בית פורומים היימישע קרעטשמע

ער פאסט שוין א וואך צייט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2006 05:57 לינק ישיר 
ער פאסט שוין א וואך צייט

אזוי ווי איר הערט.

באזוכענדיג היינט אין שפיטאל ביי א חולה ל"ע (ה' ישלח לו רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל) קומען אן צו מיינע אויערן אזעלכע ווערטער, ארויסגעזאגט געווארן דורך א קראנקן-ברודער וועלכער האט געמאכט זיינע רוטינע רינגן (ראונד"ס בלע"ז) ביי די פולע פאציענטן: צייג מיר נישט די קוקיס, ווייל איך פאסט היינט...

ווען דער קראנקן-ברודער (אויב דו ווילסט איז ער א דאקטער גאר) איז אנגעקומען נאך א קורצע וויילע צו באאבאכטן דעם פאציענט וועלכן איך האב באזוכט, האב איך זיך גענומען די קוראזש און אים אנגעפרעגט דערוועגן: איז עס אמת אז דו פאסט היינט? און פארוואס?

ער זאגט מיר: יא! איך פאסט זיבן טעג!

איך קוק אים אן מיט ווינדער (ער האט זיך פעסט ארומגעדרייט צווישן די בעטן, מיט א שפרונג אין זיינע פיס, האט נישט אויסגעזען אזוי נעבעכדיג ווי איך זעה אויס נאך א טאג פאסטן), און געב אים א פרעג: דו עסט נישט און דו טרינקסט נישט?

דא האט ער שוין דערזען מיט וועמען ער האט צוטאן, א נייגעריג אידל האט זיך אנגעטשעפעט אין אים.. האט ער זיך גענומען ערקלערן: איך בין אן אינדיאנער-אמעריקאנער, מיר האבן אזא סארט חגא וואס מיר פאסטן דערביי א וואך צייט, זיבן טעג נעמען מיר נישט אריין קיין שום עסנווארג אין זיך. וואסער טרינקן מיר אבער יא, און קאווע איז אויך ערלויבט, צוליב דעם וואס עס פארמאגט נישט קיין קאלעריען.

איך פרעג אים: דער וויפעלטער טאג איז היינט? זאגט ער מיר: היינט איז שוין (ב"ה) די זעקסטע טאג! און ער געט אן אטעם אפ...

איך האב זיך גענומען די דרייסטקייט און אים געפרעגט: וויאזוי קענסטו זיך האלטן אין אזעלכע גוטע ספיריטס (מצב רוח, גייסט)? האט ער מיר מסביר געווען אז ווען ער באדינט זיינע פאציענטן איז ער אלץ זייער גוט אויפגעלייגט, ווייל ער שפירט אז ער טוט עפעס אויף פאר די מענטשהייט (נעמט ארויס פון דא א מוסר השכל!).

הכלל, ביי מיר איז דאס געווען נייעס, און איר ווייסט דאך אז יעדע נייע זאך וואס איך ווער געוואויר, פרוביר איך דאס מיטצוטיילן מיט אייך, מיינע חשוב'ע קאלעגעס און גוטע פריינט, און דאס איז די ציהל פון מיינע רייד, א גוטע נאכט!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/5/2006 04:37 לינק ישיר 

אללוועיס;

די מעשה פון דודי בלעין זכרונו לסרחה האט שוין קרעמער להבדיל באשריבן אין א
באזנדערן אשכול. עניוועי טענק יו פאר די לינק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 07:21 לינק ישיר 

דא קען מען זען די נייעס און אויך א ווידיא קליפ נאכן זיין פאר זעקס טאג אין וואסער

http://abcnews.go.com/GMA/story?id=1933417



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 07:20 לינק ישיר 

כאב געמיינט זיכער אז דו רעדסט פון דעם וועלט בארימטן דעוויד בלעין וועלכער איז יעצט אין די הויפט נייעס, ער איז אין א טאנק פו ן וואסער פאר זיבן טעג,אנע עסן, אויסער עפעס א דייעט ליקוואד און קוים עטליכע שעה שלאף (ער אטעמט אינעם וואסער טאנק דורך א אקסיגען טאנק), ער האט שוין עטליכע מאל געבראכן א רעקארד אין פארשידענע זאכן, ווי אין 99' האט ער זיך באגראבן אין א דורכזעעדיגע קאסטן פאר זיבן טאג, און יעדער האט געקענט זען. אין 00' האט ער זיך אריינגעלייגט אין א אייז קאסטן פאר 63 שעה. און אין 02 איז ער געשטאנען אויף א קליינעם שטיקל פלאטפארמע הויעך 90 פיס, פאר 36 שטונדן אין א צי. איין מאל האט ער געפאסט פאר צענדליגער טעג אין א צי (כ'געדענק ניטש די פונקטליכע ציפער, ,)
אבער איצט, נאכן זיין זיבן טאג אינעם טאנק, גייט ער פרובירן זיין לעצטע סטאנט, (פיל שווערער ווי בלויז פיער פעקטאר) ער גייט זיך איינהאלטן פון אטעמען פאר ניין מינוט אין אייין צי. טאנק).
ער טוט די אלע זאכן צו אויספרובירן וויפיל א מענטשליכע קערפער קען דערהייבן..
מ'קען זיך דינגען אז ס'טיילווייז טריקס וואס מיר ווייסן נישט, אבער וואס מען זעט בחוש לאזט זיך נישט לייקענען.

תוקן על ידי - allllways - 08/05/2006 7:39:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ער פאסט שוין א וואך צייט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext