנצן
נישט אזא עוולה, און נאר ביי די גאר היימישע איז עס ממש אסור.

ווער עס האט עפעס עקספיריענס מיט דעי זאכן איז וועלקאם ביטע צו זאגן אז איך זאל וויסן וואס צו
ענטפערן פאר די חבר וואס האט מיך געפרעגט און א צווייטע איד זאל הנאה האבן, איך בין זיכער אז
דא איז אויך דא אסאך מענטשן וואס האבן אליינס די פראבלעם אדער ווייסן פון אנדער וואס האבן עס.
און במילא וועט מען קענען העלפן. יישר כח.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 07:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

עס פרייט דאס הארץ צו זעהן ווי אונזער באליבטער חיים חייק'ל האט צוריק געוואנדערט צו אונזער קרעטשמע און געזאגט אביסל ווארעמע דברי חיזוק,

דא האט איר א גלעזל ביר דערכאפט אייך דאס הארץ און באנעצט די ליפן, דערנאך וועלן קענען ווייטער אייערע זיינע רייד.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/5/2006 03:41 לינק ישיר 

ברוכים הבאים ר' חיים חייקל!

א שיינעם דאנק פאר אייערע שיינע רייד, מיר ווארטן אויף די פארזעצונג מיט גרויס דורשט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/5/2006 02:56 לינק ישיר 

...מיט א רויט פלאמעדיג פנים, ווען שווייס גיסט זיך דערפון ווי א רעגן פון די ארובות השמים, שלעפט זיך דער אלטער 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' צוריק צו זיין דערפל, אנגעהאנגען מיט די צוויי אלטע פארדזשאווערטע וואסער אמפערס וועלכע הענגען זיך אראפ פון איבער זיינע פלייצעס.

אלעס לויפט צום פענסטער, די גאנצע קרעטשמע ווערט איינגעהילט אין א טיפן שאק, יא, יא, דאס איז ער, יא דאס איז אונזער אלטער 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף' סודות'צן זיך אלע קרעטשמערס. יא, יא, דאס איז ער, דער זעלבער חיים חייקל, גענוי ווי אמאל, ער שלעפט זיך דארט מיט די אמפערס, דאס פנים איז אים פארמאטערט, ס'פלאמט, אפגעבאקן פון וואנדערונגען איבער די דערפעלעך אין אזעלכע הייסע טעג, די אמפערס, די פעסלעך וועלכע שלענגלען זיך איבער זיין גוף איז דאס זעלביגע, יא! דאס איז עס, ער איז דאס! קיין ספק.

ס'שא שטיל, ממש ווי א טונקעלער בית עולם נאך האלב נאכט, די קרעטשמערס זענען איינגעהילט אין א טויט'ן שאק, נישט קענענדיג קומען צו זיך קומען, נישט גלייבנדיג וואס זייערע אויגן זעהן, אבער ס'פארט א פאקט, יא ס'איז דער אלטער חיים חייקל!

חייקל שפאצירט זיך אזוי פאוואליע מיט אויסגעשעפטע כוחות, ער ציילט זיינע רואיגע טריט אין ריכטונג צו זיין אלטע באליבטע קרעטשמע.

חייקל לאזט אראפ זיינע צוויי אמפערס פון די פלייצעס ביים אריינגאנג פון די קרעטשמע, ער שלעפט ארויס פון די פאדערשטע קעשענע זיין טאשן-טיכל, פארווישט זיך די אנגעזאמלטע שווייס פון פנים, און מיט זיין שטענדיגען שמייכל אויפן פנים עפנט ער דעם אלטן גרויסן הילצערנע קרעטשמע טיר.

א הילכיגן "שלום עליכם" ברעכט דאס שטילקייט אין די קרעטשמע בעת חיים חייקל ווערט ענטפאנגען פון די אלע פארזאמעלטע. חייקל האט נאך ניטאמאל עספיעט זיך צו פארוואשן דאס רויטן אנגעשוויצטן פנים זיינעם מיט אביסל קאלט וואסער, ער האט נאך נישט עספיעט זיך אנידער צו זעצן, דער אטעם זיינער לויפט נאך אזוי מיטן פולן שנעלקייט, א פארסאפעטער א אויסגעמוטשעטער איז ער פונעם לאנגן טאג זיינעם אונטער די געבראטענע זון, אבער דאס אלעס איז קיין אפהאלט נישט פאר חיים חייקלן און ער באגריסט שיין צוריק מיט א פרייליכן "עליכם שלום" זיינע אלטע גוטע פריינד.

די קרעטשמערס גייען צוריק יעדער צו די טישן, חיים חייקל זעצט זיך דערווייל אנידער אין א זייטן טישל בכדי אפצורוען דאס אויסגעמוטשעטע זעקעלע ביינער זיינע, פארוואשט זיך דאס פנים, פארכאפט א גלעזל משקה, ווען צו דער זעלבער צייט פאסט ער אויך אויף אויפן גאנצן ארום, ער קוקט אזוי ארום הין און צוריק, נייגט אן אויער דא אן אויער דארט, אבער דאס מערסטע וואס ציהט זיין אינטערעסע איז דער אויבערשטער טישל וועלכער שטייט ממש ביים אריינגאנג פון די קרעטשמע, דייקא דער טישל מיט אירע פילע באטייליגער, דייקא דער טישל איז אים שטארק געפאלן און ציהט זיין אינטערעסע.

חייקל זיצט אזוי אין באטראכט דעם רונדיגן טישל, ווי די אלע ארומיגע פארברענגען אזוי שיין און געמוטלעך, חייקל'ס שטארקט זיך איבער זיינע מידע כוחות, הויבט זיך אויף פון זיין ארט, שלעפט מיט זיין בענקל פון אונטער זיך, און שארט זיך צו צו דעם רינדיגן טישל, וועלנדיג זיין ווי איינע פון זיי...

חייקל האלט שוין אצינד מיט פון דער נאנט זייערע געשפרעכן, אבער ער נעמט נאך דערווייל נישט קיין שטעלונג. נאך וואס ער אלע ארומיגע האבן זיך שוין געלאזט הערן, גיט חייקל א קלאפ אויפן טיש, שטעלט זיך אויף די פיס און לאזט זיך אויך הערן:*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

ערשט - זאגט חייקל - וויל איך טאקע באגריסן ר' עוורידזש, ר' יין שרף און ר' בן הרחמן, פאר זייערע אויפריכטיגע רייד.

איך שטרעק זיי מיין פינגער פאר איטליכן באזונדער לאות פון מיט שטימונג און צופרידנקייט.



אצינד צום ענין, טייערע חשובע אינגעלייט, הערט וואס אן אלטער אפגעריסענער 'וואסער טרעגער' האט צו זאגן בנוגע אייער וויכוח, אמת, פארט איז ער נישט אזוי באקאנט אין די ענינים, כ'מיין וואס ווייסט דען שוין אן אלטער אפגעריסענער דארף'ס מאן, נאך אלעם איז ער דאך נישט מער און נישט ווייניגער אן אלטער דארפ'ס מאן וואס זיין גאנצע קענעטעניש איז נישט מער ווי שלעפן אמפערס וואסער אויף די פלייצע, נו גיי לערן מיט א גוי ברטנורה, וואס פאר א מיינונג קען דען שוין אן אפגעריסענער וואסער טרעגער האבן אין די הויכע ענינים?. צייטונגען, נייעס און ספארטס איז דאך ביי אים אין די אויגן גענוי ווי די אידן אין דעם גוי'ס אויגן, ווייסט דען דער גוי א חילוק צווישן איין איד און צווייטן? ביי אים קוקן אלע אידן אויס אייניק, א איד און שוין, פארטיג. דאס זעלביגע ביי דעם אלטן חייקל, מ'טאר נישט, ס'גויאיש, און שוין, וואס ווייסט ער?.
טייערע אינגעלייט, אמת, אמת, אבער אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן, הערט אמאל פון אן אלטן איד וואס ער האט צו זאגן.

ווי איך זע זענט איר דאך אלע אינגעלייט וואס איר זענט ווינציג באקאנט אינעם עבר, וויאזוי א שטייגער אן אמאליגער איינפאכער איד האט אויסגעקוקט, וויאזוי א שטייגער אן אמאליגער איינפאכער בעל הבית האט אפגעריכט זיין הלוך ילך טאג טעגליך, וויאזוי א שטייגער די פריערדיגע האבן אראפגעשטעלט די יסודות פאר אייך און אייער עתיד. ביין אונז אונדערהיים, ביי אונז אין שטאט (חיים חייקל איז גראדע נישט א דערפיש געבוירענער. חייקל'ס איז אויפגעוואקסן אין א שטעטערישע סביבה, ער איז נאר הערשט אין די לעצטערע צייטן - זינטן גרינדונג פון די קרעטשמע - אריינגעפאלן צו אונז אין דארף...) אמאל אין אונזערע צייטן איז ביי יעדן קינד ביי יעדן בחור ביי יעדן בעל הבית געווען פאר א פשטות דער ענין פון דעם "ואבדיל אתכם מן העמים", דער ענין פון "להיות לי לעם", דער ענין "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש וכו'". די אלע ענינים זענען נישט געווען ווי עפעס אן ענין אדער גאר א מנהג, דאס זענען געווען ענינים וואס זענען געווען אינסטינקט אין יעדן אידיש הערצעלע.

אז א איד איז ארויס אין די גאס פאר מסחר וכדו', איז געווען ביי אים אזוי קלאר ווי טאג אז ער גייט 'ארויס' אין גאס, וואס דאס מיינט צו זאגן: אז כיון שכך גזרה חכמתו ית', אז פאר א שטיקל לחם אין מויל צו נעמען דארף מען זיך ארויס לאזן אויף די יארכע האנדלען און וואנדלען, האט אבער דער איד - וואס זיין גאנצער 'איד' מיטן פולן זין פון ווארט איז געווען ביי אים איינבאקן מיט א פעסטקייט - אבער געוואוסט אז אצינד גייט ער בלויז ארויס פון זיין אידישן קווארטל, פון זיין אידישע ד' אמות, ער איז 'ארויס' אין די גאס נישט ער אז ער האט אריינגענומען די גאנצע גאס מיט אלע אירע פסולות אין זיך. בפנמיות לבבו איז ער אפי' בעת ער איז געווען אויף א געשעפטס האנדל אין די גרויסע רוישיגע, טריפה'נע, שטעטערישע גאסן איז ער אבער פארט געווען אין גאס און נישט אין דערהיים, די גאס איז אים שוין גארנישט געווען אזוי באקוועם, ער האט זיך נישט געשפירט דערין וואו אינדערהיים, פארוואס? פשוט, ווייל ער האט געוואוסט ביי זיך אז ער איז א איד, גאט איז געגאנגען קלייבן 'פאר זיך' א פאלק, להיות 'לי' לעם, האט ער געהאט אויסוואל פון פעלקער וועלכע ער וואלט געקענט קלייבן, אבער ניין! זיי, די אלע מיט וועם איך באגעגן זיך, מיט וועם איך האנדל, די אלע האט גאט געשטופט אין דער זייט און האט געזאגט 'ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש', דוקא דו, דייקא דעם איד, דייקא דיר האב איך אויסגעוועלט דו זאלסט זיין מיינער, דייקא דעם איד האב איך געקרוינט און בוחר געווען אלס מיין פאלק, זיי זענען מיינע און איך בין זייערס.

און נישט נאר דאס, נאך דעם גליקליכן אויסוויילינג, וואס גאט האט אונז אויסגעקליבן מכל עם ולשון, האט ער אונז געוואלט פארזיכרן אויף תמיד, און והיות א מענטש דארף דאך אנקומען צו מענטשליכע געזעלשאפטן, א מענטש דארף דאך האנדלען מיט מענטשן, האט גאט מורא געהאט אז והי' ברבות הימים אז מיר וועלן אנקומען אין די שטעטערישע גאסן בכדי צו האנדלען און וואנדלען, און מיר וועלן זיך פארגעסן וואו מיר שטייען איין, מיר וועלן זיך פארגעסן פון די גרויסע 'ממלכת כהנים' וואס מיר פארמאגן, האט ער זיך דעריבער באווארנט און זיכער געמאכט אז 'ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי לעם', איך וועל אייך אפטיילן, איך וועל מאכן א מחיצה, א צווישנשייד, צווישן אייך און אייערע ארומיגע, אזוי ארום וועט איר קענען באווייזן אנצוהאלטן דעם גרויסן כבוד פון להיות 'לי' לעם.

ואבדיל אתכם מן העמים. וויאזוי? וואס איז די מחיצה?
די מחיצה איז דער 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם' (לויט אלע פשטים. הן 'מקדש' מיינט די בתי מדרשים, די אידישע קווארטל'עך, די אידישע געגנטער, און הן דאס מיינט דאס אידישע הארץ, אז מ'זאל זיך אריין נעמען דאס ענין פון 'גוי קדוש' 'בתוכם', טיף אין די הערצעלע אריין), די ד' אמות פון א איד, דאס וואס א איד איז אפגעזונדערט במחשבה בדיבור ובמעשה פונעם גוי, דאס וואס א איד האט גדרים וסייגים, דאס איז דער מחיצה, דאס איז דער צווישנשייד מיט וואס גאט האט אונז מבדיל געווען פונעם גוי.

אט דאס, דער מחיצה, דער קלארע ידיעה, דער קלארער באדייט פון וגוי קדוש האט יעדער איינפאכער בעל הבית מיטגענומען מיט זיך בעת ער האט פארקלאפט דאס טיר פון זיין הייזקאלע און איז אפגעפארן קיין לייפציג האנדלען און וואנדלען...

נו אז מען מוז שוין יא פארקלאפן די טיר פון די אידישע היים, און אז מען מוז זיך שוין יא ארויסלאזן אין די גאסן זיכן עפעס חיונה, שטעלט זיך די פראגע: וואו הויבט מען אן און וואו ענדיגט מען? וואו קומט מען וואו גייט מען? וואס קויפט מען? מיט וואס האנדעלט מען? וואו קויפט מען וואו פארקויפט מען? און אז גאט העלפט, מען האט שוין און א מזל'דיגע גוטע שעה ענדליך עפעס געטראפן, מען ווייסט שוין יא וואו מען שטייט איין, קומען דאך אבער כסדר אפיר פרישע שטרויכלונגען, פרישע סחורה, פרישע באציאונגען, וכו' וכו', מען מוז דאך שטייט בראש מיט א וואך אויג אויף די אלע זאכן בכדי צו קענען אנגיין אין דעם מסחר געהעריג, איז ווי גיט מען זיך אנ'עצה?.

והנה, והיות דער סדר המסחר במשך שנות ימי גלותינו ליגט אין די הענט פון אט די יעניגע פון וועם גאט האט אונז דייקא ארויסגענומען און אפגעטיילט, איז וואס טוט מען דא? וואו גיבט מען זיך אן עצה? איז בלית ברירה מיט א צובראכן הארץ און א שווער געמיט, נישט האבנדיג קיין צוויי ברירות, האבן אידן געמוזט אנקומען צו פובליקאציעס און מעלדונגען פון אט די יעניגע פעלקער, צו די מעלדונגען פון אט די גויים וועלכע גאט האט זיי נישט געקליבן אלץ א 'גוי' קדוש.

לאמיר נעמען א משל א שטייגער אונזער חשובער ידיד דא אין דארף, דעם אלעמען באקאנטן ר' נחמן נטע דער האלץ האקער. ווי מיר ווייסן אלע גיבט זיך נחמן נטע אפ מיט די האלץ מסחר, ער קויפט און פארקויפט, הן פון דא אין דער נאנט הן פון מרחקים. ער מוז כסדר פארן און קומען. ער מוז כסדר האבן פארבינדונגען. איז לאזן מיר זיך אויס'משל'ן אז נחמן נטע וויל זיך ארויסלאזן איין טאג צו די דערנעבנדיגע שטאט מאכן דארט עפעס א גוט געשעפט, מוז ער דאך פארדעם וויסן צו עס לוינט אים צי נישט, ער מוז וויסן די ארטיגע רעגירונגס-האנדל געזעצן, פארשטייט זיך אז א דאנק דעם האט ער שוין אויך א שטארקע אינטערעסע אין די נייעס פון יענע שטאט, מי בראש, און וואס פארא השפעה זיינע מיינונגען, זיינע געזעצן, וועלן האבן אויפן עולם המסחר; וויאזוי באהאנדלט די פארלאמענט דארט די עקאנאמישע איינלעגנהייטן, ער מוז וויסן וויפיל די שטייערן אויף די געהילץ זענען א.א.וו., דערנאך וויל ער זיכער מאכן אז אין דעם שטאט קען ער זיך רואיג אויפהאלטן א לענגערע צייט, עס קומען נישט פאר דארט צופיל פארברעכן'ס, די פאליציי איז גענוג וואך צו שטיין על המשמר, און אזוי ווייטער פארשידענע זאכן.

און נאכן שוין מיטהאלטן און וויסן, אז ער באשלוסט שוין אז עס לוינט אים צו פארן, וויל ער צו וויסן וואס פאר א וועטער עס ווארט אים דארט אפ, און צו די באנען פארן ווי געווענטליך; צו זענען די וואגאנען אין די טעג גענוג פארזיכערט. צומאל ווען ער לאזט זיך ארויס מיט פערד-און-וואגן מוז ער קענען לערנען די וועגן; ער מוז שטיין און מיהטלטן די פרישע טראנספארטאציע געזעצן, וועלכע שווימען ארויף טאג טעגליך ווי שוועמלעך נאך א רעגן, וויפיל עס וועט אים קאסטן אויל צו שמירן די רעדער, פארשטייט זיך אז אויטאמאטיש האט ער שוין אן אינטערעסע מיטצוהאלטן אלע נייעס ארום די אויל, פארוואס ס'איז טייער? פארוואס ס'איז ביליג? ווער איז שולדיג? וכו' וכו'.

נו, פון וואו זאל אונזער ר' נחמן נטע וויסן די אלע זאכן אויב נישט פון די צייטונגען?

דאס זעלביגע - טייערע אידן - איז מיט נאך אנדערע צענדליגער זאכן, וואס דער ציבור האט נישט געפונען קיין שום אנדערע מקום פון זיך דערוויסן די נייעס א חוץ פון די גויאשע פובליקאציעס. עס קומען כסדר פאר געשעענישן איבער די וועלט וועלכע נעמען ארום די אינטערעסן פון יעדן מענטש הן לאקאלע, הן נאציאנאלע, והן אינטערנאציאנאלע וואס - ווי ר' יין שרף און ר' בן הרחמן האבן שוין ארויסגעברענגט - נעמט דאס צומאל ארום דעם מענטש הן אין זיין טעגליכן לעבן שטייגער און הן חלק המסחר וכו', און כדי דאס צו וויסן און זיין באהאווענט דערין האבן אידן מיט א שווער געמיט זיך אנגעהויבן זיך צו באנוצן מיט די גויאישע צייטונגען און לופט-הער-מאשינקעלעך.

איז וואס איז דער פראבלעם מיט צייטונגען?
צייטונגען, טייערע קרעטשמערס, ענהאלטן אין זיך אסאך פראבלעמען! אבער בעיקר וואס ליגט דערין באגראבן איז: 'דער גוי', דער גאנצער מהות פון זיין טומאה; דער גאנצער מהות פון זיין שפלות; דער גאנצער מהות פון זיין מהלך המחשבה; פון זיין פריקת עול; אלעס אלעס, און נאך פיל מער, ליגט באגראבן אין טיפענישן פון די צייטונג'ס בלעטער. דער גאנצער ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, א פאלק וואס לעבט פאר עפעס אן אנדער ציל, מיט עפעס אנדערע געדאנקען, אנדערע מחשבות, אן אנדער מהות, אן אנדער מציאות, די הכחשה צו דעם ליגט באהאלטן אין די צייטונגען. אז א איד הויבט אן זיך אריין צולייגן דעם קאפ אין צייטונגען, ער הויבט אן צו באקומען א באגריף אין דעם גוי'ס ציל אין לעבן, אין דעם גוי'ס מהות, אטאמאטיש הויבט זיך אן צו וועבן, טיף טיף אין זיינע מחשבות, א נאנטשאפט צום גוי, א נאנטשאפט צום גוי'ס מהלך החיים, און בלויז דאס איז שוין גענוג און הויבט שוין אן צו שלאגן ווארצלען אינטערצוברענגען דעם 'חומת ההבדלה' וואס דער איד האט אינסטיקט אריין געבויט ביי זיך אין הארצן. די ריכטיגע הכרה אינעם 'וגוי קדוש' פארלירט ביי אים חשיבות, עס ווערט צוביסלעך ביי אים איינגעבאקן אויך א חשיבות צו דעם 'גוי סתם', און פארוואס דען נישט? ער לעבט דאך מיט דעם יום ויום, אודאי האט דאס א השפעה אויף אים ...

און 
אז מיר האבן שוין אביסל קענען געלערנט די טומאה פונעם גוי, און וואס פארא השפעה עס האט אויפן איד, וועלן מיר צוקומען צום ענין.
והנה והיות ס'איז דאך אלף נכנס לביהמד"ר און בלויז ואחד יוצא להוראה, נו, וואס טוט מיט די איבריגע ניין-הונדערט-ניין-און-ניינציג? וואו אהין זענען זיי 'יוצא'?, זיי זענען דאך די פון וואס מיר האבן פריער אזוי ברייט ארום גערעדט, זיי זענען דאך יוצא לשוק, זיי גייען 'ארויס' אין גאס, זיי קומען טאקע אנגעזאפט פון בית המדרש און זענען בלויז 'יוצא' לשוק, זיי גייען בלויז 'ארויס' אין גאס כנ"ל, אבער מיט דעם אלעם זענען זיי געווען געצווינגען ליידער צו נעמען אין די האנט אריין די צייטונגען, און עס איז דעריבער אויפגעקומען א שטארקער פחד אז אויב דאס וועט אזוי אנהאלטן איז דא א חשש גדול ונורא ח"ו אז דער גרויסער מחיצת הברזל וואס ליגט באהאלטן אין יעדן אידיש הארץ, דער גרויסער מחיצות הברזל צווישן דעם פשוטן גוי און דעם גוי קדוש, זאל ח"ו אראפפאלן, און וואס דאס מיינט ח"ו דארף מען דאך נישט מסביר זיין. דעריבער, נמנו וגמרו, אז באמת טוב לו שלא להשתמש עם צייטונגען וכו' בכלל, אבער ועכשיו אז מען מוז צוקומען צו דעם, איז דעריבער בלית ברירה כדי צו באפעסטיגן דעם גרויסן מויער, וועט מען גרינדען א אידישע צייטונג אויסגאבע, וואס וועט דעקן די וויכטיגע נייעס פארן ציבור.

דאס עצם דעקן די נייעס כמו שהוא, וואלט אפשר נישט געדעקט און צוגעשטעלט דאס פארלאנג פונעם ציבור, ווייל די טבע פון א מענטש איז אז ווען ער הערט - צו ער ליינט - עפעס א נייעס איבערהויפט אזעלכע נייעס וואס זענען אים נוגע, ווערט ער מער און מער נייגעריק און הויבט אן צו גריבלען און זיכען כדי צו דערגיין פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען וכו', און אז ער ווייסט שוין פונקליך וואקסט אין אים דער נייגער צו הערן א ריכטיגן אפשאצונג איבער דעם ענין פון לערנער'ס, דענקער'ס און קענער'ס, און אט דאס איז די סיבה פארוואס עס איז פארוואנדלט געווארן אין די צייטונגען לענגערע באשרייבונגען און אפהאנדלונגען. אבער דאס איז איינמאל זיכער, אז: די צייטונגען זענען געגרינדעט געווארן מיטן ציל צו פארשטארקן ווי ווייט מעגליך דער חומת המבדיל בין ישראל לעמים.

דער גורל פון צייטונגען, וועלכער איז אריינגעפאלן בידי זשורנאליסטן, און זיי - די זשורנאליסטן זעלבסט - זענען די גאנצע מוציא מבינ'ס וואס יא און וואס נישט, דאס טוט נאך נישט אפשטעמפלען אז וואס זיי שרייבן, אטא דאס ממש האבן מכוון מכוון די בעלי הסכמה בעת'ן נמנו וגמרו באשלוס, אבער וואס יא? וואס מיר דארפן קלאר וויסן אז די צייטונגען זענען געשטעלט געווארן מיט א ציל פאר נייעס, מען קען אפשר נאר טענה'ן אז ס'איז געשען א שטיקל התדרדרות אין דעם ענין.


אצינד צום ענין פון ספארטס און דאס גויאישקייט ווואס ליגט באגראבן דערין = דערנאך וועלן מיר צוקומען צום פארגלייך פון נייעס און ספארטס.


חיים חייקל האט שוין נישט קיין כח ווייטער צו רעדן. ער איז אויגעשעפט פון די כוחות נאך א טאג שווערע ארבעט אונטער די זון. אויך וויל ער נישט מטריח זיין די קרעטשמערס. און קומענדיגן געלעגנהייט וועט ער ממשיך זיין, אויב די קרעטשמערס פון דעם טישל וועלן ארויסווייזן אן אינטערעסע...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 00:46 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין יא, עס איז היינט (אזוי מיין איך) ארויסגעקומען אן האטליין אויף בעיסבאל אויף אידיש-יידיש, עס איז ווערט א רוף טאן.
 
1-206-222-4089

שמעו ותחי נפשכם.
תוקן על ידי - יאנאש - 26/05/2006 0:48:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 05:32 לינק ישיר 

איך בין נישט אויסן אויסצוכאפן מר. יין שרף, אבער דאכט זיך מיר אז די פראבלעם פון ספארטס ליגט אביסל באגראבן אין דעם וואס די יוונים האבן דאס ערפינדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 03:17 לינק ישיר 

יענטאאש איך האב מורא אז דו האסט נישט געהעריג אפגעליינט מיינע ווערטער,

אדרבה זאג מיר ווען עס קען אמאל אויסגעקומען עפעס א נפק"מ פון ספארטס פאר אידישקייט אדער אפילו פאר סתם עניני מסחר, אלא מאי איז עס נאר אונטערהאלטן מיט עפעס א שפיל וואס קומט גארנישט ארויס דערפון נישט פאר זיך און נישט פארן חבר, משא"כ מיט פאליטיק כמבואר בדברי (און איך רעד נישט פון אזאלכע וואס ליגן טאקע ראשם ורובם נאר אין די פאליטיק כנ"ל)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/5/2006 03:05 לינק ישיר 

זארגז זיך נישט קרעמער, איך ווייס אז ביי די חברה איז נישט שייך קיין לשון הרע און רכילות, וואס איך האב געמיינט צו ארויסברענגען -אדער עטליעסט פרובירט- אז מ'וויל דא ארויסצוברענגען דער אומ-אידישקייט פון ספארטס, האב איך געוואלט גיין א סטעפ ווייטער און פרובירן זאגן אז מען קען אפילו טענה'ן אז ספארטס איז מער אויסגעהאלטן. אין הכי נמי אז ס'איז נישט עכט קיין הלכה'דיגע פראבלעם די מחלוקת אין לשוין הרע'ס ביי פאליטישאנס, אבער דאס קען מען זיכער זאגן אז א מחלוקה אין ספארטס איז איידעלער און נישט אזוי מיאוס ווי עס קען ווערן -און ווערט כסדר ביי קאמפעינס- ביי פאליטיקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 02:53 לינק ישיר 

יענטאאש;

איך בין אינגאנצן דיסעפוינטעד פון דיר, לשון הרע? רכילות?
האלטסט טאקע אז ווען מען בארעדט בוש אז ער האט ליב
די כוסה, אדער ווען מען באשולדיגט ניוט גינגריטש מיט ביל
אז זיי האבן זיך נישט שיין אויפגעפירט, איז דאס לשון הרע?
איך האב ביז היינט געמיינט אז לשון הרע גייט אן נאר ביי
אידישע קינדער, קומסטו מיר דא מחדש זיין אז עס איז נוגע
אויך ביי גענטיילס? אזא חידוש ברויך אונטערשטיצונג פון די
דיינים דא. אויסער אויב דו רעדסט טאקע פון יוסל וזוגתו הדסה
דארט שמעקט שוין טאקע יא פון לשון הרע וכדומה, אבער אויף
זיי האט מען דאך גארנישט גערעדט? ביטע זיי זיך מסביר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/5/2006 02:43 לינק ישיר 

למעשה נאך אלע טענה'רייען הין און צוריק, האט נאך קיינער פון די מחמירים נישט געהעריג ארויסגעברענגט דער בולט'ער חילוק לגבי אידישקייט צווישן ספארטס און פאליטיקס וכדו', די איינציגע זאך וואס מ'זעט איז אזויווי איך האב שוין געזאגט, אז א מענטש וואס פארשטייט נישט און ליגט נישט דערין וועט קיינמאל נישט פארשטיין דער וואס איז יא אריינגעטאן דערין. איך וועל אבער גיין א סטעפ ווייטער. איך וועל מיך נעמען די קוראזש און קומען זאגן אז פאליטיקס איז נאך גאר ארגער פאר אידישקייט ווי ספארטס, ווייל ביי פאליטיקס זענט איר אסאך מער עלול אויסצושטיין צו לשון הרע, רכילות, און שארפע מחלוקת וויבאלד די פארטייען און קעגנער פרובירן זיך ארונטערצורייסן איינס דאס אנדערע מיט לשון הרע, רכילות און ליגענטס בכדי צו מאכן יענעם ביליג אין די אויגן פון פאלק. משא"כ ביי ספארטס, איז נישט פארהאן קיינמאל אזוינע אטאקעס אפילו ביי די גרעסטע רייבערייען. ביי ספארטס טרעפן זיך די קעגנער אויפן פעלד און דער פארמעסט איז ווער עס טויג בעסער צום שפיל. ומי יתן והיה אז אזוי זאל זיין אין פאליטיקס, אז די צוויי פארטייען זאלן זיך אמת'דיג פארמעסטן איבער די אישוס ווער עס טויג בעסער און נישט פארדרייען די דעבאטע איבער זינלאזע באשילדוגונגען וואס האבן גארניקס מיט די נושא איינגעפאקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 00:59 לינק ישיר 

בן-הרחמן;
זייער גוט ארויסגעברענגט די נקודות!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/5/2006 00:55 לינק ישיר 


תשובה און שו"ת אגרות משה ווי ער רעדט מענין לענין ובאותו ענין.  (קרעדיט: שעפסל, שיעור עיון)

מע"כ ידידי הנכבד הרה"ג מוהר"ר צבי יהודה טייכמאן שליט"א. *:NAMESPACE PREFIX = O />

 

א. אם אסור מצד בחוקותיהם לא תלכו, ללכת לתיאטרון ואיצטדיון ספורט בימינו

באלו שנקראו תיאטרון שעושין שם ענייני שחוק, וכן איצטדיון, שהם המקומות שמשחקין ספארט, לא שייכי בהו עניין ובחוקותיהם לא תלכו (ויקרא קדושים י"ח י"ג), דהוא דווקא כשהוא חוק להעכו"ם לעשות איזה דבר בעלמא, אף כשאין זה מחוקי הע"ז שלהם, אבל עכ"פ הם ענייני חוקים שהנהיגו ביניהם - לא רק דברים של פריצות אלא אף דברים בעלמא - שלא ידוע טעם, כדאיתא ברמ"א יו"ד סימן קע"ח סעיף א'. ואין כוונת הרמ"א במש"כ או בדבר שנהגו למנהג ולחוק ואין טעם בדבר דאיכא למיחש ביה משום דרכי האמורי ושיש בו שמץ ע"ז מאבותיהם, שהוא ספק, אלא שהוא בדין ודאי. דמאחר דאין טעם נגלה ומובן, יש לנו לתלות שהוא עניין מחוקי עבודה זרה. אבל כשאיכא טעם למה שעושין, כהא דאיצטדינין וכרקום שאיתא בע"ז דף י"ח ע"ב שהוא לליצנות, ליכא בזה משום ע"ז, אף שהוא דבר אסור מצד איסור ליצנות, וכל ההולך שם עובר באיסור מושב לצים ובביטול תורה - לא רק על זמן זה - אלא שגורם לו להיות בטל לגמרי מתורה כמפורש שם.

וכ"ש בתיאטרון הנמצא כעת במדינתנו, וכן האיצטדיון של משחקי ספארט, ואף במדינות אחרות, דעושין זה סתם אינשי מהנכרים שבעיר שלא שייכי כלל לעניני ע"ז. וכמדומני שהכומרים דאמונת הנוצרים, שהיא עתה אמונת רוב אוה"ע, נמי לא ניחא להו עניני תיאטראן ואיצטדיון. וגם לא ניחא בזה לאנשי אמונת המוחמדים שהוא אמונת מדינות טערקיי וכל מדינות ערב. שא"כ רוב המדינות שבהן נמצאים תיאטריאות ואיצטדיאות לא שייכי כלל לאמונתם, שוודאי לא שייכי להלאו דובחוקותיהם לא תלכו,
אלא הם מאיסור ליצנות וביטול תורה. וגם עוד איסור גדול יש דמגרי יצה"ר של עריות בנפשיה דרובן הם דברי ניבול פה והסתה לעריות."




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 23:09 לינק ישיר 

עוורידזש A1

מפוקל; דו פארטיידיגסט דיך שוין צו שטארק עס קוקט אויס ווי דו ווילסט נישט אננעמען וואס א אנדערער זאגט

יעצט לענינינו, לדעתי (מעגסט מחולק זיין), איז נייעס א זאך וואס מען מוז נישט ליגן דערין, וואס איך מיין צוזאגן איז, אז נישט נאר סתם נייעסלעך וואס קומען און גייען לויפן און פליען און מען ברויך נישט געדענקען וואס איז געווען פריער און וואס שפעטער, וואס דאס איז זיכער נאר אויף אויסצולופטערען, נאר אפילו די פאליטישע נייעס זענען פאר רוב מענטשען א זאך וואס מען ליגט נישט אריינגעטוהן דערין און מען נוצט עס בעיקר אויף אויסצולופטערן זיך און מען גייט נאכדעם ווייטער און מען איז נישט מחוייב צו געדענקען, דאס איז א חוץ וואס זייער אסאך פאליטישע ענינים קענען האבן אן עפעקט אויף פארשידענע אידישע אנגעלעגענהייטן פריוואט אדער קהליש אדער סתם ביזנעס חלקים וואס זענען נוגע פאר יעדן איינעם ווי למשל מעדיקעיד, פוד-סטעמפס, שטייערן, נייעס איבער שווינדלערייען, וכדומה,

מה שאין כן ספארטס (איך קען מיך בכלל נישט אויס וויאזוי דאס גייט און וואס די אלע טערמס ווי היים לויפן צוריק לויפן רעקארדס וכדומה מיינען), איז אבער א זאך וואס קען נישט כאפן קיין נפק"מ ביי קיין שום ענין נישט פאר אידישקייט און נישט ביזנעסווייז, און בפרט לויט ווי איך זעה אביסל איז כמעט נישט שייך אז מען זאל עס טוען סתם פאר אויסצולופטערן פאר אפאר מינוט ווי למשל צו ליינען אין ביהכ"ס, דאס דארף מען מער זיין אריינגעטוען און וויסן פונקטליך פון פארדעם און נאכדעם און מיטהאלטן כסדר וואו ס'האלט און וויפיהל רעקארדס עס זענען שוין געבראכן געווארן, (איך מיין נישט ח"ו צו זאגן אז איינער וואס האלט מיט ספארטס לערנט נישט ראשו ורובו),

ממילא לענ"ד איז א פשוט'ע חילוק פארוואס נייעס ווערן יא באשריבן און נישט קיין ספארטס, און בפרט לויט דערמאנט פריער קען פאליטישע נייעס האבן א אידישן נפק"מ משא"כ ספארטס,

און אוודאי זענען טאקע דא נייעס שרייבערלעך וואס מיינען אז זיי מוזן אנפילן וויפיהל בלעטער עס לאזט זיך אפילו סתם שטותים וואס איז נישט קיין שום נפק"מ אזוי ווי יי"ש האט שוין דערמאנט, און דאס איז טאקע נישט וואס מען האט געמיינט בשעת'ן איינפירן אידישע צייטונגען, אבער גיין אריינברענגען נאך א פרישע גויאישע זאך אויף דעם איז שוין זיכער נישט שייך קיין פארלאנג אז מן מוז עס באשרייבן מיטן אויסרייד אז טאמער נישט וועט מען מוזן הערן תר"ס, (און פארשטייט זיך אז עס זענען אויך דא מענטשן וואס לעבן אין פאליטיק און קאכן זיך דערמיט, ביי
זיי איז דאס טאקע פונקט ווי א ספארט, און די אלע באגעניגן זיך טאקע נישט מיט וואס אונזערע היימישע צייטונגען שרייבן),




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/5/2006 18:43 לינק ישיר 

דו שרייבסט וועי עבאוו עוורידזש! 

הוא הדבר אשר דברתי, ס'איז טאקע נישט דא קיין נפק"מ צווישן די צוויי רעקארדס, און דעֶיִר-פאָר איז דא מענטשן וואס גלייכן דאס. ענד איי העוו נא פראבלעם וויט דעם וואט-סא-עווער!

אבער אידיש, מאן דכר שמיה?

עס איז אבסאלוט נישט אידיש, אבער יו מאסט עדמיט אז נייעס און פאליטיק איז אויך נישט, קאפי?

דעיס וואס די זאגסט וועגן בן ארבעים לבינה און בישישים חכמה, ביסטו 100% גערעכט, אבער און פאליטיק איז די זעלביגע זאך.

AGAIN, LET'S NOT GET CARRIED AWAY, ITS A DEBATE ON SPORTS VS. NEWS, POLITICS ETC.

נייעס ביי ספארטס איז לאוו דווקא ווער ס'האט חתונהת ס'איז דא אזעלכע נייעס ווי: די עקספאס פון מאנטריאל מופן קיין וואשינגטאן די. סי. אדער: די יענקיס האבן געסיינט טערענס לאנג, אא"וו

יו געט די איידיע?

תוקן על ידי - mefikel - 24/05/2006 18:53:20



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 18:17 לינק ישיר 

איך פרעג פארקערט, פארוואס ווען אלעפאנסא סאריאנא גייט אפשר זיין א דער ערשטער שווארצער, סענקאנד בעסמענד, אונטער דרייסיג, העכער צוואנציג, אין נ.י, פאר 911, אין איין סעזאן, א ראקי, ווען גערי סטענלי רעדט ספראטס נישט מאני, וועגט אונטער 200, איז העכער 6 פיס, וואס וועט זיין א 40-40 גיי; איז אינטערעסאנטער פון ווען די גינוס בוק אוו וארלד רעקערדס רעקארדירט אז שמערל איז דער ערשטער, אין וומ"ס, אוף פלאשינג, נאך די צווייטער איראקע מלחמה, די ערשטע זימער, פאר תשעה באב, נאכן טשולענט, וואס האט זיך געקראצט די קליינע פינגער פון די לינקע פיס מיט די גראבע פינגער פון די רעכטע האנט, און אין די זעלבע צייט געשריגן שבת!!!

אויסטערליש!

רעקארד'ס ווערן געבראכן ס אפטער ווי די וועטער טוישט זיך.

חוץ אין געציילטע פעלער, זענען די אלע רעקארדס געמאכט פאר די איינע סיבה כדי ס'זאל זיין פון וואס צו רעדן. מ'גריבעלט ארויס נייעס פון אונטער דער ערד.

אין די צייטן וואס ראדיא האט נאך געהאט עפעס א באדייט, האט מען נישט געקענט פארשטיין וויאוזי ס'איז מעגליך צו האבן א ראדיא סטעישאן פון בלויז ספארטס. "וואס גייט מען דארט רעדן א גאנצען טאג?" האבן די עקספערט געפרעגט ווען די איידיע איז נולד געווארן.

נאר וואס דען? אויב ווען א ספארטלער האט חתונה אדער גט זיך הייסט "ספארט''ס נייעס" איז נישט קיין קשיא, וויגלייך איך מיט מיין אומבאלומפערטע אטלעטישע כוחות וועל קיינמאל נישט חתנוה האבן....



בנוגע די אידישע חלק. די עצם געדאנק אז די גוף איז די עווענטולע ציל, און ווען איימיצער ארבעט איר אויס איז עס ווערט צו רעדן און באוואונדערן, איז נישט אידישליך. אין די גוי'אישע ספארטס וועלט זענען די אינגע היציגע יארן די פראכט פונעם לעבן. עלטערע באזעסענע זקינים רעדן און זענען משבח די קערפעליכע אייגענשאפטן פון דעם אדער יענעם אינג. די מוניט וואס דער ספארטלער גרייכט די בן ארבעים איז ער ווערט אויף חרוסת.

ביי אידן הייבט זיך ערשט דאנמאלס אן די די פראכט פונעם לעבן. בן ארבעים לבינה, וכל זמן שמזקינים דעתן מתיישבן. די אינגווארג קיקט ארויס אויף די עלטערע. ווייל נישט דער גוף נאר די מוח שפילט בעיקר א ראלע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 16:42 לינק ישיר 

עוורידזש:

פארוואס ווען דער וואנזיניגער מיליאנער סטיוו פאסעט, ברעכט די רעקארד פון פליען מיט א באלאן איז אינערעסאנטער ווי אז אלבערט פוהאלס גייט אפשר ברעכן די רעקארד פון איינצעלנע-סעזאן האום-ראנס?

אדער, איז טאקע מער אידיש'ליך די מעשה פון דעם מעשוגעם וואס האט פרובירט צו ברעכן (אוי איך ברעך שוין..) די רעקארד פון זיין דאס לענגסטע אינטערען וואסער, ווי דעס אז סקאט קעזמיר איז די אינגסטע פיטשער אנצוקומען צו זיבן ווינס אזוי פרי און די סעזאן?

רעקארדס, איז נאר איין חלק פון ספארטס פונקט ווי און אלע אנדערע ענינים, ספארטס פארמאגט פארמעסטן, נייעס, אנאליזן, אא"וו.

אגב, היינט אינערדערפרי, אויף נחום סיגעל'ס שוי האט ער געהאט איינעם ראביי ליכטשטיין, וואס איז מכובד געווארן ארויסצוווארפן די ערשטע פיטש און שעי סטעדיום ביי די געים צווישן די ניו יארקער מעטס און די פיליס פון פילעדעלפיא! היינט נאכט אכט מינוט נאך זיבען (מיט וויפיל חלקים?...)

איך וועל מסיים זיין מיט א מילתא דבדוחתא:

פאר אלע חסידישע אינגעלייט וואס שפירן זיך נישט אזוי באקוועם צו פאלאוען ספארטס, איז ספעציעל פארהאנען א חבורה און שיקאגא מיט.............

ווייסע זאקן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > גויאישע ספארטץ ביי חסידישע יודן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext