בית פורומים היימישע קרעטשמע

חסדי ה' כי לא תמנו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2006 17:37 לינק ישיר 
חסדי ה' כי לא תמנו

א פונקטליכע באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן, איך וויל זיך ביזדערווייל גיין צולייגן.

אוקיי?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2006 01:41 לינק ישיר 

נאכן ערהאלטן שרעקליכע סטראשונקעס אזש ביז טויט דראאונגען מטעם די 'גרויזאמע' פאמיליע, וויל איך דא עפנטליך ארויסגעבן מיין איינגעהאלטענעם קאמפלימענט אויף דעם הערליך שיינעם באארבעטן ארטיקל וואס דער גרויזאמער אליין האט דא געשריבן מיט זיינע לעצטע כוחות און לאנגע נעגל.

עס איז וואונדערבאר שיין, עלעגאנט אראפגעלייגט, מיט זאפטיגע מליצה/לצה'ס אין די זייט וואס געבן נאר צו צום אזוי אויך געשמאקן טעם פון דיינע תגובות.

(קען איך שוין אויסטאן דעם בולעט פרוף וועסט?)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2006 00:10 לינק ישיר 

איך_הער;

איך מוז דיר געבן א קאמפלימענט אויף דיינע פראפעסיאנאלע גראמען, עס איז געוואלדיג!




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 23:57 לינק ישיר 

דיפלא איך וויל דיך איבערבעטן
איך האב חלילה נישט געוואלט אויף דיינע געהירן טרעטן
איך האב נאר דיין טובה געטוהן מיינען
אז די זאלסט קודם דיינע ווערטער איבערליינען
און צופיצן און באשיינען
און נישט נאכדעם דארפן באוויינען
מיט דיין נייע תגובה טוהסטו מיר א מעשה דערמאנען
א עם הארץ אין שול און די פארגאנגענהייט געווען פארהאנען
מיט זיין באסעווע שטימע פלעגט ער זיינע עמעראצעס ווערטער לאזן הערן
אז פון אזוי סאך לאכן פלעגט שוין קומען טרערן
ביז זיינע קינדער האבן ביי אים פויעלן
אז זיין מויל זאל ער אביסל אויעלן
אז ווען מ'מאכט עס אויף זאל עס נישט מאכן קיין גרודער
און אזוי וועט מען מער נישט לאכן פון זיינע גרייזן און לידער
אבער שבת אינדערפריה מ'הערט קולות אדירים
נפשת בחורך כמסו ים לצצו כעורפת בימים ארידים
די געלעכטער דארט איז דאך נישט זיך פארצושטעלן
ווי דער עולם האט פון די ווערטער געטוהן קוועלן
די קינדער זינקען איין פאר בושות
און גייען צו אים פרעגן אין אישית
מ'האט דאך עפעס געטוהן אפשמועסן
אז הויען קען מען נאר ניסען און היסען
דער טאטע גיט א שריי מיט א חיות און נישט פויל
איין פסוק וואס איך קען שוין יא טאר איך אויך נישט זאגן אויפן קול
צוריק צום ענין איך האף אז צו דעם משל פעלט נישט קיין הסברים
.....  אז מ'קען נישט גייט מען זיך לערנען ביי רעביס מיט חברים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 18:00 לינק ישיר 

איך פיל זיך געטראפן

אזוי צובראכן

קוים איך פרוביר א צו מאכן א גראם

מאכט מען אזא טאראראם

אן קיין רחמנות

מאכן אזא ביישנות

דאס בלוט ארויסצוצאפן

מיר אינגאנצן צו צעקלאפן

איך בין נאך א תינוק בן יומו

און פארמאג נישט חכמת שלמה

צו וויסן און פארשטיין

ווי אזוי עס דארף גיין

ווי האב איך דאס געברויכט צו לערנען

און עס גוט צו קענען

אז דער בדחן זאל דאס קענען דערטראגן

און מיר נישט פון דא פאריאגן

און אפשר זאל ער טאקע געבן א שיעור

אז דער עולם זאל קענען אריין אין גיער

און עס זאל גיין ווי געשמיסן

אז יעדער זאל גוט וויסן

און זיך נישט דארפן צוברעכן די ציין

עס זאל געשמירט גיין


***********

גרויזאמער,

ווייסט טאקע נישט וואס האט פאסירט מיט מיר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2006 04:21 לינק ישיר 

העי גרויזאמער;

טעיק איט איזי, וועלקאם בעק, ווי רילי דידנט מיסס יו טו מאטש (דשאסט קידינג).

שריי נישט אזוי הויך, אז דו האסט געקענט אויסהאלטן דעם מאנגאלישן גרויזאמער פאר א גאנצען שטונדע, מעגסטו אויסהאלטן איינעם וואס דו נערווען שפילן אים.

איך האב הנאה אז דו ביסט שוין צוריק, און איך מיין אז א יעדער איז מסכים אז דו זאלסט זיך צוריק קערן מיטן פולסטן שיין, אבער איך וויל דיר שטארק בעטן בכל לשון של בקשה (וואט עווער איט מינס), קיט יור נייס וואוס עטליסט וואן טאון דאון, אוקיי, אז נישט וועלמער מוזן אנריכטן אן עקסטערן קבלת פנים אינען פייטונג עריע.

ביי די וועי, קרעמער; איך ווארט נאך אויף מיין טיפ, פארן אנפירן די קאמאנדא דארט אינעם פארשטיפטן מאנגאליע, יישר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 03:44 לינק ישיר 

דער וואס דרוקט די צפיות און עס גייט ארויף מיט פינף צפיות יעדע מינוט. טוה א טובה און רוה איין!!!!!!!!!!!!! אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 03:16 לינק ישיר 

ככככככככככאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא


מיינע לעפצן זענען נאך האלב פארקלעפט פון די שרעקליכע דראגס וואס די חברה האבן מיר איינגעשפריצט, מיינע פינגער טייפן שוין נישט ווי אמאל ווייל די קיבארד קנעפלעך באגעגענען צום ערשט די לאנגע חרוב'דיגע נעגל וואס כהאב שוין נישט אפגעשניטן זינט יענע ראש חודש. עס קומט מיר אן דאס שרייבן זעהר שווער, אבער זעהר שווער!

נאר וואדען? פון די באקוועמע אמעריקע ביז די פארגעשטינקענע מאנגאליע איז פאלג מיר א גאנג, איך מוז אייך מיטיילן מיט שיינס געזאגט, וויפיל איך וועל קענען, בציקער נמרץ, אן קיין א-רוחות,


עעההההההההה, צינד אן די נאפט לאמפ!

האאאטשווו!!!! צום געזונט.

אויסגעקוקט האט אז אלעס וועט פארן ווי די סי די אינעם סידי בורנער, אבער ליידער ליידער באבותינו הרבים, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, עס האט פאסירט עפעס זעלטן!

פון אנהייב האבן מיר אנגעקניפט גאר נאנטע באציאונגען מיט די מאנגאלישע פאליטישע פארשטייער, אזוי ווייט אז דער מאנגאלישע פרעמיער מיניסטער האט מיך אינטערוויוט פאר א האלבע שעה, און האט צוגעזאגט א פולקאמע קאפעראציע מיט די קרעטשמע מיטגלידער (אויף יאנאש האט ער געהאט געוויסע טענות, אבער מיר האבן אים צוגעזאגט אז די רצפה וועט שוין זיין אויפגעקלינט פון היצט און וויטער ווי געוויינליך) [אדער אין ריכטיגן אידיש: געוואוינליך,  דהיינו ווי צוגעוואוינט].

נו איז דאך אלעס גוט?

ווען עס איז געקומען די ביטערע מסירה, סארי, בשורה אויף די פטירה פון די רבי פון סאטמאר זצ"ל האבן מיר אינטערגעגארטעלט די לענזן, זיך אנגעשפריצט מיט שפרענג וואסער, איטליכע פאר יעדע קאפצאל, מיט א פייער אמפער האבן מיר מיט איין וויו געשמיסן די אויסגעמאגערטע פערדלעך, און יאלא! ויסעו! ווויווווווווווווווווווו

נו איז דאך גוט?

קומען מיר אן צום גרעניץ וואך-שפיץ, דער מאנגאלישע וועכטער איוואן דער גרויזאמער מאכט א אחת למעלה מיט זיינע ברילן וועלכע זענען געפלויגן ארויף ביזן לעצטען קנייטש פונעם קאמיניסטיש-געשטימטע מצח, צוגעגארטעלט מיט א שווארצע לשון של זהורית ביזן אויער לעפל, די אויגן ברעמען פארגלייזן זיך אויף אראפ און לאזט אפען א פחות מכשיעור כדי צו קענען מיטהאלטן וואס די שווארץ אפעל פארלאנגט, אראפ מיט די נאז שלא כדרך הנאזן. נעמט די פאספארט אינעם האנט, די קאפ ארויף, די אויגן אראפ, די גלעזער ארויף, די נאז אראפ, און ליינט....

מיר שטייען אויף שפילקעס, ער ליינט און ליינט, סגייט דורך פינף מינוט, פופצן מינוט, א האלבע שעה, א שעה! ער ווערט נישט פארטיג. וואלט איך געקענט וואלט עך געטוהן דאס וואס ער העט ווען געוואלט, איך וואלט ארויסגענומען מיינע נערווען און אים דערלאנגט ער זאל דערויף שפאצירן כאדם העושה בשלו און מעך לאזן לויפן.

אבער די נערווען איז דאך נישט קיין מטלטלין, מוז ער דייקא שפאצירן דערויף ווען עס ליגט ביי מיר אנגעצויגן ווי א אויפגעבלאזענע באלאן, און מיר שטייען און ווארטן. דיפלא ווערט מיעד, סאכדעם שפרינגט פון די הויט. און עס ווערט שוין צוויי שעה וואס דער אנגעפראסענע מאנגאלישע גרויזאמער (נישט פארטוישן מיטן אמעריקאנעם גרויזאמער) זיצט מיט א רואיגקייט און ליינט און ליינט ווי עס העט ווען געווען ערב פסח שחל להיות בשבת נאך חצות.

נו איז דאך גוט?

אריבער צוויי אהאלב שעה, און די דריי באלאנען האבן זעך גענומען פלאצן, צום ערשט סאכדעס. "העי סור, ווי וואנע גאו, האו לאנג ווי וויל וועיט???""

"אריין אין טורמע!" געבט ער א שריי אין אידיש אבער אינעם מאנגאלישע אקצענט. און ברגע כמימרא קומען צו שפראצען די עי. טי. אר. עיטש. דאבל יו. זי. טרופן (אזויווי דא די עף. בי. איי.) בינדען די האנט אויף אנידער, און נעמען אים צו די ווייטע סיביר, אדער ווייסעך וואו.

"וואטס גאונג אן העיר" רוף איך זיך אן

העי! אריין אין טורמע!

מיין שיקזאל האט מיטגעטיילט דאס זעלביגע, מען בינד די האנט און מען זרקט מיך אריין אינעם טענדער, און גיי ווייס אוואו מען האט מיך אפגעדראפט, ווייל יעצט אפאר טעג דערנאך טרעף איך זיך דאהי אין אמעריקא אין מיין צימער, אויסגעשפרייט אויפן סאפע.

וואס עס איז געשען מיט דיפלא ווייס עך דאך נישט.

איך ווייס נישט צו די אנדערע צוויי זענען שוין יא דא, ווער ווייס?

איך וויל זיך דא באדאנקן פאר די וואס האבן ארלעדיגט די קאמאנדא אקציע, און מיך אריבערגעפירט דאהי קיין אמעריקא, איך וועל אים עס קיינמאל נישט פארגעסן! אוקיי?

די מאנסע האט זייער אסאך פיטשיווקעס, זאלץ און פעפער, חריף און טחינה, אבער ווי געזאגט ווייס עך נאכנישט קיין איינצלהייטן, און דאס וואס עך ווייס יא בין איך אויך נאכנישט ערלויבט ארויסצוגייבן.

אוקיי?

יא?









דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 22:58 לינק ישיר 

איך וויל בעטן יעדן באזונדער
די גרויסע און קליינע קינדער
זאל נישט שפעטן חס ושלום
נישט בהקיץ און נישט בחלום
פון אונזער פריינט דיפלא
וועלכער איז אביסקעלע סלאו
זיין גרויסע ברודער דיפלאמאט
לערנט אים אויס מיט די צייט
וויאזוי צו זיך צו באנעמען
ער זאל זיך נישט מיט אים שעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2006 22:53 לינק ישיר 

דיפלא אויב ביסטו פארן גראם געווארן באצאלט
קען עס נישט זיין אנדערש געמאלט
נאר אז קיין מענטש טוהסטו נישט זיין
און די נארסט יעדן אריין
מיט וועלעכע רעכט
שטעלסטו אויס א גראם אזוי שלעכט
נעקסט טיים לייג אריין אביסל מער קאפ
אז ס'זאל שטימען א יעדע טראפ

אז נישט ביסטו צו סאך נישט אנדערש פון יענעם בדחן וואס האט געטוהן הויעך שרייען
אז נאר זיינע גראמען קען מען פארדייען
ווייל ביי אים טוהט א יעדעס ווארט שטימען
און נישט נאר די לעצטע ווארט טוהט מיט א גראם קומען
ווי למשל : דער חתן איז א תלמוד חכם
דער חתן איז א תלמוד חכם
דער חתן איז א תלמוד חכם
דער חתן איז א תלמוד חכם
און אזוי האט ער געזאגט אז ער האט שורות אסאך
און ער וועט אזוי לאנג צו לייגן ביז מ'וועט נאך פאר יעדע שורה געבן א לאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 22:43 לינק ישיר 

חברה, איר מיינט עס איז א וויץ/ווערטל/דזשאוק, דער גרויזאמער שלאפט אזוי טיעף אז איך הער אים שנארכעצן ביז דא, אין וואטיקאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 22:26 לינק ישיר 

עס כאפט א שארך

וויפיל ער איז דארט דורך

וויפיל צער און ליידן

מען האט אים געטוהן גענאדן

קומט ער זיך דא לייגן

לאזט מען אים נישט זיך וואגן

עס לייגט זיך נישט אויפן זינען

אזויפיל נישט לאזן פארגינען





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2006 22:14 לינק ישיר 

און ער שלאפט נאך אלץ , כעניינע הארע
נאר וואס דען וויאזוי זאגט נאר יענער אבי מ'לעבט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 17:43 לינק ישיר 

צולייגן?

זיי נישט קיין צולייגער, און לאז אונז נישט צוגיין פאר נייגער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חסדי ה' כי לא תמנו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext