בית פורומים היימישע קרעטשמע

מיין באזוך אין ארץ ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/5/2006 00:45 לינק ישיר 
מיין באזוך אין ארץ ישראל

קודם שלום עליכם פאר אלע קרעטשמע איינוואוינער, שוין איבער א וואך וואס איך בין שוין נישט דא געווען.

לכאורה וועט אייך איינפאלן די ערשטע קשיא מה היום מיומיים, וואס פליצלינג באשרייב איך מיינע נסיעות, וואס געווענליך טוה איך נישט אזוי, וועל איך ענטפערן, די נסיעה איז געווען א אנדערע סארט נסיעה ווי געווענליך, געווענליך פאר איך אויף ביזנעס, איצטערט בין איך געפארן, ווי מרופט עס פאר פלעזשאר, אדער לכבוד ל"ג בעומר, וואטעווער יו ווענט טו קאל איט, האב איך אויפגעפאסט אויף מער זאכן וואס סתם אזוי ווען איך פאר האב איך עס נישט באמערקט, זייענדיג ביזי מיט די ביזנעס.

איז אזוי, קודם בין איך געוואויר געווארן אז אמעריקען עירליין ניצט טערמינאל 9 אין JFK אויך פאר אינטערנאציאנאלע טריפס, וואס געווענליך פלעגט עס זיין נאר פון טערמינאל 8, צווייטנס בין איך געוואויר געווארן אז איך דארף מיר נישט שלעפן צום אדמיראלס קלאב צו האבן אינטערנעט קאנעקשאן, נאר זיי האב אויך ביי אין קאנקארס, און אגב סאיז סך באקוועמער ווי אין אדמיראלס קלאב, ווייל דו קענסט בעסער מיט האלטן ווען מהייבט אן צו בארדן, דריטנס, אויף די נייע 777 פון אמעריקען עירליינס, איז דא ביי יעדע סיט א פעקס פלאג, ווי זיי רופן עס, אין ביזנעס, און אין פירסט קלעסס, קען מען זיך דארטן קאנעקטן פאר טייער געלט צום אינטערנעט, אין קאוטש קלעסס, ארבייט עס נשיט, ממילא האב איך זיך נישט געקענט קאנעקטן איצטערט פון פליגער.

נאך א זאך האב איך באמערקט, אז די לאנג איילאנד רעיל ראוד, איז דא דאבבעל דעקער וואגאנען פון צוויי שטאק, אינטערסאנט אז איך האב עס נאך קיינמאל נישט באמערקט.

אויפן פליגער, די עסן, כמיין אז די ווייס קעטערערס, איך ווייסט נישט ווער זיי זענען, וואלטן נישט געדארפט זיין אזוי קארג, מיט די כשר עסן, ממש א דשאוק וואס זיי גיבן, איך האב קיינמאל נישט אויפגעפאסט, ווייל געווענליך פאר איך מיט א שותף און מיר שמועסן כמעט א גאנצן וועג, איצט בין איך געפארן אליינס האב איך עס אויףגעפאסט, כמיין זיי וואלט געמעגט געבן אביסל מער פלייש, מיט א שטיקל קיגל וואלט אויך נישט געשאדט, און פארשטייט זיך א קליין פעקעלע קאווע, מיט א פעקעלע צוקער, איז פשוט א חזירישקייט נישט אריינצילייגן.

עני וועי איך בין איצט נאכאמאל געפארן מיט בריטיש, פארוואס (אזוי ווי זשויבוי האט שוין געפרעגט פערזענליך) ווייל איך האב געזען אז זיי האבן צוגעלייגט א נייע 777 צו זייער פליט קיין א"י האב איך געטראכט, ווי שלעכט קען שוין זיין א נייע 777 האב איך נאכאמאל פרובירט, וואס זאל איך אייך זאגן, יענע חתונה געווען, זיי האבן פארשלעפט מיינע פעקלעך ערגעץ ווי, און איך האב עס באקומען א טאג שפעטער, נאכן נאכלויפן זיי א גאנצן טאג, די פליגער אליינס איז געווען א "נייע" פארשטינקענע פליגער, איך פארשטיי פשוט נישט וואס סבאדערט זיי צוצושטעלן פליגערס אזוי וויי אלע אמעריקאנע לופט ליניעס שטעלן צו

מיין באזוך ביי זשובוי, טברי' מירון, ירושלים, פארזעצונג קומט אי"ה




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 20:19 לינק ישיר 

A1 מר. טאגליכט.

איך האף אז די קומענדיגע פארזעצונג וועט קומען שנעלער ווי די יעצטיגע.

ידידך י"י



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/5/2006 18:46 לינק ישיר 

טאגליכט, ריזיק, איך קען זאגן איך האב שוין אויך פיל מאל געזעהן וואונדערליכע השגחת פרטית ביין פליען, וואס קודם קוקט עס אויס אז מיט דעם גייט מען דערלייגן, ולבסוף איז דאס ממש געווען די טובה, נו זאל שוין זיין גוט פאר אידן.

טאגליכט קיפ און, ווי ניד מאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2006 07:32 לינק ישיר 

מוראדיק,

איך גיי עס אריינשיקן צו מעלות , "פון אייגענער ערפארונג"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 05:52 לינק ישיר 

געוואלדיג!

אסאך מאל זעט מען השגחה פרטית אזוי בולט אז מען ווערט צוטומעלט ווי געניט דער פון אויבן פירט אונז!

מיר האבן שטארק הנאה פון דיין מעשה, און מיר ווילן הערן נאך!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/5/2006 04:31 לינק ישיר 

שוין וועט מען ווייטער פארזעצן אביסל, לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן

איז אזוי איך האב נאך נישט פארענדיגט מיין חלק פונעם פליען, איך האב אויסגעלאזט אן אינטערסאנטע פרט, אזוי ווי איך האב א באקאנטשאפט מיט די ליפט ליניעס, האב איך געקויפט די טיקעטס, נישט ביי איין קאמפעני אויף איינמאל, נאר איך האב געקויפט צוויי ספעשלס, איינס ביי אמעריקן, און א צווייטע ספעשל ביי בריטיש עירוועיס, געווענליך לוינט זיך נישט אזוי צו טוהן ווייל די פעקלעך קענען אסך מאל ווערן צומישט, נאר אזוי ווי איך האב באשטעלט מיינע טיקעטס ממש צוויי טעג פארן פליען, און נישט וועלנדיג צאלן די הויזן האב איך געקויפט צוויי ספעשלס, למעשה איז עס געווען א גרויסע טובה מן השמים, וואס איז? איז אזוי בריטיש עירוועיס, קען מען איינטשעקן פיר און צוואנציג שעה פארן פליען, נישט קיין חילוק ווי די פליסט, משא"כ אמעריקען, מיט אלע אנדערע אמעריקאנע אירליינס, קאן מען נישט איינטשעקן נאר אויב דו פליסט אין די קאנטינענטל יוניידעט סטעיטס אר קענעדע, (ענד ווירזשין איילענדס אויב ווייסט עטץ ווי דאס איז ווייל איך ווייס נישט), שוין, מיטוואד אינדערפרי גיי איך צו צום קאמפיוטער און איך הייב אן די איינטשעקן פראסעס, ביי די סיט סעלעקשן איז מיר ארויף געקומען, אז אזוי ווי איך האב באשטעלט די טיקעטס זייער שפעט, ממילה קען איך נישט אויסוועלן קיין אנדערע סיט, און איך מוז נעמען וואס זיי געבן מיר, און זיי גיבן מיר די סיט 34F וואס איז פינקט א מיטן סיט, אזוי איך האב נשיט געדארפט יענע סיט, האב איך געגעבן א האק צו די סייט, נאך פארן איינטשעקן, טראכטענדיג אז איך וועל פרובירן שפעטער נאכאמאל, אפשר וועט  מיר געלינגען אן אנדערע סיט.

ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג, גיי איך נאכאמאל ארויף אויף זייער זייטל, און איך פרוביר נאכאמאל מיין מזל, און להכעיס, ווייטער די זעלבע סיט, שוין האב איך באשלאסן, זיי מיר געבענטשט, און געקרישמעליינט, איך וועל אין ערעפארט שוין עפעס פרובירן צו טוהן, און איך האב צוגעמאכט זייער זייטל, אוםאיינגעטשעקט,

ווען איך בין אנגעקומען אין ערעפארט, זאג איך פאר די וואס טשעקט איין אז מזאל שיקן גלייך די פעקלעך, TLV און איך ווייז איר מיינע קאנפירמעשאנס, יא אלעס שטימט, זי פאקט ארויף א סטיקער פון וואן ווארלד (אויב איר ווייסט וואס דאס איז) אז די פעקל דארף פארן גלייך קיין TLV, איך האב איר געבעטן אז זי זאל מיר איינטשעקן ביי בריטיש אויך, האב זי מיר געענטפערט אז זי קען נישט ווייל איך האב געקויפט עקסטער די טיקעטס, און איך וועל מיזן איינטשעקן אין לאנדאן, בלית ברירה האב איך געטראכט וועל איך מיזן איינטשעקן אנליין פארן ארויספארן, ווייל לויט מיין עקספיריענס, איז די דאזיגע פלייט פון 6:45 שפעט יעדן טאג מיט ארום א האלבע שעה,שפעט איז שוין געווען, ווייל איך בין געשטאנען ביי די טשעק אין באלד א שעה צייט אין די ליין, בין איך שנעל געלאפן צו די סעקיורעטי, דארטן האבן זיי שטארק געוואלט וויסן כדרכם ( ביי טערמינאל 9 אדער 8 די אנדערע ווייס איך נישט) וואס סליגט און די שווארצע באקסעלעך, און די קאשן, איך האב זיי (שוין צום צוואנציגסטן מאל) שיין מסביר געווען אז דאס ניץ איך ביים פרעיען, זיי זענען נישט צופרידן געווען פון די ענטפער און האבן למען השם געמוזט נעמען אזא ווייסע שמאטעלע, און ארום ווישן, און אריינלייגן אין מאשין, און אזוי האבן זיי מיר אדורך געלאזט.

ווען איך בין אנגעקומען צו די געיט, האט מען שוין געהאלטן אינמיטן בארדן, און איך דארף נאך איינטשעקן, מיין טיקעט איז געווען נומער איינס אויף די רייעס (ווער סקען זיך אויס ביי AA וועט פארשטיין וואס איך מיין) אלס שטענדיגער פליער, איך האב שנעל ארויס געשלעפט מיין לעפטאפ, און יאלא אריין צו בריטיש, א טשעק איין, און געגאנגען בארדען, פארשטייט זיך אז א פרינטער האב איך נישט געהאט האב איך נישט געקענט ארויספרינטן קיין בארדינג פעס, איך בין שנעל געלאפן צום געיט, און פארשטייט זיך נאך אריינגעכאפט צו קויפן א קארטן צוגרעטליך, הרב דשובוי שליט"א, און יאלא צום פליגער, פארשטייט זיך אז איך בין שוין אנגעקומען דער לעצטער, זיי האבן שוין געוואלט אויסרופן מיין נאמען ווי איך בין.

איך בין ארויף אויפן פליגער, און זיך מסדר געווען אויף מיין פלאץ. זיך אויסגעשטרעקט אויף פינף סיטץ אין געכאפט א פיינעם שלאף, בייייייייייייייייייייייייייזזזזזזזזזזזזזזז לאנדאן, ארום א שעה פארן לאנדן און LHR האב איך מיר אויף געכאפט, אין זיך געגרייט צום לאנדן, פארשטייט זיך אז די פליגער איז טאקע אנגעקומען מיט ארום א דריי פערטל שעה שפעט, אזוי אז איך האב נישט געהאט נישט מער ווי א שעה צום קאנעקשן, און ווער סקען זיך אביסל אויס מיט די עירפארט אין לאנדאן ווייסט אז צווישן טערמינאל 3 און 4 נעמט בערך פינף און פערציג מינוט, אנקומענדיג, בין איך גלאפן צום באס צו טערמינל פיר, איך בין אנגעקומען צום באס סטאפ זעה א ריזיגע ליין שטיין, און די זייט זעה איך ווי א עירפארט געהילף פירט א אינוואליד ל"ע, און גייט אריין אין עלעוועטאר, איך טראכט נישט קיין סך, אין איך מארשיר אויך אריין אין עלעוועטאר, אזוי בין איך גלייך אנגעקומען דער ערשטער צום באס, ווען איך בין אנגעקמען צו טערמינאל 4 זעה איך ווידער א ריזיגע ליין ביי די סעקיורעטי, און צו מיין מזל האב איך פארגעסן מיין עקסעקיוטיוו קארטל אינדערהיים, ממילה וואלט איך געמוזט שטיין אין די לאנגע ליין, אינמיטן הער איך אויסרופן אז די פלייט וואס פליעט קיין א"י פארמאכט מען שוין די טירן ביז 10 מינוט און ווער סקומט נישט אן וועט מוזן פארן מיטן קומענדיגן פלייט 8 אזייגער ביינאכט, סאיז מיר געווארן ביטער ווי די גאל, און איך דריי מיר נאך דא און א בארדינג פעס,

מה עשה הקב"ה, איך בין צוגעגאנגען צו איינעם דארטן און געזאגט אז איך האב נאך נישט מיין בארדינג פאס, וואס זאל איך טוהן, זאגט זי מיר קום מיט מיר, און זי שטעלט מיר אריין ביי די פעסט טרעק, ביז א מינוט בין איך שוין געווען ארובער, איך לויף שנעל צו צו די קאונטער בעטן מיין בארדינג פעס, זעה איך דארטן שטיין נאך עטליכע אידן, וואס זענען געקומען מיט מיין פליגער שטיין פארלוירן, וואס איז, אמעריקען האט פארגעסן זיי איינצוטשעקן און JFK און בריטיש טענה'ט איך האב שוין נשיט קיין פלאץ אלע סיטס האט מען שוין אוועקגעגבן פאר די סטענד ביי, אונז האב מיר מער נישט קיין פלאץ, און עטץ מוזט ווארטן ביזן קומענדיגען פלייט, וואס סאיז אכטע פארנאכטס.

איך בין שנעל צוגעגאנגען צו איינעם, און געזאגט אז איך האב שוין איינגעטשעקט, אבער איך האב נאך נישט קיין בארדינג פאס, וואס איך זאל טוהן, יענער גיט א טשעק אין קאמפיוטער מיין נאמען, און יא ער האט מיר געטראפון איינגעטשעקט, ער האט מיר געגעבן מיין בארדינג פעס, און מיט די נשמה בין איך געלאפן צום געיט,

אויפן פליגער האב איך אריינגעטראכט וואס סאיז דא פארגעגאנגען, ממש השגחה פרטית, ווען איך פרינט ווען ארויס די בארדינג פעס, וואלט איך געבליבן סטאק אין לאנדאן, ווייל די ליין ביי סעקיורעטי איז געווען זייער לאנג, ווען טשעק ווען איין ביי אמעריקען, וואלט איך ווייטער געבליבן סטאק, אזוי ווי די אנדערע אידן דארטן, וואס האבן איינגעטשעקט ביי אמעריקען.

פארזעצונג קומט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 19:37 לינק ישיר 

יעדן טאג זאג איך היינט, און למעשה ווער איך פארנומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 16:57 לינק ישיר 

טאגליכט

איך האב נאך אויף וואס צו ווארטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2006 05:31 לינק ישיר 

איך מיין אויב איך האב נישט קיין טעות, (דאכצאך אז דזויבוי האט מיר געזאגט אז אזוי איז אין פלאן, קען זיין שפעטער האט זיך דאס געטוישט, איך האב נישט געהערט פון איהם די פיינעל) איז טאקע טאגליכט געפארן מיט זיין אשת חבר כחבר, און ממילא נעקסטיים ערעב ניסל, שלאג איר פאר א טיקעט וועט זי גערן קענען באשטיין אז דו זאלסט פארן, און דו וועסט נישט דארפן אנקומען צו די פארוויקלטע שלום בית פראבלעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2006 03:19 לינק ישיר 

שלום עליכם טאגליכט! זייער גוט און א גרויסן יישר כח פארן נעמען זיך די מי צו באשרייבן דיין נסיעה קיין ארץ הקודש, איך האף אז דו וועסט אראפלייגן א גוטער ארבעט ביים באשרייבן דעם הערליכן הייליגן טאג אין מירון, איך מוז דיר זאגן אז דער עבור האט געוויזן אז דו קענסט אראפלייגן א גוט שטיקל שרייב ארבייט. איך וויל הערן א גוטן באריכט ווייל איך האב א שטארקן געפיל פאר ל"ג בעומר אין מירון איך ווייס נישט אפילו פארוואס אבער דאס איז דער פאקט, איך האב אפילו געהאט אן ערנסטן פלאן צו פארן היי יאר נאר מיין אידענע האט מיך אפגעהאלטן צו פארן אליין (ווי איך זע האסטו בעסער געהאנדלט די ווייב סיטואציע אזויווי דו האנדלסט בעסער אסאך שלום בית סיטואציע'ס -ווער עס האט אמאל געליינט דיינע ווערטפולע שלום בית ארטיקלען אין בחכמ"ה ווייסט וואס איך רעד). בקיצור, כה לחי, גיי ווייטער אן מיטן באשרייבונג, און איך האף אז מיר וועלן אלע הנאה האבן. יישר כח למפרע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מיין באזוך אין ארץ ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext