בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברכינו בברכה המשולשת--בתורה הכתובה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2006 21:12 לינק ישיר 
ברכינו בברכה המשולשת--בתורה הכתובה

נעכטן ראש חודש
ווען די ראשי הקהילה האבן "מכבד" געווען ר מעכיל חזן. מוסף.

האט ער "משטיינס געזאגט"זיך נישט כאפענדיג 
געזאגט דעם ברכת כהנים אזוי

או"א ברכינו בברכה המשולשת --------בתורה הכתובה ע"י משה וכו.

גרויזאמער זיצנדיג א באנק אינטער מיר גיט זיך תיכף א מירמל אינטער (?)!!!!!
המשולשת בתורה
אכסיף ר מעכיל חזן .

אהיים גייענדיג  טראכט איך צו מיר אפשר ברויך מען טאקע אזוי צו זאגן דעם ברכת כהנים.
ווייל אנדערש. ווי אזוי דער דרך העולם זאגט דאס. איז גרויס עם הארצות.

משולשת בתורה טייטשט סאיז 3 מאל איבערגעזאגט אין די תורה.
וואס דאס ווייסט יעדער חדר אינגעל אז סשטייט נאר איינמאל.

בברכה המשולשת
טייטשט. די ברכה וואס איז געטריפלט. דהיינו
יברכך.... יאר.... ישא.....
בתורה הכתובה ע"י משה עבדך
. וואס שטייט געשריבן אין די תורה וואס משה רבינו האט געשריבן.

יעצט גרויזאמער סוואלט געווען ראטזאם צו גיין איבערבעטן ר מעכלין
און אים זאגן אז לכתחילה ברויך מען זאגן ווי זיין מכלומרשטע טעות.








דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 09:01 לינק ישיר 

בןהרחמן;

א שכוייח אף דיין הערה/הארה,

אזוי ווי איך האב נישט געדולט, צייט, נערווערן, אריין צוקריכן אין דעם טעמע פון דיקדוק, איז מיר יעצט שווער דיר צוריק ענטפערן אויף דיין תגובה.
 
ואתכם הסליחה.
ועוד חזון למועד. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 23:14 לינק ישיר 

גם זו,
לכאורה לפי"ז אז משולשת קען האבן אן אנדערע באדייט אז עס איז געשריבן אין דריי פסוקים, פעלט דעמאלס נישט אויס קיין פסיק צווישן המשולשת און בתורה און מען קען זאגן המשולשת בתורה און עס וועט מיינען דעם פשט פון דריי פסוקים נישט איבערגעחזרט דריי מאהל, און בשעת מען זאגט עס דארף מען זיך נישט אפשטעלן אינמיטן, נאר וועט מען וועלן זאגן די טייטש וועט מען ניטש טייטשן צוזאמען המשולשת בתורה נאר קודם טייטשן די ווארט המשולשת און נאכדעם די ווארט בתורה,

אבער למעשה ווייס איך נישט צו דו ביסט גערעכט 1) ווייל משולשת מוז נישט מיינען איבער גע'חזר'ט דריי מאהל אין אנדערע פלעצער, עס מיינט א ברכה וואס איז געטריפלט אז מען זאגט אויף איינמאהל דריי ברכות, דהיינו יברכך יאר ישא.
 
2) די טענה אז לפי דקדוק קומט ווען ענדערש הכתובה בתורה ווי בתורה הכתובה, איך קען נישט אזוי גוט דקדוק, אבער איך זעה נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט בתורה הכתובה אז הכתובה בתורה זאל זיין אזוי סאך בעסער.

3) די טענה אז האמורה מפי אהרן וועט מיינען אז די תורה איז געזאגט דורך אהרן, מיין איך אויך אז דאס איז נישט קיין טענה, ווייל ווער זאגט אז האמורה גייט ארויף אויף בתורה, האמורה גייט ארויף אויף בברכה המשולשת, אז די ברכה המשולשת ווערט געזאגט דורך אהרן, כנלע"ד




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/6/2006 12:27 לינק ישיר 

דער ריכטיגער אויסלאג איז "ברכנו בברכה המשולשתבתורה .    הכתובה..."

הסבר

כדי אז ס'זאל נישט מיינענן משולשת בתורה  איבער געחזר'ט דריי מאל האט מען אריין געלייגט א פסיק נאכן משולשת כזה ( , ) לומר משולשת אין דריי פסוקים, המובא בתורה (פינטל) .  הכתובה די ברכה איז געשריבן ע"י משה עבדך, האמורה וואס ווערט געזאגט מפי אהרן.....

1) "בתורה הכתובה," האט נישט קיין זינען אין דיקדוק נאר אויב עס וואלט געשטאנען "הכתובה בתורה"
וואלט האס געווען ריכטיג.

2) "בתורה, הכתובה" וואלט געמיינט אזוי די תורה איז געשריבן דורך משה און איבער געזאגט דורך אהרן ובניו. און דאס איז ניט ריכטיג ווייל די תורה איז אמורה מפי ה'.


נ.ב.

ביי מנחה זאגט מען נישט או"א ברכנו... נאר אויב עס איז א תענית.
תוקן על ידי - גם_זו - 12/06/2006 12:37:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 08:03 לינק ישיר 

כ'האב מורא אז דו האסט נישט געדאווענט קיין מנחה היינט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 03:49 לינק ישיר 

זייענדיג פריער אין שוהל צו דאווענען "מנחה".

זעה איך אז א אינגערמאן וואס גייט קיינמאל נישט צו צים עמוד
שטעלט זיך צו אלס בעל תפילה .

וויסענדיג אז ער האט נישט  קיין יארצייט ווייל זיינע עלטערן לעבן נאך  ב"ה.
איז מיר געווען אויפפאלענד. וואס עפעס היינט?

קומט צו הויכע שמונה עשרה פאר שים שלום הייבט ער אן מיט פעסטקייט

ברכינו בברכה המשולשת----בתורה

דער גאנצער עולם נאקעט נא נא נא
ער שמייכלט זיך אינטער
איי עם הארצים . איי עם הארצום

ווייסען זיי נישט ווי אזוי מזאגט דעם ברכת כהנים! 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 02:01 לינק ישיר 

בייס זיך נישט די נעגל, מיין מאמע זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועסטו מוזן אויפזוכן יעדע נאגל! (גלייך נאכדעם וועסטו ווערן א קעצי וועגן די אלע לשון הרע'ס וואס דו האסט גערעדט...)

אבער אז מען רעדט שוין, וועל איך יא זאגן דעם אמת, מיין רב שליט"א זאגט יעדן שבת אזוי ווי דו זאגסט אז עס איז ריכטיג: ברכנו בברכה המשולשת, דא געט ער זיך אזא שטעל אפ, אזוי ווי ביי כי כל אלהי העמים אלילים, דאן איז ער ממשיך מיט אזא שלשלת ניגון אויף "בתורה" הכתובה על ידי משה עבדך וכו' וכו' וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2006 21:39 לינק ישיר 

יעך טוה תפילה אין א צווי צענדליג שוהלן דוירכאויס דאס יאר
(סאיז מסתבר אז אויב דו וואונסט אין ב"פ אדער מאנסי . ק"י .ווילי. האמיר זעך געטראפן)
כהאב שוין געהערט טויזענטער בעלי תפילות און "קיינער" האט נישט געזאגט דעם 
ברכת כהנים ריכטיג.

טאמער איר זענט געווען ראש חודש דער בעל תפילה פאר שחרית  דא אין קרעיטשמע (אזוי האט זעך געדאכט)
האט איר דאס אויך נישט גיט געזאגט.

נאר ר מעכיל האט דאס געזאגט ריכטיג.
 און אויך נאר "בטעות".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 21:21 לינק ישיר 

ניין ביין אונז אין שוהל, מיר קומען לכאורה פון זעלביגען שוהל, איא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2006 21:19 לינק ישיר 

דא אין קרעיטשמע האט מען שוין דן געווען איבער דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 21:15 לינק ישיר 

שוין געפאקט און געמאזעלט איבער דע נושא, ניבאדעי דארף מען צו זאגן בברכה המשולשת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברכינו בברכה המשולשת--בתורה הכתובה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext