בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברוך דיין האמת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/5/2006 00:30 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת

ברוך דיין האמת!

געבענטשט זאל ער זיין, דער אלטער 'עמעסדיקער' דאייען פון די אלטע קרעטשמע...

וועלכער איז נאך א לאנגע צייט אפשניט, פערצופאל פארקירעוועט געווארן אויף א שפאציר אין דעם אלטן דערפל וואו ער האט אמאל משמש געווען.

זייענדיג אין דערפל, האט דער אלטער עמעסדיקער דאייען נישט פארפאסט די געלעגנהייט און האט אפגעשטאט א באזוך אין די דערפל'ס קרעטשמע, בכדי אביסל זיך אומקוקן און זעהן צו אלעס איז ווי ביים אלטן.

דער עמעסדיקער דאייען האט געקוואלן פילע הויפנס מיט נאכעס, זעענדיג ווי זיין נאכגייענדיקער דאייען, וועמען ער האט ממנה געווען און איז בשעתו איינשטימיק אויפגענומען געווארן, ערפילט זיין תפקיד הונדערט פראצענט און ער גיבט זיך אפ מיט די קרעטשמע מיט א ריכטיקע עבדות, כ'מיין חז"ל זאגן דאך - ס'נישט קיין שררה נאר עבדות.

זאת ועוד, און נישט נאר דאס, מיין טאַלמעד דער כאשעווער דאייען שליטע, וואס כ'קען אייך מעיד זיין עממ... כ'מיין כ'על זיין א מעגאלע טעיפעכ ומכאסע טפאכייעמ, אז ממש... איך ווייס נישט, וואס זאל איך אייך זאגן, שוין די גמרא זאגט דאך שוין מילי בסלע שתיקי בתרין, שוין בעסער מ'רעדט נישט..., אבער אויף אזויפיל קען איך אייך זאגן אז?

נו בקיצור, וואו האלטעך? יא, איז אזוי, פטור בלא כלום אי אפשר, א סלע איז דאך אויך עפעס, איז אזוי, זאת ועוד, דאס איז דע-ריקער, די גערעסטע מדרייגע וואס כ'זע ביי אים - פון מיין קוק וואונקל – איז, אז דער דאייען איז ממש אין די מדרייגע פון?

זאל דער פון אויבן אים העלפן, אז פון די ביסל אנגעשטרעקטע צייט וואס ער האט נאך זאל ער אויך בקרוב באפרייט ווערן, בכדי זיך צו קענען מער אפגעבן מיט די פארבייליידיגגייערס דא אין די קרעטשמע, ויתרומם קרניו כקרן השור, ותרוממנה קרנות טסאדיק.

געבענטש זאל ער זיין דער אלטער 'עמסדיקער' דאייען, פארן האבן דעם סייאטעדישמאיע און טרעפן דעם ריכטיקן איש על האעיידע.


זייטס מיר, האטס מיר, און ווערטס מיר.
מיט כבוד און דער-כעירעטס



תוקן על ידי - זארעכפעפער - 09/05/2006 0:34:36



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 00:48 לינק ישיר 

מיט גרויס פרייד הערן מיר די גוטע נייעס אז נאך א כמעט פינף חדשים'דיגער צייט אפשניט, האט זיך דער אלטער געוועזענער דיין ר' זרח פעפער מיישב געווען צו שרייבן זיין "דריי הונדערט און ערשטע" תגובה!

מיר זענען נאכנישט צו זיך געקומען פון פרייד, און שוין זענען מיר פארווייטאגט, ווייל ווי עס קוקט אויס איז עס נאר געווען א צייטווייליגע שפרינג אריין און ארויס פונעם חשוב'ן דיין, און ער פלאנירט נישט צו פארבלייבן ביי אונז אויף א לענגערע טערמין.

מה נאמר ומה נדבר, וואס זאלן מיר זאגן? וואס זאלן מיר טאן אז דער דיין אמת זאל זיך בעסער געפונען ביי אונז? אדרבה, דיין שליט"א זאגט אונז וואס מיר האבן אייך געטאן אז איר האט אונז אזוי פריצייטיג איבערגעלאזט אויפן תשליך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/5/2006 00:36 לינק ישיר 

האסטו מיר דערשראקן

איך בין געווען זיכער אז אייינער פון די קרעטשמע האט זיך געפעקלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברוך דיין האמת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext