| נשלח ב-5/6/2006 06:05 |
|
| |
לאזט פארמאכט די רבינו תם'ס!
היינט איז דאך אזא סארט וועלט וואס אלעס ברויך גרינג אנקומען, אויב מען מוז האלטן די האנט אויפן אויער אויסצוהערן יענעם'ס רייד, קען מען דאך ח"ו איבערגעשטרענגט ווערן, האט מען באשאפן אזא סארט קליפ וואס מען קלעפט ארויף אויפן אויער ווי די קרני פרה, און עס רעדט זיך פון זיך אליין!
דאס איז נאר איינס פון צווישן מיליאנער דוגמאות וויאזוי די מענטשהייט מאכט זיך היינט כלומר'שט גרינגער, אבער נישט דאס איז די טעמע פון מיין דאזיגן תגובה היינט אויפדערנאכט. איך וויל זיך באציען צו די אזוי גערופענע: פיענוח ראשי תיבות וואס מען זעט היינט לרחצה (זיך צו וואשן).
יעדער מוציא לאור טוהט זיך היינט אויף אז "מיר האבן געעפענט אלע ראשי תיבות פונעם ספר" אז דער ליינער זאל קענען לויפן (למען ירוץ בו הקורא), אבער אפטמאל קומט אויס אז בא לתקן ונמצא מעוות, ער מאכט גאר ארגער מיטן ארויסשרייבן די ראשי תיבות וועלכע ער דערקלערט אז דאס, און טאקע נאר דאס, האט דער מחבר פונעם ספר געקלערט בשעת'ן שרייבן די ר"ת.
אלזא, לאמיר צוקומען צו צוויי דוגמאות וואס האבן לעצטנס געכאפט מיין אויג, און מיט די צייט וועל איך - אי"ה בל"נ - צולייגן נאך אנדערע פעלער וואו איך האב געפונען אזעלכע און ענליכע ענינים.
1) לערן איך מיר היינט מיין טעגליכן מוסר שיעור אין שבט מוסר, באמערקט איך ווי דער נייער מוציא לאור (עליו השלום) האט געעפענט אזא סארט ראשי תיבות (איך וועל שרייבן דעם המשך הדברים, כדי איר זאלט פארשטיין. איך האב נישט דעם ספר פארענט פון מיר, וועל איך שרייבן אין אידיש): עס איז א געוואלדיגע סגולה אקעגן מחשבות זרות וואס קומען אריין אינעם מח פונעם מענטש ביים דאווענען, אז מען זאל זאגן דריי מאל די ווארט "פי"! שרייבט ער אבער דערויף: אבל בתפלת ידי חובתו לא יאמר כן!
ילמדנו רבינו, זאג מיר רבי'ניו, וואס איז די פשט פון די מאדנע ווערטער?
פשט איז זייער פשוט, דא איז געשטאנען "אבל בתפלת י"ח לא יאמר כן", אז מען זאל אינמיטן שמונה עשרה (י"ח ברכות) נישט מפסיק זיין מיטן זאגן "פי פי פי", איז געקומען דער אויבער-חכם און "גרינגער" געמאכט פארן ליבן לעזער און ארויסגעשריבן "אבל בתפלת ידי חובתו לא יאמר כן"...
2) אין די דבר יום ביומו המכונה טראלי צעטלעך וואס ערשיינען יעדן טאג אין די בתי מדרשים און מקואות פון וויליאמסבורג, זעה איך לעצטנס אז עס געפאלט אויס די יארצייט פון הרה"צ פלוני אלמוני (כ'געדענק שוין נישט דעם נאמען) וועלכער איז געווען דער "מגיד משנה" פון שטאט פלוני (כ'געדענק שוין נישט דעם נאמען פונעם שטאט).
וואס?
גארנישט! עס איז געשטאנען "מ"מ בעיר פלוני" און אנשטאט ארויסשרייבן "מגיד מישרים" - אדער לאזן פארמאכט די ראשי תיבות - האבן זיי זיך איבערגעקלוגט און ארויסגעשריבן ברוב עמי-הארצות "מגיד משנה" בעיר פלוני...
יעצט פארשטייט איר שוין דעם מאדנעם קעפל מיינעם?
איך האב געשריבן "לאזט פארמאכט די ר"ת", און די חכמים פון היידפארק האבן ארויסגעשריבן די "רבינו תם'ס"....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 00:13 |
|
| |
קוקט נאר קוקט, וואס איין אויפגעעפענטע [פיענוח בלעז] ראשי תיבות קען אלץ אנווערטשאפן... עס הייבט זיך אן ביי רבינו תם, און דער שמועס דערקייקלט זיך ביז צו - להבדיל אלף אלפי הבדלות - א 39 יעריגער שחור וועלכער קען הייבן א האנט און א פוס אין באזע-טאבע (בעיסבאל בלעז)... שומו שמים!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 23:41 |
|
| |
קודם דארף מען פארשטיין פאר וואס מ'האט איהם א נאמען געגעבן גארדען, -מ'שטיינס געזאגט טאם איז זיין לעצטע נאמען- איז עס צוליב וואס זיין זיידע האט געוואוינט אין א גארדען און ער האט פארלאנגט דורכאויס אז אלע קינדער מוזן האבן כאטשע איין קינד וואס זאל גערופן ווערן גארדען, לכאורה נישט, ווייל איך האב דאך נישט געהערט פון נאך א טאם גארדען, א קוזין זיינע אלא מאי זיי דו ממשיך.
און חוץ מזה וואס עפעס פאלט דיר ביי אז דו האסט מיר נאכנישט געזעהן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 23:28 |
|
| |
עליכם שלום סאכדעס, נאך קיינמאל נישט געזען, איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט לג בעומר, עניוועי, וועגן איך וויל נישט פארדרייען די שמועס פון די אשכול, און אז די ווילסט דווקא יא רעדן פון אים, פאנג די אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 23:14 |
|
| |
דריי מאל ערשט שלום, שוין לאנג נישט דיר געזעהן, כ'מיין אז די לעצטע מאל איז געווען לג בעומר, עניוועי, פארוואס ווילסטו רעדן שפעטער איבער טאם גארדען, לאמיר איצט רעדן פון איהם, נו הייב אהן
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 22:41 |
|
| |
פון טאם גארדען וועלמיר אויך (אפשר) רעדן א אנדערס מאל
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 22:33 |
|
| |
און אז מ'רעדט שוין פון רבינו תם, ווייסטו אוודאי פון יענעם מן-הפרץ וואס האט מחדש געווען אז משפחת תם איז באשטאנען פון פיר ברודערס ווי פאלגענד:
א) רבינו תם ב) שור תם ג) דער ברוך טעם ד) טעם כעיקר
די שאלה איז נאר אויף דעם טעם כעיקר, פארוואס האט ער פארדרייעט די יוצרות? זעהט אויס ער איז שוין געווען מער מאדערנעזירט, (קען זיין פארדעם האט ער אזא אייניקל בן אחר בן וואו ......... טאם קרוז!)
ווידעראום וועגן די אינטערהויזן וועלן מיר שוין רעדן ביי אן אנדערן געלעגנהייט.
|
|
|
|
|