| נשלח ב-21/4/2006 20:30 |
|
| |
איך פאר אי"ה קיין מאנגאליע
באלד מוצאי שבת אי"ה פאר אים ארויס פונעם קענעדי עירפארט קיין מאנגאליע, א לאנד אין צענטראל אזיע.
די אורזאך פון מיין פארן איז נאכנישט ערלויבט ארויסצוגעבן, אבער אזויפיל זענען מיינע ווארטזאגער צופרידן צו מעלדן פארן ברייטן נייגעריגע מאסן:
דער קריגס מיניסטער פארט קיין מאנגאליע ווי ער וועט וויילן געציילטע טעג, איבער דיפלאמאטישע באציאונגען פון די הנהלת הקרעטשמע מיטן מאנגאלאישע פרעמיער מיניסטער נייאיגאמבאו ענכבאלד.
אין לויף פון די צייט וואס מיר וועלן פארוויילן דארט אין באגלייטונג פון א ענגע צאל ידידים וחסידים, וועלן מיר איינשטיין אינעם עיר הבירה מאנדאלאגאבי וואס געפינט זיך אין דונדגאוו (נישט פארטוישן מיט דורנאגאבי, וואס דארט וועלן מיר אויך אפשטאטן א באזוך אויף געציילטע שטונדען איבערצוגעבן אונזערע אידעאלאגישע צוגאנג צו די ארטיגע פארשטייער).
ווי עס איז צו האפן וועלן זיך אפגעפונען א קליינע מספר אידן וואס וועלן געוואויר ווערן פונעם באזוך און אריבערקומען להתברך ולהתייעץ.
פאר די ידידים ומעריצים וואס ווילן מיטהאלטן פונדערווייטנס, האבן מיר געפענט א וועב זייטל פון די אלע פלעצער וואס מיר וועלן באזוכן
http://www.slackertravel.com/pictures/Mongolia/mongolia.html
איך בין נאכנישט געהעריג באהאווענט אינעם מאנגאלישן שפראך, אבער האפענטליך וועל איך שנעל דערגיין וויאזוי און מיט וואס אינטערצוקויפן די מאנגאליענס.
ווי אויך איז נישט קלאר צו די באהערדע דארט וועלן מיר צושטעלן א מקום לגלוש, און אויב יא צו יענער כלי הטמאה וועט פארמאגן היברו אויף זיך. איך וועל פראבירן צו אפדעיטן דעם עולם, אויב נישט אין אידיש אויף מאנגאליש.
ה' ישמר צאתך ובואך מעתה ועד עולם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 23:45 |
|
| |
סקען טאקע זיין אז מהאט דעם גרויזאמען ארעסטירט. ער איז דאך קיין דיפלאמאט. האט ער דאך נישט קיין דיפלאמאטישע אימיוניטעט.
anyway who cares for him
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 22:22 |
|
| |
האט איינער געזען גרויזאמער?
איז אמת די שמועות אז נצחו אראלים את המצוקים און מען האט אים אריינגעשליידערט אין די מאנגאלישע טורמעס וועלכע זענען באקאנט מיט זייער גרויזאמקייט און ברוטאליטעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 20:52 |
|
| |
אוקיי, מיר האבן נארוואס אפגעשטאט א באזוך אין די אידישע קהילה אין עיר הבירה (וועא"מ) אולען
בעטאר.
עס איז אומגלויבליך אבער א פאקט, וואס איך און התאחדות, סאכדעס און דיפלאמאט האבן מיר זיך
נישט געקענט גענוג אפוואונדערן, עס עקזיסטירט דארט א אידישע קהילה מיט ארום 60 מיטגלידער. און
אלע זענען זיי געבוירענע מאנגאליענס!
צוגעפירט צו די קהילה האבן אונז טאקע די געטרייע מיטגלידער פון די קהילה, די הרחמן פאמילע,
מיר האבן זיך געטראפן מיט הרחמן, אבי, בני, נוני, און זיי האבן אונז צוגעפירט מיט א 4X4.
פרעגנדיג פון וואו זיי האבן געהאט מצות אויף פסח, נעמט מיר דער הויפט ראבינער צו זיין כלי,
און צייגט מיר אויפן נעץ זייטל וואס מען זעט ווי הרב אהרן וועגנאר שליט"א באזארגט זיי מיט
מצות היי יאר צום יום טוב פסח.
http://www.fjc.ru/news/newsArticle.asp?AID=373180
אויף די פראגע וועגן א מקוה זאגן זיי אז זיי ווארטן אויף היימישע קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 20:18 |
|
| |
ווי א גולם האב איך זיך געלאזן צורעדן פון מיין הויכגעשפיצטער אויבערהאר 'דיפלאמאט' ירום הודו והדרו, איך זאל אונטערנעמען די נסיעה צו דעם גרויזאמען לאנד, משטיינסט געזאגט וויל ער נאר אז איך זאל זיך אביסל צולערנען הלכות דיפלאמאטיע און מיר איינגערעדט אז עס איז גאר קליינע פראבלעמען און מען וועט עס שנעל קענען לייזן און איך מיט מיין שארפן צינגל מיט אזא געשמאקע שטאלפערישע שפראכע וועט אן קיין גרויזע צעגערונגען אויסשארפן העסליכע באציאונגען מיטן קרעטשמע.
ארויסגעוויזן האט זיך גאר א צווייטע בילד, דער מצב איז אנגעשטויסן מיט פולווער אויפרייסנדע לופט, און קוים וואס מען וויל מיר אויסהערן. ווי שוין איבערגעגעבן נעכטן אין א געמיינזאמע באריכט צו די כאוויירים. אפגערעדט אז אפי' א געהעריגן קיבארד האבן זיי מיר נישט געוואלט צושטעלן, וכהנה רבות.
איך ארבעט ללא ליאות אן קיין טראפן שלאף, ווייל ווי קען מען דען אפי' טראכטן פון שלאפן ווען מען וועט דיר אריבערפירן דאס בעטל. שטיינס געהערט, א בעטל? איז דען דא אזא זאך דא?
זיך האלטן רואיג, דער אויספירליכער קאנדענסירטער באריכט וועט נאכפאלגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 03:05 |
|
| |
אויב שוין יא עפעס א אידיש פלאץ אין מאנגאליע, אפשר גייען מיר אויף א שבת אהין ? מאכן א 'שבתון'
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 01:21 |
|
| |
גרויזאמער;
קודם כל, איך בין אוועקגעבלאזן פון דיין בילד (וועלכער ביסטו? דער אויף רעכטס [וואס זעהט אויס ווי דער מיט די לאנגע אויערן פון די סטאר-ווארס עפיזאדן] אדער דער אויף לינקס וועלכער דערמאנט זייער שטארק אלבערט איינשטיין'ען)..............
נאכדעם בין איך היינט געוואויר געווארן אז דו הייסט "יואל"! א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט אויף זיכער (איך האב זיך נאר פארגעשטעלט אזוי, ווייל די DEFAULT נאמען אויף היידפארק איז יואל וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 01:13 |
|
| |
ערשט איצט זיך געטראפן מיט דיפלא זאל זיין געזונט און פריש, ער קומט איצט פון דעם קענגיליכן פאלאץ, ער האלט אינדערמיט אנקניפן דיפלאמאטישע באציאנגען מיט די מאנגאלישע מלוכה, צום פארדאנקן דעם גרויסען האמאר וואס האט מיט זיין גרויזאמע געזיכט אפגעשראגן די שער המלך און די עבדי המלך ביי זיין טיווי שאו, און צוליב דעם האט דער דיפלא געהאט זיין געוואלדיגן כוח, און מיהאף מיר זיך באלד צו נעמען צו די ארבייט איבער די מקוה און דאס בית המדרש, דיפלאו עט שוין באלד געבען א פערזענליכע באריכט, דאס איז נאר אויף דערווייל, מ'שטיינס געזאגט, ער איז ביטערליך פ]ארנומען, די קשרים גייען נישט אזוי פון איין מינוט אויף די צווייטע,.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/4/2006 00:24 |
|
| |
לעצטע אפדעיט:
פאר פופצן מינוט צוריק האבן מיר געפינען די הרחמן פאמיליע שפאצירן געמיטלעך אויף אללא אכבאר
שטראססע.
פרטים יבואו.
אוקיי?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 22:13 |
|
| |
גרויזאמער;
ווער וועט זיין דער רב דארט אין מאנגאליע?
מען זאגט א ווערטל אז די שטאט מישיגען פארמאגט נישט קיין רב, ווייל קיינער זוכט נישט דעם טיטול "מישיגענע רב", אלזא ווער אין די וועלט זוכט זיך צו ווערן באטיטעלט אלס דער "מאנגאליען'ע רב"???????
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 22:05 |
|
| |
כ'מיין צו זאגן א ווירטואלע קיבארד ווייל כהאב נישט קיין היברו. נאר מאנגאליש.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 22:04 |
|
| |
איך טייפ דא מיט א פריוויזארישן קיבארד, מיר האבן דא סאכדעס, התאחדות, דיפלאמאט און גרויזאמער.
מיר זענען אין אכא מאבאלע האטעל.
מיר אינטערווינירן דא צו בויען א מקוה און א בית המדרש.
שוין צופיל פאר יעצט, ווייל איך זעה צוויי פארמאסקירטע אגענטן פון די אנדערע זייט גאס.
ביי.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 07:46 |
|
| |
גרויזאמער;
אזוי ווי עס וועט דיר אודאי אויסקומען ארומצורייזן אין די פארשטופטע לענדלעך וואו די רעגירונג הויפטן טוישן זיך שנעלער ווי א פאר אונטערוועש, צייכן איך דיר אן א לינק וואו דו קענסט זען די נעמען פון אלע הויפטן פון רעגירונג מימות די זיבצנהונדערט יארן ביז היינט.
http://rulers.org/
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 07:41 |
|
| |
Mongolia: The ministers from the Mongolian People's Revolutionary Party (including Foreign Minister Tsendiyn Munkh-Orgil, Defense Minister Tserenkhuugiyn Sharavdorj, and Justice and Home Affairs Minister Sundui Batbold) resign. On January 13 the parliament accepts the resignations, bringing down the government of Prime Minister Tsakhiagiyn Elbegdorj. On January 25 the parliament elects Miyeegombo Enkhbold as prime minister. A new cabinet is elected on January 28, including Nyamaa Enkhbold as foreign minister, Mishigiyn Sonompil as defense minister, Nadmidyn Bayartsaikhan as finance minister, and Dorjiyn Odbayar as justice and internal affairs minister.
איך ברענג דיר אראפ דעם שטיקל פון "RULERS.ORG", עס איז קריטיש וויכטיג אז דו זאלסט וויסן דעם ריכטיגן ערשטע נאמען פונעם פרעמיער... עס איז נישט "נייעגאמבא" נאר "מיאגאמבא", דו קענסט זיך נאך פארדינען טויט שטראף חלילה אויב דו וועסט שלעכט ארויסזאגן דעם ערשטן נאמען פונעם פרעמיער מיניסטער, דארט זענען זיי זייער מקפיד אויף זעלבסט ווירדע.
תוקן על ידי - קרעמער - 23/04/2006 7:43:49
 |
|
|
|
|
|