| נשלח ב-17/5/2006 05:26 |
|
| |
די שאו וויט יענטאאש ענד קרעמער 5-16-06
ברוך הבא יעדער איינער און שלום עליכם צו די שאו מיט יענטאאש
און קרעמער דעם היינטיגן דינסטאג מאי דעם זעכצנטן, מיר האפן
אז איר וועט הנאה האבן אזויווי שטענדיג.
א גוטן קרעמער, וואס מאכסטו עפעס גוטס? מ'האפמיר אז דו ביזט אל-רייט....
וואו עס קוקט אויס האט מען זיך לעצטנס גענומען איבער די אימיגראנטן, זעט
זיך אויס אז עס געפעלט נישט די אמעריקאנע גאווערמענט ווען מען רעדט פרעמדע
שפראכן חוץ פארשטייט זיך אראמיש אין די קרעטשמע, ווילאנג די פרויען רעכט
קאמיסיע וועט נישט אריינגעבן א קלאגע דערוועגן......
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 19:27 |
|
| |
יאקובי123;
אויב די דורות וועלן ווייטער לויפן מיט אזא גאלאפ ווי ביז היינט, וועסטו קענען ביז עטליכע יאר ארויסציען די "אונטערהאלטונג אפטיילונג" פון די מיטעלסטע בלעטער פונעם לאקאלן פאפיר, פארשטייט זיך: מיט א הסכמה פון איינער פון די היימישע שאו-שפילער וואס האט שוין געווינען א "נטע" אווארד.
ברויכסט נאך? בלייב ביי אונז.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 19:08 |
|
| |
אפשר דארף מען מאכען אזוי, צוזאם שטעלען א פרייז ליסט אויף פוליש אין אויסטיילען פאר אלע פאלאקען וואשען א וונדאוי 1 דאללער די פלאהר 2 דאללאר ביה"כ 1.50 צוזאם לייגען וועש, 25 סענט א פאנט אא"וו אלע ארבייט זאל האבען א פרייז יעדע גויטע זאל באקומען א ליסט ווען זי קומט אן אין שטוב, מיט א טשעק אין פראנט וואסערע ארבייט זי ברויך טוען. אן דארפען רעדען א ווארט בערך אזוי ווי א גראסערי ארדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 18:43 |
|
| |
jacob123,
קודם, ברוך הבא.
נאכדעם, מיין ווייב רעדט שוין לאנג צו זי ערל'טע ריין אידיש, און זי פארשטייט טאקע כמעט אלעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 18:05 |
|
| |
קרעמער, נאטורליך, וכל המסתעף...
גלייבטס מיר ס'איז א שאד אז אזעלכע סארט קאמעדיתא איז נישט צום געפינען אין די אידישע געלע בלעטער. זיכער וועט מען נישט וואגן צו רעדן פון שפייזצונאכטס לעבעדיג אדער די שטארקע ווייסע ציין, ניטאמאל א זכר פון די בעסערע העלפט, אבער כאטש אפאר שורות צו אויפברעכן די פארשטייפטע לעפצן, און זיי נייגן אביסל קיין רעכטס און אביסל קיין לינקס אויפאמאל ("שמייכל" בלע"ז), עס וואלט אריינגעברענגט אביסל, כאטש אביסל, ליכטיגקייט אין די פארטונקלטע אטמאספערע.
וועגן אימיגראציע קען איך פארשטיין פארוואס די אדמיניסטראציע איז אזוי פארלוירן, ווייל וויפיל איך האב געטראכט איבער דעם ענין האב איך נישט געקענט קומען צו א פלאן וואס זאל לעזן דעם פראבלעם. עס איז א ביטערע דילעמא וואס אזא אפגעריסענער ווי איך קען נישט טרעפן א לעזונג דערצו און אויך נישט די הויכגעשפריצטע וואשינגטאן עליטע.
דרך אגב, אז מרעדט פון גויטעס, האט מיין רביצין תחי' ערפינדן א מוראדיגע גוטע עצה וויאזוי צו קאמיוניקירן מיט די פוילישע, אן זאגן פערציג מאל דזשאבזשע: זי רעדט צו איר אין ריין....
אידיש...!
עס האט עטליכע מעלות: זי בלייבט מיט גאנצע ציין, און די פאלאקטע לערנט זיך אביסל אידיש, ממש אויפצעלאכעס.
יא, נישט אלץ פארשטייט די אלטע מיט די זילבערנע ציין און שטויביגע סוועטער און פוילישע-גערוך-פארפלייצטע סניקערס וואס מ'רעדט צו איר, אבער עס ארבייט וואונדערבאר. פרובירט עס, דוק ותשכח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 06:09 |
|
| |
כ'וועל ווארטען עד יעבור זעם, מארגען בלי"נ וועל איך ארויף צו די אלטע מיסיס זיפ מאכערטע און פארציילען די מעשה כמות שהיה דער אמת'ן איז דאך, עס איז נישט מיין שולד אז זי האט געשטעלט דעם גאז-רענטש דייקא העכער ווי איך בין זיך נוהג אלע יאר צו שיסען מיטן שיסער. זי העט שוין געמעגט וויסען אזויפיל, וואזשע דען? עס באדערט מיך נישט אזוי ווייט אירע זיפ ווי מיין פייל וואס ווייקט זיך זיכער מיט אירע באנדעל זיפ ווער ווייסט ביז ווען דאס עט אזוי ליגען.
וועט איר אוודאי פרעגען פון ווי איך ווייס, עס איז אריין געפלויגען און איר זיפ. און פון וואנעט נעם איך אז זי מאכט בכלל זיפ? דער אמת איז איך ווייס נישט אויף זיכער. כבין בכלל מסופק אויב זי איז אינדערהיים היינט נאכט. כאב נאר אזוי געטראכט דער פייל איז נישט צוריק געקומען, זיכער איז עס אריין געפלויגען ביי איר אין פענצטער.
אויך, זי האט דאס דערווייל נישט געלייקענט. מיז דאך זייין אז עס ליגט ביי איר אין קיך.
באנדעל זיפ מאכט זי אויך, מיין באבע ע"ה -וואס קומט אויך פון דער זעלבער שטאט ווי זי- פלעגט אויך מאכען זיפ יעדען מיטוואך נאכט. איי עס היינט דינסטאג, איז דאך אבער ל"ג בעומר געוואלד...זיכער האט זי היינט געמאכט באנדעל זיפ. זאל איך ממשיך זיין מיט'ן פשעטעל?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 05:59 |
|
| |
אה, דו מיינסט יענע דרייפוס וואס האט יעצט נאכאמאל גע'האוסט'עד די SNL (שפייזצונאכטס לעבעדיג) שאו, יא יא, זיי קומען שוין אריבער...
אקעי, די שאו פאר היינט נאכט וועט זיך שליסן. ווייל איך זעה אויפן זייגער אז עס קלאפט שוין עלף און דאס מיינט - ווער עס ווייסט - אז די ווסת קבוע פון היידפארק צו כאפן א דרימל אויף א האלבע שטונדע איזט היער
א גוטע נאכט רבותי! איט וואז א פלעזשער
אי"ה נעקסט טיים ווען יענטאאש וועט זיין אין די כלים וועלן מיר ממשיך זיין............. ------------------
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 05:56 |
|
| |
אהה א קאמערשעל?
זאל איך אדווערטייזען סליפפיס מעטרעס? כאב גראדע א גיטער איינפאל אבער ווער עט מיר באצאלען זאל איך אדווערטייזען קול מבשר? כאב עפעס צו זאגען סי נאר קעגען תקנת הפורם בלייבט איבער צו זאגען פאר קרעמער ער זאל ברענגען זיין פריינד דזשערי אויפ'ן שוי אונז אביסעל אינטערטעינען. בשעת הדחק וועל איך זיך אינטערהאלטען מיט די אנדערע דארט, נא ווי הייסטזע? מיט די שטארק ווייסע ציינער?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 05:52 |
|
| |
אקעי, איך זעה אז נאטורליך איז שוין רעדי לאמיר פארקורצן דעם בראך און אנגיין מיטן שאו
... איידער מיר גייען ווייטער מיט אימיגראציע, לאמיר צוערשט לעזן די לאגבוימערשיסער VS. זופ קלאגע וואס הויערט אויף די שויס פון די ניין סופרים קאורט ריכטער
מיין מיינונג איז אז מען ברויך ארויסנעמען דעם לאגבוימער שיסער דאס גוט אפוואשן מיט לוילעך וואסער, כשר'ן, טובל'ן, און פארפאקן אויף קומענדיגע יאר מערצעשעם.
די ליבעראלע טענה'ן אבער אז עס איז דיסקרימינאציע קעגן די זופ און מען ברויך עס צוזאמען מיט די זופ פלעקן אוועקלייגן ביז איבערן יאר
די קאנסערוואטיווע ווילן אבער אז מען זאל צוליב דעם די גאנצע זופ אויסגיסן, זאל עס אראפרינען קיין מעקסיקאו...
וואס זאגסטו נאטורליך?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 05:49 |
|
| |
איי יענטאאש יענטאאש, ווער האט דיר געבעטן זיך צו באדינען מיט די פוילישע? איך האב גראדע א מעקסיקאנע עס איז אינו דומה.. גאר אנדערע גערוכן.
אבער נישט דאס איז אונזער שמועס יעצט... לאמיר צוריקגיין צום ענין:
(אוי, יעצט קומט אריין א מעלדונג אז יענטאאש ברויך זיך געזעגענען פונעם שאו, זעהט אויס אז זיין פרעזידענט על גאור וויל זיך וויכטיג אדורכרעדן מיט אים לגבי גלאובעל ווארמינג... לאמיר אים לאזן גיין, און אויב אונזער חבר נאטורליך איז אין די גיסטע קענען מיר ממשיך זיין די קרעמער/נאטורליך שאו)
דערווייל וועלן מיר ברעכן פאר א קאמערציעלע מעסעדזש
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 05:48 |
|
| |
באקומען א ליידענונג צום היינט נאכטיגע שוי דילעמא איז ווי פאלגענד, כאב געשאסען מיט'ן לאגבומער שיסער אין סיז ארויף געפלויגען צום שכן אין פענסטער, גלייך אריין אין טאפ זיפ. מיז איך עס גיין ארויס נעמען? מיז איך באצאלען א נייער זיפ? זיך לגמרי נישט מאכען וויסענדיג? איז עס לדבר מצוה און איך בין פטור? די מעשה האט פאסירט נאכ'ן זמן מעריב, אפשר איז שוין אויס מצוה ילמדינו רבינו מיין פרוי זאגט איך זאל קודם ארויף גיין זיך אנטשולדיגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 05:41 |
|
| |
יא קרעמער, אז דו רעדסט שוין פון קינדער פון פאלאטישאנ'ס
וואס האבן געשלונגען איבער די מאס פארגעס נישט ביטע פון די
טעכטער פונעם רעד-קאקעצדיגן, אפראוועל-הינקעדיגן, מויל-קנייטשיגן
פרעזידענט בוש וועלכע פונקט ווי זייער פאטער שלונגען -אדער ווילן
שלונגען- צו פיל פונעם ביטערן טראפ....
און אז דו רעדסט פון די פרויען און להבדיל די קלינינג גויטעס, וואלט איך
געזאגט לילי דמיסטעפינע אז פארדעם אליין ברויך מען די אימיגראנטן
פארשיקן, זאלן זיי שוין נישט אזויפיל אויסרייסן די קעשענע בלויז פארן
ריין מאכן די פענסטער און בו בזמן אנגערוכן די לופט אין שטוב מיט זייער
פוילישע גערוך........
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 05:34 |
|
| |
הא הא יענטאאש, יו בעט. די פרויען רעכטן קאמיסיע פון די יו.ען. בראשות די אקטיארשע ניקאול קידמען האבן שוין אריינגעגעבן א פארזוך אינעם זיכערהייט קאונסיל אקעגן די טיראנישע קרעטשמע פירערשאפט וועלכע פארקוקן אויף די בעסערע העלפטן פון די קרעטשמע מיטגלידער.
אבער - יענטאאש - נישט געזארגט, עס אללללוועיז, ווי וויל פריוועיל דזשאסט לייק ווי דיד אין איראק (ווער ווי אר לוזינג פיפאל רעכטס און לינקס) ענד אין אפגאניסטאן (העי, האסטו געוואוסט יענטאאש'ל אז אין איינע פון די אמעריקאנע יוניווערזיטעטן האט די וואך גראדואירט אן אפגאנער פרוי? הא? וואס זאגסטו דערצו? וואס זאגט דיין אויפגעטרייסלטער אויבערהאר טעדי קענעדי דערצו? (זאג אים נישט אז מיר - וועסט רייט קאנספירעסי - האבן אונטערגעשטעלט די בליץ וואס האט אויסגעשאלטערט זיין עראפלאן אינמיטן פליען אין די לופטן, העי, ס'איז נישט מער ווי מדה כנגד מדה וואס ער האט געטאן מיט יענע אין די קאר, אגב -- לאמיר רעדן פון זיין צדיק'ל וואס האט זיך איבערגעגעסן פון די מעדיקאציע און האט אריינגעשמעטערט אין א פאליצייאישע טרעקל אויפן קעפיטל היל, צו מזל האט ער אנערקענט זיין פלאץ, און וועט זיך אריינשרייבן אין א מענטאלע אינסטיטוציע, א שאד נאר אז זיין אלטער פאטער איז נישט אזא חכם המכיר את מקומו).
שוין צופיל גערעדט, וואס זאגסטו? אימיגראציע? יא! קלאר ווי דעם טאג אז מען ברויך זיי אלע צוריקשיקן, אויסער די ערלית וואס האט היינט גערייניגט מיין דירה.
 |
|
|
|
|
|