בית פורומים היימישע קרעטשמע

אידיש - יידיש - יודיש - הידיש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2006 13:46 לינק ישיר 
אידיש - יידיש - יודיש - הידיש

שוין כמעט זינט איך קען זיך ווייס איך פון זיי, און עווער סינס איך האב געהויבן מיין פענע צום
ערשטן מאל פלאג איך זיך מיט זיי, די סעקטע פראפעסיאנעלע שפראכיסטן -א צוזאמשטעל פון אלטע
שרייבער, פראפעסארן, און סתם זעלבסט-וויסנדע לייט. וואס פייטן פאר דאס אידישע שפראכע און אירע
כללים.

די כללים אין ספעלינג דאס בין איך איינשטימיג, כ'מיין דאס איז דאך נארמאל, מען דארף קענען
פארשטייין איינער וואס דער צווייטער שרייבט, אבער די וואזשנע כללים און דקדוקים אויף וועלכע
די הויכגעשעצטע רינדיגע ברילן לייגן אזא גרויס דגוש, מיט זיי פיר איך א וויסטער מלחמה.

ענדליך דעם חודש אין די חודש'ליכע אויסגאבע 'מעלות' האב איך געטראפן עפעס וואס האלט עטוואס
מיט מיר, אויף אן אמת גערעדט האב איך נישט געליינט פונקטליך וואס ער שרייבט דארט בדיוק, אבער
אויבערפלעכליך האב איך געזען עפעס וואס ליגט מיר שוין אויפן מיינד-מאגן-צינג פאר יארן, טא האב
איך זיך ארויפגעכאפט דערויף ווי א גערעגטער מלמד איבער א קאנטשיק.

ער שרייבט דארט בין הדברים אז דאס אידישע דפראך איז א 'פאלקס שפראך', וויאזוי דאס פאלק וויל
נוצט זי דאס, נישטא קייין שטרענגע באסאווע כללים וועלכע בינדן די מיילער און פענעס צו געוויסע
דיוקים און חומרות.

בכלל וויל איך שוין לאנג וויסן, ווער איז עס אט דער איינציגער גרונדער פונעם אידישן שפראך
וועמען די דאזיגע הויכבאשפריצטע שפיץ-נאז-גלעזערדיגע פראפעסישע שפראכיסטן טוען אזוי פארשוינען?!

פאר מיר מאכט עס סייווי נישט אויס, ביי מיר האט שוין די תאווה פון קריעטירן ווערטער לאנג גובר
געווען איבער געפעלן אט די שטרענג-פנימ'יגע פראפעסארן.




לענינינו:

אינמיטן די עפענונגס רעדע פאר די צוגרייטונגען צום מעכטיגן מעמד עניווערסערי האב איך געזאגט
דאס ווארט:

'מעגענער'

נאך בעפאר גרויזאמער וועט קומען צו לויפן זאגן אז דאס ווארט מיינט מעגא-נער אדער עפעס אנדערש
און נאך צוברענגען א ראיה פון עפעס א פארשטופטן וועפ-זייטל -וואס ווערט אויפגעהאלטן דורך עפעס
א מושב זקנים צו געבן אקטיוויטי פאר די אלטע לייט צו איינרעדן זיי אז זיי פירן דאס אידישע
שפראך- לאזט מיך זאגן וואס דאס ווארט מיינט.

דאס ווארט שטאמט פון 'מאגן' און איז אין א בחינה פון 'אפענע מיילער'.

ערלעדיגט?!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 02:06 לינק ישיר 

שלמה זלמן

איך האב נישט געזען די ארטיקל, אבער איך זע נישט קיין סתירה אין דעם וואס דו האסט אראפגעברענגט.
 אפילו עס זענען אוועקגעפאלן געוויסע זאכן ווי דער ה' אין פילע ווערטער וואו עס באלאנגט אינגאנצן נישט און מאכט נישט אויס, מיינט דאס נישט אז אנדערע ווערטער וואס זייער מיינונג מיינט אין פאקט נאר איין וועג ווען עס איז אויסגעלייגט אויף יענע ספעציפישע וועג. למשל, דאס ווארט "וואו" נוצט מען ווען עס באציט זיך צו א פלאץ, און די ווארט בלייבט אזוי, אפגעזען וויאזוי מען זאגט דאס ארויס, ווייל קודם כל וויאזוי דען וועט זיין דער חילוק פון "וואו" און "ווי", און פונקט ווי עס מוז זיין א חילוק פון "אויבן" ביז "אויוון", אדער "די" און "דו" אפילו מיר זאגן עס די זעלבע, עס מוז דאך זיין געוויסע כללים. 
און אפילו מען שרייבט ווי די אונגארישע גערעדעכץ מיינט דאס נישט אז מ'דארף יעצט אלעס ארויסשרייבן גענוי ווי מען זאגט ארויס דאס ווארט, פונקט ווי ביי אלע אנדערע שפראכן וואס עס איז דא כללים אין שרייבן, נישט פונקליך וויאזוי עס ווערט ארויסגעזאגט, און די הויפט טיילן זענען געבליבן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 23:55 לינק ישיר 

דער "מעלות" איז גערעכט מיט דעם אז אידיש איז א פאלקס שפראך, וואס פאלגט נאך וויאזוי מ'רעדט און אזוי שרייבט מען אויס די ווערטער. אנדערש ווי, למשל, לשה"ק, וואו די כללים זענען פעלזן פעסט און נישט קיין חילוק וויאזוי מ'זאגט ארויס דעם ווארט וועט זיך דער אויסלייג נישט בייטן. דער מעלות ברענגט אפאר רעיות, ווי דער פארשוואונדענער "ה" פון איהם, איהר, עהם און נאך, און דער "ע" פון ווילען, זיבען און נאך. אבער אינעם זעלבן ארטיקל איז דער מעלות זיך לכאורה סותר. ער שרייבט אז דער אנגענומענער אויסלייג איז דער ליטווישער און נישט דער גאליציאנער-אונגארישער. למשל א "ו" ליינט זיך אזוי ווי א קמץ ווי אין "אנטשולדיגט". טא, אויב איז די אידישע שפראך א פאלקס שפראך דארף מען שרייבן לויט'ן אונגארישן גערעדעכטץ ווייל למעשה רוב אידיש רעדנער זענען אונגארישע היינט צו טאגס. און ווען א אינגל שרייבט "ווי וואוינסטו" האט ער נישט געגרייזט (אנשטאט "וואו"), די ווערטער פין אין (און) איז גערעכט אויב אזוי. שלמה זלמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אידיש - יידיש - יודיש - הידיש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext