| נשלח ב-9/4/2006 20:56 |
|
| |
גוגעל טאלק
וואזוי האט גלייכט איר די נייע ווערזשאן פון גוגעל טאלק?
איך בין זייער צופרידן דערפון, ווער עס וויל קען מיך צולייגען צו זיין ליסט.
[email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 19:55 |
|
| |
איך גלייב נישט אז טאלק איז געגאנגען באנקראט ביי דיר... אויף וועלכן טאלק אקאונט סיינט מען זיך יא אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2010 18:46 |
|
| |
אזוי שטארק האב איך מיר געבעטן דעמאלס מען זאל מיך אינווייטען, און היינט סיין איך ניטאמאל אריין מיט יענע יוזער נעים...
צייטן טוישן זיך... ---------
לאמיר זען וויאזוי די תגובה וועט געשיקטווערן, איך האב שוין לאאאאאאננגג נישט געשריבן דא. --- פשיהא, Words:38 Characters:238 --- אוי... ס'האט זיך געטוישט, א פאריקטע פלאץ דעס, ס'האלט זיך אין איין טוישן...
שיק עס
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2006 19:51 |
|
| |
פשיהא ווי אינטערסאנט, מיר האט ער דאס אויך שוין פארציילט, אבער מיר האט ער דאס געזאגט נעכטן, איז דאס עפעס א נפקא מינה?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2006 17:17 |
|
| |
שפרעכנדיג מיט דיפלאמאט יעצט אויף גוגעל טאלק, האט ער מיר אנטפלעקט גאר אן אינטערסאנטע זאך וואס מען קען אלץ טאן אויף גוגעל טאלק:
שרייב דארט *אזוי* (א שטערן פאר די ווארט און דערנאך) וועט די ווארט ווערן BOLD
שרייב _אזוי_ וועט עס ווערן שיעף (איטאליק)
אויב איינער ווייסט נאך פרטים זאל ער מוחל זיין מעלדן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 18:54 |
|
| |
איך האב נישט וואס צו טון יעצט, ווער וויל שמועסן מיט מיר.
[email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 01:49 |
|
| |
סאכדעס;
האסט שוין געלייגט דעם דאיען אויף האלד? נו, וואס זאגט ער? לא קרירי ולא חמימי?
ברוך השם אז גוגעל-טאלק ארבעט שוין, עס האט ממש דערמאנט די זכרונות פון יענעם פינסטערן בלאק-אוט אין יארע נול דריי.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 00:37 |
|
| |
יאך האב פראבלעמן דער דאיען שליטא ווייס יאך נאך נישט, אבער איך בין חושד אז דאס איז וויבאלד דער שותפות אקאונט פון קהל האט געפענט א גוגל אקאונט אויך, און מיר פסק'ענען? חצר דבי שיתופי, אאמממממממממממ כ'געדענק שוין נישט, ווען איך וועל לייגן א האלד אויפ'ן דאיען על איך איהם פרעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 23:59 |
|
| |
נאר איך האב פראבלעמן מיט גוגעל טאלק, אדער אנדערע אויך?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 20:01 |
|
| |
3X0 און טאגליכט עס איז מיר זייער איינגענעם און געשמאק צו פארברענגען מיט אייך.
3X0 קום וועל איך דיר מזביר זיין ווי אזוי מ'מאכט דאס וואס איך האב געמאכט און עס איז דיר שווער געווען.
מען קוועטשעט די שיפט קוועטשער און גלייך נאכדעם אדער אפי' און די זעלבע צייט קוועטשעט מען אויך די אות "ף" נאמבער 9 באטן דארט ווי עס איז דא א ), איינס מאכט א סמייל, און די אנדערע מאכט א ברוגז סמייל, ווענט זיך ווי אזוי ס'איז אנגעשטעלט, אויב איז עס אנגעשטעלט אויף יידיש די קיבארד וועט נאמבער 9 מאכן א שמייכל, און די נאמבער 0 א ברוגז סמיילי, און אויב איז עס אנגעשטעלט אויף ענגליש וועט עס זיין פונקט קאפויע.
נו, יעצט לאמיר זעהן אויב קענסטו מאכן אזאנס :) מיט אזאנס :(
תוקן על ידי - jewboy - 03/05/2006 20:08:27
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 20:00 |
|
| |
טאגליכט,
איך האב אויך הנאה פון די שמועסן מיט דיר, און אפולי די זאגסט אז די ביסט נישט אזוי הומעריסטיש האב איך אויך היבש געשמייכעלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 19:56 |
|
| |
טאגליכט;
איך האב דיר געשיקט א לאדענונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 19:31 |
|
| |
גארנישט מיט גארנישט, ס'איז גאנץ אנגענעם צו רעדן מיט דיר, איך ווייס נישט צו דו האסט הנאה פון מיר, איך בין נישט אזוי הומעריסטיש, באט איך האב יא אביסל געשמייכלט.
קרעמער באטשי, האסט א ברירה לייג ארויף דיינס דא וועסטו אויך באקומען
עני וועי [email protected]
אגב 3X0 איך האב באמערקט אז דו האסט שוין אויסגעלאשן די ליכט, האב איך אוועקגעלייגט מיין משניות, די איצטיגע איז די בילד פון די האטעל רום ווי איך זיץ איצטערט.
תוקן על ידי - טאגליכט - 02/05/2006 19:34:08
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 01:57 |
|
| |
3X0;
איך בין דיר באמת מקנא, אפשר שיקסטו מיר אריבער אפאר פון דיינע קאנטאקט מענטשן?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 00:39 |
|
| |
עס איז שוין צוגעומען נאך דריי חבירים, צוזאמען איז עס שוין אכט.
איך האב ביזדערווייל זייער הנאה געהאט פון אלע שמועסן וואס איך האב נאר געהאט.
|
|
|
|
|