| נשלח ב-12/6/2006 01:49 |
|
| |
וואס האט זי געזאלט טוהן?
מעשה שהי'. היינט זונטאג בהעלותך (אין אמעריקע). ס'איז געווען א שיינעם וועטער, און כ'האב נאכנישט געזעהן די נייע אויסשטעל אינעם אוהל אופן ציון אין ק"י, האב איך באשלאסן: יאלא... איך גיי ארויף צום ציון.
זאגענדיג די ברכה בשעת איך גריבעל אין מיין קליינטשיק אינערלעכן רעקעל טאש, זיכענדיג, אפשר בטעות ליגט דארט א גארטל, קומט מיר אקעגן א פרוי, אין איר הענט האלט זי תהילים'ליך, געניג פאר א מנין - ווייזט אויס אז א משפחה וואס האט יארצייט האבן איר אנגע'שדכ'נט מיטן צוריקטראגן אויפאיינמאל די לאסט וואס יעדער אין די משפחה האט צוביסלאך באזונדער געברעגט...
"אפשר זענט איר אזוי גיט, אינגערמאן, און טראגט דאס אריין אין אוהל," פרעגט זי מיר.
אלס אל תרבה שיחה, ענטפער איך קורץ, "יא".
זא הויבט זיך אן די דילעמא!
מיר שטייען ביידע אויפן פעלד אינעם בית החיים, בלויז גינע גראז ארום און ארום פאר א שטרעקע פון 100 פיס צו יעדע זייט. נו? וואס טוט זיך מיטן יד ליד לא ינקה? וואו קען זי מרצה תהילים'ליך זיין, אזוי פראסט?
א קליגע אידענע איז זי פארט געווען.
זי נעמט דוד המלך'ס ק"נ קאפיטלעך, און ווי א ערליכע פרוי בייגט זי זיך אנידער און לייגט אלעס אראפ אויףדער ערד!!!!....

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 19:52 |
|
| |
*
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 18:30 |
|
| |
בנוגע שאקלן הענט מיט פרויען לצורך ביזנעס, האב איך לעצטנס געזען א מורא'דיגע מעשה, וואס האט פאסירט ביי הרה"ח ר' ישראל דוב (בערל) האלברשטאם ז"ל פון אנטווערפן (דער זון פון ר' ברוך אברהם ז"ל), וואס ער שילדערט אויספירליך אין זיין גאר אינטערסאנטן ספר (כ'געדענק נישט יעצט דעם נאמען) וויאזוי עס איז אים געלונגען צו טאן געשעפטן מיט די גרעסטע דיימאנט סוחרים אויפן בערזע נאר אדאנק דעם וואס ער האט אפגעזאגט צוריקצוגעבן די האנט פון א פרוי וואס איז מיטגעקומען צו די מיטינג זייערע (איך שרייב דא די מעשה אויפן שפיץ גאפל ממש, עס ווערט הערליך מייסטערהאפטיג באשריבן אין יענעם ספר, עס לוינט זיך צו ליינען אינעווייניג, א שאד איך האב עס נישט דא, איך וואלט עס אריינגעסקענט), עס איז געווען א מורא'דיגע קידוש השם ווי דער אפגעריסן חסידיש אידל מיטן בארד, דער עקשן וואס האט געהאט די חוצפה אפצוזאגן א האנט שאקל מיט איינע פון די גרעסטע סוחר'טעס אין די ליין, האט גאר באוויזן צו מאכן א דיעל מיט זיי וואס האט אים ערווארבן א נאמען אלס גרויסע דיימאנט סוחר אין די בערזע.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 16:17 |
|
| |
קרעמער ישר כח. כ'האב זיך היינט פארטאגס דערמאנט אז כ'האב זונטאג איבערגעלאזט דא א פרידא טובה, יעצט טשעק איך אויס זעה איך אז די ת"ח האבן זיך צוזאלאזט, און איך ווייס נישט ווי צו אנהייבן און ווי צו ענדיגן.
שלמה זלמן: ס'איז נישט אז איך האב זיך אפגעזאגט צו נעמען; זי האט זיך אפגעזאגט צו געבן. זי האט געהאנדערלט UNILATERALLY.
אויף מרצה זיין מעות, אזוי ווי משנה למלך האט שוין באריריט, זאגט די גמרא דאס לשון "בשביל שיסתכל בה" ס'טייטשט ער טוט דאס פאר הנאה. דערפאר ביי מיר אין שטיב, כאטש כ'האב איינגעפירט אז מ'גיבט נישט גלייב איבער, דאך איז דאס א "שיינע זאך", אבער נישט אבסעלוט.
רייכן די האנט, איז שוין, אין מיין מיינונג אנדערש, ס'איז געצילט אויף צו צייגן, IT''S NICE MEETING YOU, און דארט שטעל איך זיך יא, ביי הוק אר ביי קרוט.
ס'קומט מיר אויס כמעט יעדן טאג זיך צוטרעפן מיט פרויען. איך מאך זיכער, נאך ביים סקעדשולינג, צו זאגן:
Although we do have great respect for every human being, but, purely as a religious rule; we don't do cross-gender hand shake.
טו מאטש אפ מיי סופרייז, האב איך שוין געטראפן אזאנע וואס זיינען נישט באהאווענט געווען מיט די מנהג, אבער קיינמאל, NEVER EVER, האט עמיצער געהאט א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, אין א שמועס מיט אייניגע פרויען האב איך אמאל זיי מסביר געווען אז די מנהג, אין א געוויסע זין, איז אהערגעשטעלט כדי צו היטן אויף די פרויען'ס זעלבסשטענדיקייט. און ווער נאך ווי א גוי'אישע פרוי האט אזוי גיט פארשטיינען די באדייט?...
דרך אגב, שלמה זלמן, מיט א שטיק צייט צוריק, האב איך געזעהן א תשובה פון א היינטיגער רב, ווי ער איז זיך מטפל אפצוווענדן א היתר פון "שלמה קארלבאך" אז משום כבוד הבריות טאר מען נישט אפזאגן ווען א פרוי שטרעקט אויס די האנט.
לויט וויפיל ס'איז מיר היינט באקאנט איבער שלמה קארלבאך, ווייס איך נישט צו די היתר איז כבוד הבריות אדער הנאת הברית.... ליינט אין די אויבנדערמאנטע לינק די פאראגראף:
When he asked her to show him around the camp, Rachel says she felt, "what an honor [it was] to be alone with this great man."
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/6/2006 02:10 |
|
| |
זייער זייער ריכטיג געהאנדעלט, איך וויל נישט אריינגיין אין קיין אריכות, היות דער אלטער אמת'דיגער דאיען איז דא צווישן אונז, סיעט נאך אריינגיין אין די גדר פון מוירע האלוכע ביפניי ראבוי (וועא"מ)
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 17:55 |
|
| |
זי וואלט געדארפט אליין אריין גיין אין אוהל און אריין לייגן די תהילים'ס אין שאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 08:17 |
|
| |
עווריזש;
דער טעם האיסור פון איבערגעבן מיד ליד איז וועגן הסתכלות, דארט וואו ער איז נישט מכוון לשם הסתכלות איז לכאורה גרינגער. און בכלל איז די לשון הגמרא נישט לאיסור נאר כדלהלן: המרצה מעות מידו ליד אישה כדי להסתכל עליה לא ינקה מדינה של גיהנם. לגבי אראפלייגן ספרים אויף דער ערד, אויב איז עס נישט דרך בזיון איז נישטא קיין פראבלעם לכאורה.
נאטורליך;
טאקע צוליב "קידוש\חילול השם" ווייס איך פון אומצאליגע פעלער וואס דער תורה'דיגער מאנספערזאן האט זייער שיין מסביר געווען פאר די ערלית אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו 'שעיקן הענדס' מיט א פרוי צוליב די נאכווייען וואס קען חלילה גורם זיין. זי האט דאס גאר גערן אנגענומען אנשטאט ארויסווייזן אנטוישטקייט. כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.
זארעכ;
שלום עליכם.
יענטאאש;
איך האב מיר נאך קיינמאל נישט באגעגענט מיט אזא שאלה, ווייל אין שטאט איז נישטא קיין שמאלע וועגן מיט מאראסט ביי די זייט.
תוקן על ידי - kraitchmer - 13/06/2006 16:19:47
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:30 |
|
| |
יענטאאש. דער כלל איז אזוי ווי כ'האב געזאגט פריער. און דאס איז דער עלטסטער כלל אין די
עוואלוציע: נאר די שטארקע בלייבן (ONLY THE FITTEST SURVIVE). שטיי גענוג לאנג אינעם דורכגאנג
און זי וועט זיך שיינערייט אראפרוקן מיט אירע קייזער היי הילס...
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:20 |
|
| |
שלמה_זלמן;
וואס טוט זיך אויב דו טראגסט די ברוינע ארבייט שיך און זי די גע'אסר'טע ווייסע סניקער? אדער אויב דו גייסט מיט א גע'אסר'טן קאלירפולן סעלפאון און זי די גע'אסר'טע סניקער?? אדער אויב דו האסט די גע'אסר'טע סעלפאון מיט פלארשיים שיך און זי האט די כשר'ע סעלפאון מיט היי היעל פיטער קייזער שיך אבער מיט א באגעבו קערידזש??......
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 05:03 |
|
| |
וועגן אזעלכע סיטואציעס שטייט שוין לאנג געשריבן "על זאת יתפלל כל חסיד רק לשטף מים רבים אליו
לא יגיעו". ס'מיינט אז א חסיד בעט דעם אויבערשטען ער זאל אים אפהיטן פון אזעלכע דעבאקלען.
אבער למעשה וואלט איך יא גענומען די תהלים'ס פון אירע הענט. וואסידען?
וועגן אפטרעטן ווענדט זיך וועלכע שיך איך / זי האבן און אויב זי שטופט א וועגעלע. א וועגעלע
קומט אלס קודם. מ'קען נישט שטופן א קערידזש אין בלאטע. ממילא אויב זי שטופט א קערידזש האט זי
די רייט אף וועי. ווידער אויב זי גייט אליין און איך טראג מיינע פלארשיים'ס און זי טראגט די
גע'אסר'טע ווייסע סניקערס איז אוודאי און אוודאי אז זי דארף אפרעטן. אויב אבער טראגט זי
מאנאלא בלאניקס און איך די גראבע ארבעט שיך איז פארקערט. גיי איך אראפ פאר איר. די דילעמא איז
נאר אויב איך טראג די פלארשיימ'ס אויפ'ן וועג צו א שמחה און זי טראגט די בלאניקס מיט היי
הילס. אין אזא פאל בלייבט מען שטיין. און ווער ס'איז שטערקער געווינט.
נכתב לא למעשה ולא להלכה. וכ"א ינהג כפי שקבל מאבותיו נ"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 04:54 |
|
| |
ווי איך געדענק איז אזוי. מען טאר נישט איבער געבן פאר א פרוי אין די האנט כדי צו קענען הנאה האבן דערפון.
איבער א שמאלע דורכגאנג האב איך אמאל געהערט פון איינעם, נישט א דיין, אז עס שטייט כל כבודה בת מלך פנומה, פרויען האבן זיך נישט וואס צו דרייען אויפן גאס, און אז עס מאכט זיך א וויכטיגע זאך, איז זיכער אז די מאן דארף קודם גיין, ווייל עס איז דאך זיין גאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:30 |
|
| |
זארעכ;
נו וואדע האב איך שוין געהערט אז א ליידי זאל זיך פאר מיר רוקן...... ווען עס קומט צום ארויסטראגן די גארבעדזש רוקט זי זיך שטענדיג אפ פאר מיר....... גראדע ביים שלעפן אנדערע זאכן טרעט זי אויך געווענליך אפ פאר מיר....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:26 |
|
| |
יענטאאש: כ'בין געשאקט. כ'פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען נעמען אזא פאשעטע הלאכע און דאס אויסדרייען. ביסטעך ממש א מעגאלע פאנים שעלוי כעהאלאכע כערמאנעצלאן שעמשמרייני.
האסט שוין געהערט אמאל אזאנס אין אמעריטשקע, אז א 'ליידי' זאל זיך פאר דיר ריקן, ווייל זי איז פוירסט זיך צו ריקן...?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:16 |
|
| |
זארעעעעככחחחח;
זיכער געדענק איך די האלוחע פון ליידית ףערסת, מיין שאלה איז נאר צו פוירסט אפצוטרעטן אדער פוירסט נישט אפצוטרעטן....... וועדויק.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:12 |
|
| |
יענטאאש: וואסי מיט דיר, נשתכחה ממך ההלכה? האסט פארגעסן די ברייט באקאנטע האלאכע פון: ליידיס פוירסט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 03:07 |
|
| |
איך בין נישט קיין דייען, אבער איך וועל ברובירן אריינצו ווארפן מיינע צוויי גרייצער.
לגבי די ערשטע שאלה, זעה איך נישט קיין בראבלעם אויב מען לייגט דאס אראפ בדרך כבוד, וויפיל מאל קומט אויס אין שטוב אז מען לייגט אראפ אויפן פאדלאגע ספרים, צו אין ספרים געשעפט, ספרים ווערן נישט באליידיגט, עס איז נאר נישט קיין כבוד התורה, אבער אז מען לייגט דאס בדרך כבוד זעה איך נישט קיין פראבלעם (ספעציעל ווען מען טוט דאס זיך צו אפהיטן פון עפעס וואס דו תורה לאזט נישט טאן.
און לגבי די צווייטע שאלה, קלער איך מיט מיין דעת בעה"ב, אז א פרוי האט נישט קיין איסור פון איבערגעבן פאר א מאן, גראדע און גמרא זעה איך נישט קיין חילוק, די לשון "יד ליד" איז משמע ביידע, אבער אזוי מיין איך איז אנגענומען, די זעלבע זאך איז מיט אנרירן א מאן, איז הארבער דעם מאנפערזאן זייט, קומט אויס אז עס איז מוטל אויפן מאנספערזאן זיך אפריקן ענדערש ווי די פרוי.
|
|
|
|
|