| נשלח ב-12/4/2006 19:39 |
|
| |
פאר ווער סיוויל וויסען
אזוי ווי דער יום טוב איז שוין ממשמש ובא, נאך א לאנגע דיון בעומק ההלכה, בין איך צוגעקומען צו די פסק, הלכה למעשה, אז מ'מעג רייכערן מארבעלרא און פארלמענט, און וואו אויך אמעריקן ספיריט - לכתחילה זאל מען דאס רייכערן- אום פסח, ללא שום חשש, כ'רעדט דא צו אידן, וואס רייכערן א גאנץ יאר אהן א ברכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 18:54 |
|
| |
קאלעגע שם אחר,
דיפלא איז מיין אונטער שמש וואס גייט צוזאמען מיט מיר תמיד. קיין מינוט וועט ער מיר נישט אפלאזן. ער איז אסאך מאל א מחכים את רבו, כאטש פון זיין מויל פליסט כסדר וויצן און הומאר ווי דו קענסט טאקע דא זען, האף איך אז ער וועט מיט די צייט עלטער ווערן און וועט קומען צום שכל.
איך וועל נישט זאגן אז אלעס וואס ער זאגט אדער שרייבט איז טאקע וואס איך מיין און טראכט, כמובא בצייטונגען אז מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די מיינונגען וואס ווערן דא ארויסגעזאגט דורך די שרייבער.
מיט דעם קענסטו זיין רואיג, אז איך וועל אויף קיין פאל נישט איבערלאזן מיין מקום קבוע וואס דאס איז 'חדשות אנש', און דאס איז אפי' עפעס א בעל מנגן וויל מיר פון דארט פארטרייבן פארקויפנדיג שקרים וכזבים אז חלילה איך בין עפעס א ציוני. חס מלהזכיר. (עיין שם).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 22:50 |
|
| |
איך האלט גראדע אז די סיבה פארוואס דער גרויזאמער באגערט צו בלייבן אין תפיסה אין מאנגאליע, איז פשוט צוליב דעם וואס דארט איז דא א גרויסע צימער רעזערווירט פאר א פייטינג עריע, און ווען אימער ווען קומט אהין שטייען גרייט עטליכע ארעסטאנטן מיט די פארמאכטע פויסטן און אנגעבלאזענע מוסקלען, אנדערש וואו אין די פייטינג עריע פון די קרעטשמע וואו קוים קוים דערזעהט מען דארט אמאל א באשעפעניש, און ווען יא, פאלט יענער אונמאכט ביים ערשטן זעץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 20:19 |
|
| |
WOW דיפלא, אויב ביזטו טאקע מיין קאלעגע פון חדשות אנש, טוה איך דא דיר רימען אויף דיין גלענצענדיגע הומאראסטישן שפראך וואס דו טוסט פארמאגן, בכל אופן זייער גוט. איך האף נאר אז דו וועסט נישט איבערלאזן אונזער פארום, אזוי ווי אסאך האבן שוין געטוהן ליידער. האלט דיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 19:31 |
|
| |
עס קומט טאקע נישט אריין דא אין דעם אשכול נאר אזוי ווי דער דיין האט עס דא ערווענט קען איך זיך נישט אזוי ארויסדרייען.
צוליב די פילע טרדות וואס מיר גייען דא דורך קען מען נישט צופיל צייט אפגעבן מיט באריכטן די השתלשלות ווי עס האט פאסירט אבער אין מוקדם ומאוחר נעם איך זיך ארויס מיין נאטיץ ביכעלע און וועל דא אראפגעבן וואס קומט ארויס גראד פון מח.
צו דיר האב איך טאקע טענות אז די שאקאלאדע וואס מען האט דארט פאבריצירט איז געווען מתוק לחיך מיט אלע טעמים ביז דו ביסט אהין אנגעקומען און ארויסגענומען די וויכטיגסטע אינגרידיענט.
אויך, נעקסטיים געב אביסל מער אכטונג ווי אזוי דו דרייווסט מיין עראפלאן, ווען דו ווילסט זיך דרייען רעכטס מאך זיכער נישט צו פארן גראד אין וואנט אריין.
פאר איך פארגעס, עפעס דארף געטוהן ווערן צו דעם גרויזאמער וואס איז נעבעך פארדרייט געווארן דארט אין דעם תפיסה צעל, עס איז נישט קיין תכלית, דאס לעצטע מאל וואס איך בין געווען ביי אים האט ער מיר דערציילט אז אים גלוסט זיך מער נישט ארויסצוגיין פון דארט. איך קען נישט דערגיין וואס האט אים אזוי געשמעקט אין דעם לאך, אבער זעט אויס אז די רדיפות דארט האט אים פשוט ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. עס איז טאקע דא א שמיעה אז מען וועט אים בקרוב ארויסלאזן אבער מען קען נישט אזוי גרינג אננעמען דאס וואס זיי פארקויפן, ווייל עס טוישט זיך מיטן ווינט. אויך קען זיין אז צוליב דעם וואס זיין שפראך האט זיך שטארק געמישט מיט מאנגאליש האב איך אים נישט אזוי גוט פארשטאנען, אפשר מיינט ער גאר אז אים גלוסט זיך צו בלייבן אין דעם דערפל וואס די קרעטשמע האט אפגעקויפט. ועוד ועוד יותר ממה שכתוב כאן ראוי להעלות על הדפוס.
ווי לאנג מיר דרייען זיך דארט אין מאנגאליע וויל איך בעטן דעם 'נאטורליכן' יושב ראש וואס זיצט דארט אויבן מיט די רויטע לעמפעלעך זאל איבערגעבן עפעס וואס, וואס ער האט געזען אין דעם הייליג לאנד בעת ער איז ארומגעפארן איבער דער וועלט כמובא שם, ודוק ותשכח.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 18:16 |
|
| |
אוי רבותי וואס זאל איך אייך זאגן, איך האב פשוט נישט געהאט קיין צייט מגיב צו זיין אויף די ווערטער פון מ.ב.קרעמער באטשי, דער עולם ווייסט דאך מיר זענען דא אין מאנגאליע, וואו מ'האט פארכאפט גרויזאמער, בדרך אגב הגם סיקומט נישט אריין אין דעם דאזיגען אשכול, וועל איך אבער דאך זיך נישט קענען ארויסדרייען אזוי פלעין, דער עולם ווייסט דאך די ברייט פארצווייגטע ידיעות וואס דער דאיען האט אין כשרות, און היות רוב פראדוקטן מאכט מען היינט אין כינע, וואס איז א שכן מיט מאנגאליע, האט דער דאיען געפונען פאר א הויפטזעכליכע געלעגנהייט זיך אריבער צוכאפן, אבזערווירן די מצב הכשרות אין כינע, אויף די אלע דזשעליס, פון די מעלאנעס און די באנאנעס, וואס קרעמער האט שוין ערווענט אין אן אנדערן אשכול, אויבצירוואר, האט דער דאיען זיך אריבערגעכאפט מיט דיפלא'ס פליגער קיין כינע, כידוע, קען דיפלא ארומרייזן און ארומשפרייזן מיט זיין דיפלאמאטישן פאס, אלל אווער די ווארלד, און דער דאיען האט זיך אזוי אומגעקוקט און געטראפן מקומות הצריכים תקון גדול, און מיט די הילף און כוח פון דעם גרויסארטיגן דיפלא, האט ער מצליח געווען, אריינצוברענגן די העכסטע סטאנדארטן אין כשרות, ביים שכן אין כינע, וואס נאך אביסל וועט מען נישט רעדן פון אמעריקא נאר פון כינע, (במאמר המוסגר על איך מיר ערלויבן צו פארציילן, א סוד וואס איז נאר אבער ממש נאר פאר די חברי הקרעטשמע, ווער עס ליינט דאס דא גייט אוטעמאטיש אריין אין דעם איסור פון לא תגיד ונשא עונו, און מ'טאר דאס נישט פארציילן פאר קיין שום נברא, ששששש, קיינער הערט נישט? כאף אזוי, די קרעטשמע האט שוין אפגעקויפט א דערפל אין כינע, און מיר וועלן זיין די ערשטע מופערס) אבער פון די אנדערע זייט אין א בחי' פון והי' כאשר ירים ידו וגבר, איז ליידער גרויזאמער פארכאפט געווארן דורך דעם מאנגאלישען קעניג, צוליב וואס דיפלא מיט דעם דאיען זענען אוועקגעפארן אהן זיך געזעגענען, כראוי וכיאות, סאו איצט עט די מאמענט טוט מען אינטערווינירען מיט אלע הויכע אינסטאנצן אז ער זאל באפרייט ווערן נאנט אין אונזערע טעג, דער עולם ווערט געבעטן מתפלל זיין פאר גרויזאמער בן טויבא, דער אויבערשטער זאל איהם באפרייען מיט אלע אידן פון אלע צרות.
איצט צום ענין דער דאיען האט טאקע נישט גערייכערט א גאנץ פסח, נישט צוליב קיין שום חומרא, נאר פשוט סיז איהם נישט געקומען אין טעם, נאך דריי טאג נישט רייכערן, און די צווייטע טעג יום טוב איז דער דאיען נישט גוט געווארן, און ער האט באקומען א שרעקליכע קאלט, און ער האט נאך יום טוב אפילו נישט געקענט רייכערן, נאר איצט די וואך דא אין כינע האט ער אנגעהויבן צוביסלעך צוריק צו רייכערן די פארלאמענט ציגרעטליך פון אמעריקא, וואס ער האט מיט זיך מיטגענומען.
והיה בזה שלום למר ולתורתו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/4/2006 08:57 |
|
| |
א גוטע וואך און א געזונטן זומער
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז דער חשוב'ער דיין האט זיך למעשה נישט פארלאזט אויף זיין אייגענע פסק, און האט זיך געפירט אזוי ווי ערליכע אידן האבן זיך געפירט אין אלע דורות, אז פאר יענעם האט מען מקיל געוועזן, אבער פאר זיך אליין האט מען זיך געפירט לחומרא.
ליינענדיג די שורות האלט שוין דער דייען מסתמא נאכן מאכן דעם סיום אויפן ערשטן שאכטל ציגארעטן נאך דעם לאנגן תענית העישון.
|
|
|
|
|