נאך א רייע דיפלאמאטישע און גרויזאמע געשפרעכן וואס מיר האבן געהאט מיט די מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט אין קרעטשמע קאבינעט האט ער פארשפראכן אז ער וועט זיך אנשטרענגן יותר מכפי יכולתו אז די קרעטשמע מיטגלידער זאלן קענען מיטהאלטן ל"ג בעומר אין מירון פאר אומזינסט און נישט דארפן צוקומען צו די אלע איזרעלאישע וועב-זייטלעך וואס פרעסן אויס געלט פון די בני חוץ לארץ.
יעצט צופרי האבן מיר באקומען די טעלעפאן קאל פונעם פרעמיער מיניסטער מיט איין אטעם אז ער האט עס ערלעדיגט.
איינער וואס ווייסט נישט פון "היימישע קרעטשמע" צו זאגן איז "נישט" אוקיי.
אוקיי?
נשלח ב-16/5/2006 20:40
די הנהלת הפייטינג עריע אנטשולדיגט זיך פאר די מיספארשטענדעניש.
יענער האט בלויז באקומען אין אימעיל די לינק, ער ווייסט נישט פון אזא פארום ווי היימישע קרעטשמע.
אוקיי?
נשלח ב-16/5/2006 19:39
אזויווי אומפאראנטווארטליכע פארשוינען האבן גענומען דעם לינק פון דא און אריינגעקלעבט ערגעץ
אנדערש, אן צוצייכענען די מקור פון וואו דאס קומט, ווערט יעצט גענומען די נויטיגע שריט יענעם
צו ווייזן מיט וועם ער האט זיך אנגעהויבן.
פרטים יבואו.
מיין שאלה איז יעצט אויב איינער וויל נישט הנאה האבן פון די מדינה הטמאה, אויב מען מעג זיך באנוצן מיט דעם טובה וואס דו האסט ערהאלטן פונעם פרעמיער מיניסטער.