בית פורומים היימישע קרעטשמע

רעפענדרום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2006 23:17 לינק ישיר 
רעפענדרום

מורי ורבותי לא עת לחשות, סיז גראדע נישט לייכט אויפצוברענגן אזא האקעלע נושא, אבער אז די צייט האט דאס צוגעברענגט, האב איך נישט קיין אנדערע ברירה.

ווי באוואוסט, דא ביי אונז אין קרעטשמע, האט יעדער מיטגלידער אין דארף, מער ווי איין נאמען, דאס הייסט אזוי פאר די סי איי עי איין נאמען פאר די פיי סאמעך א צווייטע נאמען פאר די קרעטשמע אויף איין טישל א דריטע נאמען, און פאר אן אנדערן טישל א פערטן נאמען, און די זעלביגע זאך אין שוהל האט יעדער לפחות צוויי תפילן בייטעלך מיט אנדער נאמען אויפגעשריבן, מ'שטיינס געזאגט, אז מ'זאל אלעמאל האבן מנין, און בעיקר אז מ'זאל נישט כאפן אז דאס איז דאך דער זעלביגער פון הוידא נאנאש, אקיצור לאמיר נישט מאריך בדבור זיין אזויפיל, און לאמיר צוקומען צום ווארט, סיפארשטייט זיך, אז דאס איז א גלייכע זאך אז קיין שום פרעמעדער פארשוין וואס פאלט אריין אין קרעטשמע פאר א קורצע צייט, זאל טאקע נישט וואוסען אז ווען קרעמער שרייט עפעס און א צווייטער פון א דריט טישל שרייט עפעס צוריק, מעג ער טאקע מיינען אז דאס איז גאר אן אנדערער פארשוין, אבער צווישן אונז חברי וחכמי הקרעטשמע, וואלט איך יא געהאלטן אז מ'זאל זיך ארויסגעבן איינער פאר דעם אנדערן אין אישית, די אנדערע נעמען לפחות וואס מ'נוצט אין קרעטשמע, אמער זאל מען כאטש וויסען אז אמאל שרייט עמיציר אויף זיך אליינ'ס, נישט מ'זאל חס ושלום מיינער ווען התאחדות שרייבט א שארפע תגובה פאר סאכדעס, אדער פאר איינע פון זיינע אנדערע ניקים, זאל דאס כאטש אויסקוקען אביסל נארמאל, איך טוה נאכאמאל מדגיש זיין, אז פאר דעם פרעמדן אוילעם גוילעם וואס נעמן נישט א גלייכען חלק אין די קרעטשמע זאל דאס ווייטער אויסקוקען ווי ביז היינט, אבער צווישן זיך מעג ווען הערשן אזא נאנטשאפט, כאף נאר אז דע ניקים זענען נישט נאר צוויי מענטשן השם ירחם, נו רבותי ענפערט וואס איר האלט.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2006 01:42 לינק ישיר 

איך וויל עפעס אנדערש וויסן פאר איך שיק אריין אלע מיינע ניקס צו די היימישע קרעטשמע מיטגלידער:

ובכן, מיהו יהודי, ווער הייסט א פראמינענטע קרעטשמע מיטגליד?

אנדערש ווי אנדערע פורומים, וועלכע זענען באגרעניצט פאר ליינער אדער שרייבער, איז דאך די קרעטשמע אן אפענער פורום, וואו יעדער האט רשות כתיבה, ווילאנג ער שרייבט לויט די תקנות, נו, זאג מיר מיין פריינט, ווער איז זוכה אנגערופן צו ווערן א מיטגליד - מיט וועמען מען ברויך מיטטיילן די סוד פון די ניקס - און ווער איז נאר א פארבייגייער אדער צייטווייליגער גאסט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/5/2006 01:16 לינק ישיר 

און רעד מיר אדער וועם דו ווילסט איין אז ווען דו וועסט באמערקן ווי דער ניק טענה'עט מיט זיך אליין וועסטו אדער אנדערער וואס ווייסט אויך דעם גרויסן סוד זיך קענען איינהאלטן און נישט זיך אריין מישן אויף אזא אופן וואס יעדער וועט באמערקן און געוואר ווערן דאס וואס דו ביסט געוואר געווארן אין אישי

מיט דרך ארץ אינטער געשריבן
                       איך_הער (איך האב נאר איין ניק )



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > רעפענדרום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext