בית פורומים היימישע קרעטשמע

פרעסטאראנט אדער קרעטשמע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2006 18:48 לינק ישיר 
פרעסטאראנט אדער קרעטשמע
מצורף קובץ

אין די שאפערס רוט פון פאריגע וואך האב איך היינט באמערקט אויף זייט 81, ווי א געוויסע געשעפטל מאכט א סורוועי וועלכע סארט נאמען זיי זאלן זיך אנרופן, די סורוועי הייסט U-NAME-IT און זיי האבן דארט א ריזיגע ליסטע פון פארשלאגעס וואס מענטשן האבן מכלומר'שט אריינגעגעבן.

צווישן די נעמען ליינען זיך - מיט אפשיי - FRESTAURANT



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/6/2006 04:32 לינק ישיר 

קרעמער,
 
איך פרשטיי נישט וואס דו מאכסט אזא בהלה
וואס איז שוין געשען , וואס פאר א תקלה

האט איינער אריינגעשריבן פרעסטוראנט
עס איז אפילו נישט  אינטערעסאנט

דער נאמען "די קרעטשמע" אין די זיבעטע רייע
איז סאך מער ענדערשער פאר די געשעפט די נייע

און בכלל וואס האסטו דען געוואלט
מען זאל געבן א נאמען ריין ווי גאלד

די עצם רעסטוראנט דעמאנסטרירט פרעס
זאל מען עס נאך רופן מיט א אינהאלטפולע אינטערעס

באלד וועט עס נאך אויסקוקן ווי די 'מאושר'
גלייך צו די סעלפונס אן קיין שום קישור

זאל עס הייסן פרעסטוראנט, לאז געמאך
וועט העכסטענס יעדער וויסן זייער פאך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 00:08 לינק ישיר 

מפוקל;

יעפ יעפס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/6/2006 22:22 לינק ישיר 

קרעמער,

דיין לעצטע תגובה אויף די ווארט "אירע" האט מיך דערמאנט די אשכול "קינדערישע גערעדעכטצער"

געדענקסט נאך?

היו ימים!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 05:51 לינק ישיר 

פרעטצלס;

עס הערט זיך קאמיש אבער אז דו זאגסט אז עס איז א פאקט, ווער בין איך זיך צו קריגן דערויף?

אבער - שלא באותו ענין - עס דאכט זיך מיר אז די ווארט 'אירע' וואס דו שרייבסט, אין לו שחר, עס איז עפעס נישט קיין ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/6/2006 03:33 לינק ישיר 

איך -און אזוי אויך דער אייגענטומער פונ'ם סטאר-  האבן אויך נישט געגלייבט אז מענטשן גייען אריינשיקן נעמען פאר די סטאר, די מציאות איז אבער אז ס'איז דא מענטשן וואס מאכן זיך וויסענדיג פון די סארט סערוועיס, און זייער אסאך אירע האבן אריינגעקאלט מיט בייפאלען.

מיט דעם ביסטו גערעכט אז מ'דארף עס נישט דרוקן, אבער דאס האט שוין גאר קנאפ מיט'ן סטאר אייגענטומער, עס האט מיט דעם וואס מאכט די אדווערטייזמענטס פאר אים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 01:44 לינק ישיר 

פרעס'ערל;

פון וואו קענסטו דאס וויסן פאר א פאקט? מיין מושכל ראשון זאגט אז דאס איז פון פינגער אויסגעזויגן! איך גלייב זייער שווער אז מענטשן רופן זיך אן צו א סורוועי איבער נעמען פון א פרעסטאראנט, וואס האבן זיי דערפון? וועלן זיי קענען אריינריקן א שטיקל פיצא אומזינסט צוליב דעם נאמען וואס זיי האבן אריינגעשיקט?

און אויב שוין יא כדבריך, ברויך מען דען יענעם וואנזיניגן נאמען דרוקן? עס איז דא א באקאנטע כלל: נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען מעג טראכטן - מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען מעג זאגן - מעג מען שרייבן, נישט אלעס וואס מען שרייבט - מעג מען דרוקן!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/6/2006 23:40 לינק ישיר 

פאר דיין אינפארמאציע, די אלע נעמן וואס דו זעסט דא האבן מענטשן ערנסט אריינגעשיקט, איך ווייס דאס פאר א פאקט, סאו פאר דו באשולדיגסט דעם אייגענטימער פונ'ם געשעפט, מאך קלאר דו פאקטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 19:00 לינק ישיר 

אפשר זענען די נעמען נישט אזוי ליינבאר דא, אבער איינס פון זיינע הוי אמינא'ס איז - נישט מער און נישט ווייניגער ווי - "כלבא שבוע"!

א סקרוך איז מיר אדורך אין די ביינער זענדיג ווי נידריג א געשעפט אייגנטומער קען זיך דערקייקלען מיט איידיעס, נוצן א נאמען פון א ערליכן איד וואס האט געלעבט בימי חז"ל און דאס נוצן פאר א נאמען פון א פרעס געשעפט?!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/6/2006 18:51 לינק ישיר 

די פאריגע תגובה איז מיר עפעס צוהאלבט געווארן! עס איז אריין נאר די אויבערשטע העלפט דערפון. לאמיר דא משלים זיין דאס איבריגע:

א חרפה און א בושה וואו נידריג מען קען זיך דערקייקלן, א נאמען צו געבן - אדער אפילו האבן א הוי אמינא א נאמען צו געבן - פאר א רעסטאראן "פרעס-טוראנט"!

די סיבה פארוואס איך האב אבער אריינגעסקענט דעם בלעטל איז צוליב א צווייטן נאמען דארט וואס איז מיר גראדע יא געפאלן, הגם מיר האבן די רעכטן דערויף, עס איז COPYRIGHT.

די נאמען געפונט זיך אויפן צווייטן רייע פון לינקס, די 7'טע נאמען פון אויבן אראפ.

THE KRETCHMA!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פרעסטאראנט אדער קרעטשמע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext