| נשלח ב-18/5/2006 23:32 |
|
| |
3x0 נאט דיר א גלעזעלע ביר
מצורף קובץפונקט ווי פארלאנגט, רוה דיר אפ פונעם פארלוסט, מארגן איז נאך א טאג, (דא אין ניו-יארק).

|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 16:56 |
|
| |
האט אפשר איינער א גלעזל ביר פאר מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 05:35 |
|
| |
סאכדעס!...... וועעעעעעעעךךךךךךך!!!......
טו דיר נאר שנעל צוריק אן די זאקן!!!!!!....... פוי!!....
די מסכת זאגסטו האסטו געלערנט פאר אכט יאר צוריק,
קוקט אויס אז די זאקן האסטו אויך שוין אן זייט דעמאלטס.....
אזא גערוך!!!!!!!....... עקכע! עקכע! עקכע!..............
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 05:27 |
|
| |
אמממ אוי נו וואו איז מיין שיך? אה אה דא יאך טוה דאס שוין אויס, מקבל נזיפה, פון הגאון הגדול מורינו ערעב קרעמער שליט"א, יישר כוח פאר די מראה מקום, סיז דאכצאך דארט ביי די ברייטע שורות די צווייטע העלפט עמוד, (אויב האב יאך שוין ווידער א טעות, טוה איך מיר אויס מיינע זאקן) אודה ולא אבוש, כ'אב געלערנט ביידע מסכתות אומגעפער אכט יאר צוריק, און נו שוין אגב חריפתיה משבשתא.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 02:03 |
|
| |
התאחדות/קנאי/יאנאש/3X0;
די מקור פון נישט טרונקן שוים איז אין חולין (ק"ה ע"ב), און גילטעט ביי וויין און ביר צוגלייך, ווי פאלגענד:
די גמרא זאגט: אמר אביי, פון אנפאנג האב איך געמיינט אז דאס וואס מען טרונקט נישט קיין שוים איז צוליב דעם וואס עס איז מיאוס, אבער רבה האט מיר געזאגט אז די סיבה איז ווייל עס ברענגט שליים (פון די נאז).
די גמרא זאגט ווייטער: טרונקן שוים ברענגט שליים, בלאזן אויף די שוים אז עס זאל אראפגיין ברענגט קאפוויי, אראפשטופן די שוים מיט די האנט ברענגט ארימקייט.
וואס דען קען מען טאן לויז צו ווערן פונעם שוים? שטופ דאס אריין אינעם געטראנק וועט עס אליין צוגיין.
די גמרא איז נאכנישט פארטיג: אויב האט איינער יא געטרונקן שוים (און עס האט אים געשאדט) וואס קען ער טאן?
גיבט די גמרא אן עצה: אויב האט ער געטרונקן שוים פון וויין, זאל ער צוטרינקן אביסל ביר, אויב האט ער געטרונקן שוים פון ביר, זאל ער צוטרונקן וואסער, אויב האט ער געטרונקן שוים פון וואסער, האט ער נישט קיין שום רפואה! (די גמרא פירט אויס: דאס איז פשט וואס די וועלט זאגט אז די ארימקייט לויפט נאכן ארימאן... ער האט נישט קיין געלט צו קויפן וויין אדער ביר, ער טרונקט פראסטע וואסער, און ווערט געשטראפט מיט א קרענק וואס האט נישט קיין היילונג).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 01:09 |
|
| |
איך מיין אז עס איז נישט געניג גיט פאר א מראה מקום ווייל אין נדרים איז דא 90 בלאט דאכט זיך מיר
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 01:04 |
|
| |
מחמת אפיסת הפנאי, עיין בגמ' נדרים
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 00:23 |
|
| |
שוים פין וויין ווייס איך ווייל עס איז קשה לשכחה אבער ווי איך האב דיר שוין געזאגט ביים וואך נאכט ביר ווייס איך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 00:16 |
|
| |
יאנאש,
דא האסטו.
 וואס איז טאקע פשט פון נישט טרינקען קיין שוים?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2006 23:46 |
|
| |
הע הע מען טרינגט נישט קיין שוים(איך ווייס נישט פארוואס אבער אזוי האסט די מיר געזאגט ביי פארברענגען'ס וואַך נאכט) די האסט געדארפט ווארטען ביז די שוים גייט אראפ
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2006 23:35 |
|
| |
און פארגעס נישט איבערצולאזן א טיפ.
(לעצטע מאל האסטו פארגעסן)
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2006 23:34 |
|
| |
יישר פאר די פיינע שוויציגע גלעזעל ביר, איך האב מיך נישט גערישט אויף אזא גיטס.
|
|
|
|
|