| נשלח ב-13/6/2006 00:55 |
|
| |
ספעציעלע רינג-טאון פאר בחורים?
איך ליין און ליין, אבער קען נישט דערגיין, וואס טוט דאס זיין? א רינג-טאון וואס גייט נאר פאר יוגענטליכע אין אויער אריין? איך קען דאס נישט פארשטיין! ליינט דאס אליין.
http://1010wins.com/pages/45239.php
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 23:28 |
|
| |
א ביסעל קלארער צי מאכען די זאך ביז בערך די פערציגער יארען, הערט מען נאך די טאָן, בערך ביי די פערציג האט שוין כמעט יעדער א שוואכערע כח השמיע, און מען הערט דאס מער נישט, וויבאלד עס איז צי א הויעכע פריקווענסי, (אדער אקטיוו און מוזיקיש) אין ממילא הערט זיך עס זייער שטיל, אויב ווילסטי פארשטיין, זעץ דיך אראפּ אין א שטילע צימער, נעם ארויס א music קי בארד, אין דריק דעם c note אויף א יעדע אקטיוו, וועסטי זעהן וואו העכער די אקטיוו אדער טאָן און אידיש אלץ שטילער איז די סאונד sound
ודי לחכימא ברמיזא
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 21:38 |
|
| |
רבותי עס איז צרות, דער אלטער גרויזאמער קען עס נישט הערן, ער איז ווילד ווי א צאפ, איך ציטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:55 |
|
| |
ב"ה. דער אלטער יענטאאש האט נאך געקענט הערן דעם פייף אפילו ווען 'מיאמי בויעס' האט געהאקט אין קאפ אריין אויפן זעלבן ספיקער.
לויט וויאזוי איך פארשטיי מיינט דאס אז איך קען נאך האבן אן אקטיווע ראלע אין די אינגע פירערשאפט אין די קרעטשמע. נישט אזוי יאנאש? הא יאנאש?!!! נישט אזוי?!!..... האלאו יאנאש!!!!!!..... וואס?!!!... אה.... דער אלטער יאנאש הערט דאך נישט געהעריג נעבעך.....
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 02:51 |
|
| |
די וועלט זאגט אז ארבעטן מאכט אינג, זעהט אויס אז עפעס אמת איז דא דערין.
היינט אינדערפרי פארן ארבעטן האב איך עס נישט געקענט הערן, אבער איצט נאכן ארבעט, קען איך שוין יא ב"ה.
יישר כח קרעמער, האסט מיר מחיה געווען, (איך האב מיך שוין געהאט דערשראקן).
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 01:59 |
|
| |
געבענטשט זענען הענט וואס טוען אליין, איך האב דאס נאכגעזוכט (טאקע אויף אכט-אכציג פינטל קום) און געפונען. ברוך השם אז איך בין נאך פון די אינגערע, איך הער דעם פייף קלאר און דייטליך!
http://podcast.wcbs880.com/wcbs/15463.mp3
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 01:50 |
|
| |
יאנאש;
איז דא ערגעץ אויפן וועלט ברייטן געוועב וואו איך קען 'הערן' (אדער 'נישט הערן') דעם רינגטאון? כ'וויל דאך זייער וויסן אויב איך צייל זיך שוין צווישן די עלטערע......
|
|
|
|
| נשלח ב-13/6/2006 01:13 |
|
| |
יא יא אזוי ווי דו הערסט.
היינט א גאנצן טאג זענען זיי ביזי געווען דערמיט אויף די נייעס, פונקט ווי מען פארקויפט אזאנע פייפער'ס צו לייגן אויפן פראנט באמפער פון די קאר אנקעגן הערשן, וואס דאס פייפט אזוי הויך (אדער אויף א געוויסע פריקענסי (וועא"מ)) אז מענטשן קענען דאס נישט הערן, דאס זעלבע איז מען אויפגעקומען אז עס איז דא פ "פריקענסי וואס עלטערע אויערן קענען נישט אויפכאפן, מען נוצט דאס שוין א שטיק צייט אין שאפינג צענטער'ן ביי געשעפטן וואס מען וויל ציען יונגע קאנסומער.
ביי די וועי, ווען מען האט געשפילט די רינג טאן אויף אכט אכטציג היינט, האט דער אלטער יאנאש נישט געקענט הערן.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|