בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברוך דיין האמת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/4/2006 01:55 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת

כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר רבי משה טייטלבוים זצ"ל



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/4/2006 15:43 לינק ישיר 

היות קיינער דא וויל נישט אז עס זאל חס ושלום געשעהן דא אין קרעטשמע קיין מכשולות (וד"ל) וועל איך איבערגעבען א קורצן באריכט איבערן לויה אין ק"י, און נאכער וועל איך פארשפארן דעם אשכול, ביז עס וועט פארקומען א קהל'ס מיטונג, אוקיי.

געהייסן האט אז די לויה וועט זיך אנהייבן 2:30 אינעם קרית מלך רב, שוין פון פון האלבער צוויי האט מען געקענט זעהן ווי די גאנצער עולם וואס איז נישט אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, און די וועלכע האבן נישט געקענט זיין ביי די הוק אפ (וואס איך האב נאכגעהערט אז עס איז געווען זייער נישט מסודר) ווי אויך אלע געסט פון אויסלאנד (קאנאדע וכדומה) וואס האבן נישט געקענט מאכן די לויה אין שטאט, הייבן אן צו שטראמען צום בית המדרש הגדול אויף גארפיעלד, מערערע גאסן איבערן שטעטל זענען אפגעשפארט געווארן, ווי אויך האט מען אנגעזעהן גרויסע פאליציי כוחות איבער אלע גאסן אינעם שטעטל און אויסערן שטעטל.

צוביסלעך איז דער עולם אנגעהויבן אנצוקומען פון שטאט, (איך בין אנגעקומען בערך צוויי אזייגער) און צוויי דרייסיג האט מען זיך שוין אנגעהויבן פילן צושטיפט, אזוי איז דער עולם געשטאנען ערענסט און געווארט אז די מיטה פון כ"ק מרן רבינו זצוקללה"ה הכ"מ זאל אנקומען מען זאל קענען אפגעבן דעם לעצטן כבוד הראוי.

למעשה איז דער ארון אנגעקומען הערשט 3:20 בערך, א גרויס התעוררת האט איבערגענומען דעם גאנצן ביה"מ ווען ר' עזריאל האט אז אויסגערופן דעם מאנטריאלער רב זאל אנהייבן מיט דברי הספד, מען האט געקענט טאפן אין די לופט די נאנטשאפט וואס דער גאנצער ציבור האט געהאט מיטן רבי'ן זי"ע הכ"מ.

נאכן מאנטריאלער האבן מספיד געווען דריי סאטמארע דיינים, הרה"ג יח"מ פריעדמאן שליט"א (וויליאמסבורג), הרה"ג געציל בערקאוויטש שליט"א (ק"י), הרה"ג משה מנחם טירנויער שליט"א (מאנטריאל).

נאכדעם האט דער עולם מיט אראפ געלאזטע קעפ און פארטרערטע אויגן ארויסבאגלייט דעם ארון פון ביה"מ, די שיירה צובראכענע חסידים האבן ארויפגעוואקט מרדכי שעהר באלעווארד ביז סקאנענמאנק ראוד ארויף צום בית החים, ווי מען האט נישט אריינגעלאזט דעם ציבור, נאר משפחה.

דער עולם איז נאכגעבליבן שטיין דארט אינדעררויסן נישט קענענדיג זיך אפרייסן פונעם רבי'ן זי"ע הכ"מ, אבער צוביסלעך האט מען זיך געמוזט שטארקן און אהיים גיין מיט א צובראכענעם געמיט שכבר עלה השחר, אזוי האלב זעקס אינדערפרי איז דער עולם זיך צוגאנגען, מיט א תפילה לקל נורא עלילה, אז יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ומחה השם דמעה מעל כל פנים, אמן.

נ.ב. איך בעט אנטשולדיגונג ביים עולם, איך ווייס אז עס זענען דא בעסערע שרייבער פון מיר וואס וואלטן געגעבן א בעסערן באריכט, אבער כדי עס זאל נישט ווערן קיין פראבלעמען, האב איך ברובירט מיין בעסט, איך האף אז דער ציבור וועט מיך פארשטיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2006 05:35 לינק ישיר 

אזוי ווי אלע קרית יואל'ער מיטגלידער האבן געהאט גענוג צייט זיך אויסצורוען במשך'ן טאג, האפן מיר אז יעצט אויפדערנאכט וועלן זיי אפגעבן א שטיקל באריכט איבערן סדר הלוי', וויאזוי עס איז צוגעגאנגען אין קרית יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/4/2006 08:56 לינק ישיר 

יעצט קומען מיר פון די לוי' אין וויליאמסבורג, מאסן מענטשן געשאצט אין די שווערע טויזנטער האבן אפגעגעבן דעם לעצטן כבוד פאר מרן מהר"ם ט"ב מ'סאטמאר זצ"ל, שעות ארוכות איז מען געשטאנען צושטופט און צעדרוקט אויף די גאסן ארום און אינעם גרויסן בית המדרש אויף ראדני סטריט, און מיטגעהאלטן די ווארימע הספדים פון בניו וחתניו הרבנים שליט"א, וועלכע האבן זה בכה וזה בכה ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן אבידה וואס דער דור האט געליטן מיטן פטירה פון דעם שריד דור הישן.

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, המקום ינחם אותנו בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות, ובא לציון גואל בב"א.

(דער עולם פון קרית יואל ווערט געבעטן אראפצוגעבן א קורצע באריכט וויאזוי די לוי' איז דארטן צוגעגאנגען).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברוך דיין האמת
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext