| נשלח ב-12/5/2006 03:37 |
|
| |
"דער שטערן" חודש אייר
אין דער מאנאטליכער אויסגאבע 'דער שטער' ווערט באשריבן דעם חודש וועגן דעם אויסברוך אין בארא פארק. בשייכות צו דעם ווערט געשילדערט ווי די פאליציי רעדן גאר געמיין אקעגן אידן. גענומען די אויסצוגן פון עפעס א פורום ערגעץ וואו.
איינער ווייסט וואו יענער פורום געפינט זיך ? אפשר גאר אין היידפארק ? אפשר זאלן מיר אהין גיין זיך מאכן ניקס ? עה, פארוואס עפעס. סאו סתם אויף צום ליינען דארטן
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 02:48 |
|
| |
נאטורליך איך האלט הונדערט פראצענט ווי דיר. דאס וואס קאנוי
זאגט איז אויך אמת, אבער אפילו ווען עס קומט ח"ו צו איינע פון
די זאכן, אויב דאס קינד האט א נאנטן קשר מיטן טאטן און ער פילט
אז ער איז באמת נאנט מיט אים, ער קען דעם טאטן אלעס פארציילן
און דער טאטע וועט אים פארשטיין, דאן וועט ער דעם טאטן אויך זאגן
די אלע פראבלעמען וואס ער האט. טאקע נישט אלעמאל, אבער ס'איז
א מער שאנסן ווי ווען נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 02:42 |
|
| |
הער זיך איין כנה איך בין נישט קיין בעל מחנך און איך בין נישט אויסען צו שרייבען עצות אויף היידפארק און א ענין וואס פארלאנגט זיך הדרכות פון די ריכטיגע בעלי הבנה וחינוך און אסאך לימוד. - איך בין נישט איינע פון זיי. מיין נקודה איז איין זאך, אז דער טאטע האט גיטע באציאונגען מיט'ן קינד דאס אליין איז נאך נישט קיין רפואה, אבער דאס איז א גיטע רעצעפט פאר אלע רפואות.. אמת שלעכטע חברים איז א חורבן, יא שלעטכע מידות ביי געוויסע קינדער איז זייער שווער ארויס צו רייסען אבער אז א קינד ווייסט און פילט באמת און תוך אז זיין טאטע האט אים ליעב אהבת נפש איז שוין די צרה האלב. און דער וועג צו ווערען גיט איז גאר לייכטער. עס איז וואר אז א שלעכטער חבר קען פארדארבען, אבער א קינד וואס האט ליעב די עלטערען דורך'ן כמים פנים, אזא קינד וועט נישט וועלען וויי טוען דעם טאטען און אויב ח"ו עס מאכט זיך ער פארט אפ פון ריכטיגען וועג איז אים לסוף גרינגער צוריק צו קומען. ווי למשל, מען הערט אייביג, "געלט איז נישט אלעס" אבער עס עפענט דאך אויף אסאך טויערען און עס לייזט אסאך פראבלעמען. מען קען מאריך זיין אן א גבול איך האך דו פארשטייסט מיין נקודה האמער א גיט'ן לאגבומער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 00:48 |
|
| |
נאטירלעך אפשר איז עס פארקערט אז נאר די קינדער וואס מען קען מיט זיי נישט רעדן אין בויען אין זיי קיין טרסט נאר זיי פאלען אוועק אגב מקען אריינלייגען אין די קינדער 15 יאר חינוך ביז ער טרעפט א חבר דוקא איינער וואס האלט מיט גיט די שעורים אין ישיבה פירט אים אויף א אנדערע וועג מען דארף האבען א סך מזל איך האף אז די וועסט נישט געוואר ווערען אבער איך מיין אז יא one way or the other אדער פון א חבר אדער פין א שכן אדער ח''ו ביי דיר אליין מען דארף אלע מאל אכטונג געבען וואס מען רעדט it may come back to hunt you
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 19:11 |
|
| |
ממש משמים האט מען מיך יעצט צוגעפירט צום קרעטשמע כדי איך זאל קענען ליינען נאטורליך'ס תתגובה.
כלל גדול אמרו בחינוך הבנים : די קינדער פארלאנגען נישט גארנישט עקסטערס, נאר א "טאטע" , אין פילן זין פון ווארט. מען דארף נישט קיין ספעציעלע מדריכים און מחנכים מיט אינטערעסאנטע וועגן און פעולות אז דאס קינד זאל וועלן אויפכאפן און פארשטיין. נאר פשוט א טאטע וואס זאל טון זיינע פליכטן לגבי דעם קינד מיט א שלימות הראוי, אויסהערן ווען אימער, געבן די ריכטיגע אטענשאן לפי דרכו ווען אימער, לערנען מיט אים ווען אימער. וכו' וכו'.
אגב, ברוך השם מיין אשכול האלט שוין יעצט ביי 7 תגובות, כ'אב מיך אזוי געזארגט, כן ירבו !!...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 17:55 |
|
| |
לענ"ד, הגם מיינע קינדער זענען נאך נישט בגיל צו רעוועלאציען און השי"ת זאל העלפען אויף ווייטער, מיר זאלען אלע קענען מגדל זיין דורות לשם ולתפארת. מיז איך זאגען דאס פאלגענדע, איעדער טאטע. -בלי יוצא מן הכלל- אויב טוט ער ווידמען זיין צייט אויף חינוך הבנים ובנות נעמט ער ארויס וויפיל ער זייעט אן. סי לא ימלט אנדערש. די עלטערען וואס טוען אלעס אבי יוצט צו זייין, כמצות אנשים מלומדה פארלירען די קינדער, זיי גליטשען זיך ארויס אומבאמערקט. און דערנאך איז שוין שפעט. ליידער. אפילו זיין מיינען אז די קינדער באמערקען נישט, מען מיינט אז מען שווערצט דורך דאס דאווענען אינדרויסען אא"וו, און די קינדער פארשטייען נישט. קינדער שפירען אלעס אלעס. טייל קינדער פארלאנגען ווייניגער, אנדערע דורשטן מער אטענשאן. דער סך הכל איז, אז מ'איז נאנעט מיט א קינד, און דאס קינד פילט ער קען דעם טאטען געטרויען מיט סיי וואס. דע קינדער שפירען א פליכט צו טוען אלעס אין דער וועלט פאר די עלטערען. צא ולמד, עס איז בדוק ומנוסה. אלע טראבעל מעקערס זענען אזוינע וואס האבען נישט געהאט קיין גרויסע געפער מיט די עלטערען למחצה לשליש וכו'. ביודע ומכירי קאמינא, מיין זעקס יעריג משה'לע ווייסט ער קען מיך סיי וואס פרעגען און פארציילען, ער זעהט אז איך האב צייט צו אים ווען אימער. ער הערט קיינמאל נישט פון מיר דאס איז נישט וויכטיג, כא נישט קיין צייט, דו פארשטייסט נישט, וכדו' קומט ער מיר זאגען פרייטאג נאכמיטאג "טאטי איך קען נאך נישט איין פסוק" איך שריי אים נישט אן, נאר איך זעץ זיך אראפ אים אויסלערנען איך ווייז אים אז איך וויל ער זאל קענען דעם פארהער, עס איז נישט קיין קאנטעסט נאר א ליעבליכע וועג פון "יא קענען" און ער קען איעדע וואך די חומש -אן האבען דאס בעסטע קאפ אין קלאס. ער ווייסט אז ער וויל מיך צופרידען שטעלען פאר כל הון דעלמא.
דאס איז דער סיבה פארוואס אזויפיל פאלען נעבעך ארויס, א גרויס מערהייט פון בעלי בתים זענען פארנומען מיט פאליטיק און מיט כל מיני שטותים און פרייען זיך אז די קינדער שטייען נישט אינטער די פיס. דוק ותשכח.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 17:13 |
|
| |
אמאל זענען אסאך מער בחורים פארפאלן געגאנגען ווי היינט
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט עס, קען זיין אז ביסט נישט באקאנט מיטן מצב היינט צוטאג'ס, אבער ליידער איז דא א ריזיגער פראצענט וואס פאלן אדורך און ווערן פארלוירן פון אידישן וועג.
קען זיין אז אמאל מיינסטו די גרויסע ישיבות בשעת עס האט געבושעוועט די השכלה באוועגונג, אבער בדרך כלל איז געווען פיל בעסער דער מצב ווי היינט.
אוודאי איז מען היינט מער קאנשעס, ווייל דער פראבלעם וואקסט און מען קען היינט גרינגער אנקומען ווי מען וויל אויך מיט די חסידישע קליידונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 03:06 |
|
| |
אין זיין עדיטאריעל פרובירט "דער שטערן" צו מסביר זיין פארוואס איז לכאורה אין די אלטע צייטן
געווען בעסער ווי היינט פאר בחורים מיט פראבלעמען. ס'זאל הייסן אז אמאל איז נישט געווען קיין
/ אזויפיל פראבלעמען ווי היינט מיט בחורים. ער עצה'ט טאקע, מיט רעכט, אז א יעדע ישיבה זאל
אויפנעמען א ספעציעלן מדריך פאר אזעלכע בחורים וואס דארפן אן אפענעם אויער.
וואס כ'וויל זאגן פאר'ן שרייבער איז אז ס'איז קיינמאל נישט געווען גוט. אמאל זענען אסאך מער
בחורים פארפאלן געגאנגען ווי היינט. אדרבה שאל זקניך ויאמר לך. היינט איז מען א "קאנשעס
סאסייעטי" מ'זארגט זיך פאר'ן וואוילזיין פון יעדן איינעם, מיר זענען דעמאקראטיש אינעם זין אז
"יענער איז אויך א מענטש" און מיר זענען העכער פון "יענעם".
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 07:58 |
|
| |
אפילו עס קען זיין אז עס געפונט זיך אויף די פורומס לויזונגען קעגן אידן, איז די ציל פון די נירדריגע געשרייבעכצער געוואנדען אקעגן די נישט איידעלע אויפגעפירעכץ פון פארשידענע אידן. אזויווי מ'האט טאקע געזעהן נאך די רייאטען אין ב"פ.
תוקן על ידי - kraitchmer - 15/05/2006 16:14:39
|
|
|
|
|