ער פארשטייט נישט מיט איינמאל הייסן
שוין, יגר'ל האט א פראבלעם מ'שטיינס געזאגט, אלעס פארט אויף רעדער, דער בעה"ב שרייט, דער סעקראטאר ברענגט שוין די פערדע טיילינאל, די טיילס אויף די פלאר איז שוין צולעכערט פון די פיס-שטויסן וואס ס'האט נארוואס ערהאלטן, איין מעלה האט דער פראבלעם, אז היינט ציטערן די מייז אריינצוקומען אין אפיס.
דער פראבלעם האט זיך געשאפן היינט צופרי ביים קאמפיוטער, ער האט אנגעהויבן קלוג צו ווערן!! ער האט זיך אומגעקוקט און געזעהן נישט מער און נישט ווייניגער אז אלע גרויסע קעפ - פונעם באנק מעניזשער ביזן קאנטראקטער אריינגערעכנט דעם בית הכסא פלאנטשער - אלע אלע ווען זיי ווילן ציילן איינס פלאס איינס ניצט מען אים, א וואונדער פון ווי זיין גאוה שטאמט?
און אז ער איז יא אזא וויכטיגע זאך, האט ער זיך גענומען ארבעטן אויך אויף זיין עניוות ממש נתפעל צו ווערן, די סקרין ווערט דינער און דינער פון יאר צו יאר, דאס בייכל זיינער - איך וועל נישט זאגן ער איז גרייט מיטצושפילן עניות, מעגליך ער גייט אויף א פשוטע דייעט - ווערט קלענער און קלענער, האט קודם אריינגעפיהט אינעם רענצל וואס דער כולל-יונגערמאן האט גענוצט מ'כלומר'שט צו ווייזן פאר יעדעם איך שלעפ מיינע ספרים מיינע חידושים, און וואס ווען וואו, אנגקומענדיג אין כולל ביים ווינקל, ווען ער האט דאס דערעפענט האט א קלוגער אויג געקענט באמערקן אז ס'ליגט דארט א קליינעם לעפ-טאפ מיט א ברויט'ל אנגעשמירט מיט אדוואקאטא, בנוסף צו א קליינע גרינגע אומפארצייטיגטע טמעטעלע. (באמת איז דאס יא אן עניוות, איך וואלט זיך נישט געלאזט איינשפארן מיט קיין טאמעטא'ס אפילו נישט איין מינוט..)
יבא יונך פלעגט די באבע זאגן מיט'ן אונגארישן עקצענט, ער פראוועט ווייטער דעם עניוות שפיל, ער גייט היינט אריין אין וועסטל טאש, בכל שם וחניכא דו ווילסט נאר הערן און געדענקן, דאס מערסטע וואס איך בין נתפעל, ער וועט זיך נישט קעגן שטעלן קעגן קיינעם, ווילסט ארויסגעבן א קול קורא "קעגן אים אליין"? ער לאזט זיך באגיין זעלבסמארד אָן קיין מאָק, ער שטעלט דיר אויס די צעטל, מעגסט ארויסלייגן זיינע אלע נעמען אין ניקס וואס ער פארמאגט, ווי גרויס די ווילסט די סייז פונעם FONT, ער שטעלט עס דיר אהער מיט אזא געשמאק צו ליינען, לאזט אינטן פלאץ פאר חתימות, אפילו דאס איז קעגן אים, קעגן זיין חיות, קעגן זיך אין זיינע קינדער, לאזט זיך מבאיש ריח זיין. ער האט נאך - אין זיין גאנצע לעבן'ס היסטוריא - קיין נקמה-פלאן קיינמאל נישט אנגעהויבן, ניטאמאל זיך אננעמען פאר זיינע רעכטן,
סארא עניוות
און צוליב דעם, און טאקע נאר וועגן דעם ציטער איך יעצט, מיין קאמפיוטער איז קלוג געווארן! ער פאלגט נישט מיט איינמאל הייסן.
יעדעס פלאץ אויפן קאלערפילן סקרין, ווי איך דריק מיטן מייזל, איגנארירט ער מיר ביים ערשטען מאל, זאל עס זיין "שלח תגובה" צו סתם אויפן FILE EDIT VIEW ווי איך דריק, ביים ערשטן מאל רעדסטו צום וואנט, ביים צווייטן מאל, יא, דא האט ער נאך אביסל דרך ארץ פאר יגר'ל, אבער ווער ווייסט ווילאנג וועט דען נעמען ער קען דאך אין א גרינעם דינסטאג באשליסן גענדיגט מיטן באדינען די נארישע בשר ודם'סלעך, איך וויל אפילו נישט טראכטן ווי אומבאהאלפן מיר - גרויסע בעל גאה'עלעך מיט קאלערפול נעקטיי'ס - וועלן זיך שפירן...
נו, שלח תגובה, איינמאל - נאדא, גארנישט
צום צווייטן מאל,אהההההה
 |
|
|