| נשלח ב-15/5/2006 00:01 |
|
| |
גניבה ביי יגר סהדותא
יגר סהדותא'ס סעלעפאן איז געגנבט געווארן היינט ביינאכט
א טייערע טעלעפאן געווען, און ער האט עס רעטשארדזשט היינט נאכט אין קרעטשמע זאל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל זיך מעלדן דא
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 17:18 |
|
| |
זייט די גניבה איז ער עפעס נישט דא, וואס גייט פאר יגר, אן א סעלפאון לאזט מען דיר נישט גיין אין קרעטשמע?
תוקן על ידי - 3x0 - 29/05/2006 17:19:57
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 15:30 |
|
| |
גיב אבאכט, מיר קענען עס נוצן אנטקעגן דיר.
לגבי די מיראנדא, ווען דו זאלסט וויסן ווי לאנג איך האב גע'גאאגל'ט נאר זיך צודערמאנען ווי די געזעצן הייסן (איך רעד שוין נישט וואס זיי זענען), ווייס איך נישט צו דו וואלסט מיר חושד געווען, אבער פון וואנעט זאלסטו וויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 05:24 |
|
| |
איך זאג: דו קענסט צו גוט די מיראנדא'ס, האסט עס ווארשיינליך מער ווי איינמאל געהערט מיט די הענט אויף אהונטער (ידו על התחתונה, אין אייזערנע קייטן).
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 03:07 |
|
| |
קוקט נאר, ער לייקענט.
נא נא, זעהט אויס אז אין מאנגאליע ווייסט מען נאכנישט אז מען דארף זאגן די מיראנדע געזעצן, טא (וואט עווער איט מינס) וויל איך דיר עס איצט זאגן.
1. דו האסט די רעכט צו בלייבן שטיל.
2. וואס דו זאגסט איצט קען געניצט ווערן אנטקעגן דיר אין געריכט.
3. דו האסט די רעכט צו רופן א לויער, אויב דו קענסט דיך נישט ערלויבן, וועט די רעגירונג צושטעלן איינס.
נו קרעמער, וואס זאגסטו איצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 02:03 |
|
| |
אפענע מעלדונג פאר "יגרסהדותא" און "גרויזאמער"
פון די וועג וויאזוי איר באנעמט אייך צווישן זיך, קוקט אויס אז איר האט אינעם פארגאנגענעם גלגול געהאט צוטאן איינער מיטן צווייטן, איך בין נישט אין הימל, על כן ווייס איך נישט פונקטליך וואס עס איז פארגעגאנגען צווישן אייך ביידע, אבער אזויפיל וויל איך אייך זאגן, לאזט מיר ארויס פון אייערע געפעכטן...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 00:54 |
|
| |
יגר ביסט זיכער אז דו האסט דאס נישט פארלארן פאריגע וואך? פראבירזיך דערמאנען אפשר דאך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 00:27 |
|
| |
איינער קען ארויפלייגן קאפיטל קי"ט מיט די אותיות
ק-ר-ע-מ-ע-ר-ב-ן-י-א-כ-נ-ע
?
ולמצוה גדולה יחשב, זיי זאגן אז ער האט זיך אפאר מאל פארפלאנטערט, און די מצב טויג נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 00:25 |
|
| |
נישט מיינס. מיינס האב איך פארלוירן היינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 00:21 |
|
| |
גראדע די לעצטע וואך ווען איך האב דא א זוי אריין שפאצירט האב איך געפונען עפעס א סעלעפאן אפשר קען זיין אז דאס געהרט צו יאגאר'ן זאל ער זיך ביטע פארבינדן מיט מיר אין אישית. נישט פארגעסן איבער צולאזן סימנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 00:19 |
|
| |
גרויזאמער! דו רוסט איין?
איך האב געוואלט אריינמישן די נארוואס געגרינדעטע חברה שומרים אינעם קרעטשמע, און דא דרייסטו
איבער א וועלט. אזוי אז די גנבים ליינען עס און עס איז שוין גארנישט דא וואס צו טון.
אז מען רעד שוין וועל איך שוין זאגן.
די חשד פאלט אויף קרעמער, ווייל מען האט אים געזען זיך ארומדרייען אינגאנצען באזארגט היינט צופרי.
די מאנגאלישע פאליצציע אגענטור איז פעסט אריינגעמישט אינעם אויספארשונג, און קרעמער זיצט יעצט
דארט מיט געבונדענע הענט.
לאמיר אלע מתפלל זיין, קרעמער בן יאכנע, זאל ארויסגיין זכאי בדין.
|
|
|
|
|