בית פורומים היימישע קרעטשמע

מספר הצפיות: איך וויל פארשטיין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2006 01:54 לינק ישיר 
מספר הצפיות: איך וויל פארשטיין

עס איז מיר זייער מאדנע צו זען אז אשכולות וואס האבן זיך היינט געגרינדעט זאלן האבן דריי אדער פיר הונדערט צוקוקער, טראצדעם וואס די מספר התגובות זענען גאר ווינציג. עס שיינט מיר ווי איינער האט זיך אראפגעזעצט אויף זיין ריפרעש באטען און האט זיך געלאזט וואוילגיין דערויף, אנדערש איז מיר באמת שווער צו פארשטיין פארוואס די פאר אשכולות פון היינט ווירבלען מיט צפיות בעת אין א געווענליכע טאג וועט איר נישט טרעפן מער ווי פופציג אדער הונדערט צפיות אויף א דורכשניטליכע אינטערסאנטע (וועלכע אשכול איז דען נישט אינטערסאנט דא אין די קרעטשמע?) טעמע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 19:25 לינק ישיר 

יגרסהדותא

הדא הוא דכתיב טענו בחיטין והודו לזכר קדשו, איך האב גאר אנדערש פארשטאנען פשט אין דיינע ווערטער, און נאר דערפאר איז מיר שווער געווען, האב איך איבערגעפרעגט.

ווילסט הערן וויאזוי איך האב פשט געלערנט דערין? עס איז אביסל טיף, אבער דא האסטו עס:

איך האב פארשטאנען אז דו מיינסט דא ארויסצוברענגן אז אין מיינע ווערטער ליגט ערגעץ וואו באהאלטן אן אנדייטונג אז פון "די גאנצע וועלט" (איבערטייטש פון "כל העולם כולו") קומט מען דא אהער קוקן. דא לאכט מען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 18:55 לינק ישיר 

יגר אויב ווילסטו מיט פעטש האמער א שטובל שפעציעל פאר דעם צוועק אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 17:52 לינק ישיר 

בענעדיקט, איך קען דיר עס מסביר זיין מיט אפאר וועגן.

מיט א משל

מיט פעטש

לאמיר פרובירן גראדערהייט, דאס איז וואס איך האב געשריבן: עפעס גאר א גוטע דזשוק ליגט צווישן דיינע שורות אז פון די גאנצע וועלט קומט מען קוקן דעם אשכול.

ס'מיינט אין אידיש: דו האסט געשריבן זייער א געלונגענער אין גוטע זאץ, והא ראי', פון די גאנצע וועלט ווער ס'האט געהערט אז בענעדיקט האט עפעס געשריבן, איז גראד אהערגעקומען צו לויפן אין עס געוואלט זעהן. און וועגן דעם איז די מספר הצפיות פון דעם אשכול אזוי הויעך.


דאס איז אויב איך בין עס מסביר געהעריג, אויב דו פארשטייסט נאך אלטס נישט, קען איך דיר עס מסביר זיין מיט אנדערע אופנים, ווי אויבן דערמאנט.

לאז מיך וויסן וואס איז געווארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2006 00:03 לינק ישיר 

יגרסהדותא

די ווערטל איז גאר א גוטער און טיפער, אבער וואו אין מיינע ווערטער שטייט אז מען קומט אהער פון די גאנצע וועלט? (איך בעט נישט אז דו זאלסט מיר באצאלן אויף די האלבע שעה וואס איך האב איבערגעליינט מיין תגובה איבער און איבער און איבער און איבער, סתם, זאג מיר ביטע וואו דו האסט דאס געזען).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2006 18:21 לינק ישיר 

בענעדיקט, עפעס גאר א גוטע דזשוק ליגט צווישן דיינע שורות אז פון די גאנצע וועלט קומט מען קוקן דעם אשכול...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2006 03:28 לינק ישיר 

בעני A1!!!!!!!!!!!!!! בעסער קען ניט זיין די פלאן גייט ווי געשמירטע רעדער איך האב געוואלט זען וואס דו גייסט אפלייקענען, דאס אז דו רוקסט די צפיות אדער דאס אז דו ביסט א מאנגאליען. קום ארייין אין פייטינג עריע! נו לאטס אדורך! ניין ניין, רייס זיך נישט אויס, פראביר ניטאמאל! קום! אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2006 02:09 לינק ישיר 

כדי להוציא מלבן וויל איך דא מוסר מודעה זיין אז אונזער פאמיליע האט גארנישט קיין שייכות מיט די הרחמן פאמיליע פון מאנגאליע, ווייל אונזער חשובע הרחמן פאמיליע זענען שוין אפשטאמיגע פון דורי דורות אלטגעזעצענע קרעטשמע זיצערס און אונזער עלטער עלטער זיידע האט זיל באזעצט דא אין קרעטשמע יצ"ו נאך לאנג איידער אנטדעקונג פון מאנגאליע, ע"כ האבן מיר גארנישט קיין שייכות מיט די פאמיליע הרחמן פון מאנגאליע, ובזה יצאתי ידי חובתי כמאמר חז"ל (ברכות לא ע"ב) הנחשד בדבר שאין בו צריך להודיעו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/5/2006 00:09 לינק ישיר 

לויט ווי איך קען די הרחמן פון פאמיליע פון מאנגאליע איבערהויפט בעני געפעלט צו מיין ארימען דעתי, אז טאקע דער בעני איז דער וואס רוקט די צפיות. מטשיינס געזאגט. אוקיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 22:38 לינק ישיר 

צו דער באג איז געווען ביי אנדערע פורומים אויך ווייס איך נישט ווייל איך האב נישט פרובירט, און עס קען אויך זיין אז דער באג איז געווען נאר היידפארק אליין און נישט אויף מסורת ממילא אנדערע פורומים וואס ווערן געקוקט דורך אסאך מסורת נוצערס זענען די נומערן ארויפגעגאנגען נארמאל,

אויף די צווייטע שאלה צו יעצט איז עס נאך אלס דא, לכאורה קוקט יעצט אלעס אויס געהעריג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 21:42 לינק ישיר 

בן הרחמן;

איך בין (כמעט) קיינמאל נישט מחולק מיט דיר...

זאג מיר נאר, איז די באג וויירוס אויך פארגעקומען ביי אנדערע פורומים? אדער האט דאס א שייכות מיט אן אלקאהאל לעוועל וואס איז איבער די מאס.

אויך, איז דאס שוין פארהיילט? אדער שפרינגן נאך יעצט ארויף די ציפערן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 18:32 לינק ישיר 

איך בין כמעט ברור אז עס איז נישט קיין פראבלעם פון איינעם פון די גולשים ווייל וויאזוי האט יענער געוואוסט פונקטליך וועלכע אשכול איך בין מעיין און גיין דארטן ריפרעשן ווען איך בין דארט, און עס איז נישט מסתבר אז עס האט זיך פונקט געמאכט ווייל איך האב עס אויספרובירט ביי עטליכע אשכולות ביי עטליכע געווען אריין און ארויס און ביי עטליכע געווארט אפאר מינוטן און אזוי האב איל באקומען מיין אפשאצונג, עכ"פ איך בין כמעט ברור אז דאס איז עפעס א באג אין די סיסטעם, מעגסט מחולק זיין אבער עס כמעט נישט מסתבר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 15:06 לינק ישיר 

פאר מיין ארימע שכל געפעלט מער צו זאגן אז דאס איז א באג אין די מח סיסטעם פון איינער פון די גולשים יקרים, הגם ווען בן הרחמן האט געשריבן זיינע שורות איז שוין געווען שפעט ביינאכט לכאורה, האט אבער דער יעניגער אויך געהאט ווייזט אויס א שלאפלאזע נאכט.

איך האף אז זיין פינגער האט זיך שוין ערהוילט פונעם דריזל אויפן ריפרעש באטען, רפואה שלימה בתושח"י.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 10:30 לינק ישיר 

איך האב אויספרובירט ביי עטליכע אשכולות און איך האב באמערקט א אינטערעסאנטע זאך, אז אויב מען גייט אריין אין א אשכול אין מען איז דארט נאר פאר א מינוט און מען גייט ארויס פונעם אשכול, דאן רוקט זיך ארויף מיט צוויי נומערען, אבער אויב מען בלייבט ביי יענע פעידזש פאר א אפאר מינוט (למשל איינער וואס האט נאכנישט געליינט די גאנצע אשכול) דאן רוקט זיך די נומערען אין גרויסן מיט צענדליגער אדער אפילו הונדערטער, דאו פיגאר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/5/2006 10:08 לינק ישיר 

מיר קוקט אויס ווי עס גייט נישט אין די הונדערטערס נאר גאר אין טויזענטערס, לדוגמא דער דאזיגער אשכול האלט שוין יעצט ביי איבער 6 טויזנט מיט דריי הונדערט באזוכערס, לכאורה איז דאס א באג אין די סיסטעם.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מספר הצפיות: איך וויל פארשטיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext