| נשלח ב-13/6/2006 22:00 |
|
| |
-- מ'גייט איבערבויען די קרעטשמע --
-נאך לענגערע חדשים, מיטונגן אינעם קאנפרעס-צימער, נאכן איבערגיין מיטן קאנטראקטער, בילדער, ארכיטעקטער, צו זעהן אז די צימערן פון "פייטונג-אריע" מיט וויינען און שמייכלן צימערן זאלן נישט צוזאמקרעשן, זעהט אויס אז ס'איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל צושטאנד קומען
דא אינעם יעצטיגן בודקעלע איז מיט דערצייט געווארן אזא צושטיפעניש אז ס'איז געווען און ס'איז יעצט ממש געפערליך, בעסיקלי, איז די מעין פראבלעם דא געווארן מיט קרעמער אליינ'ס, ס'טייטש, ער וויל אריינלייגן נאך און נאך תגובות און ס'גייט נישט, ביז דריי טויזענט האט נאך ווי נישט ווי אריינגעפיט, אזוי צוקוועטשטערהייט ווי מ'זעהט פון די תגובות אליינ'ס... און קרעמער שרייט מ'קען נישט אזוי, מ'מוז זעהן ער זאל קענען דעריאגן יעדעם'ס משוגעת, אזש ביזן תגובה פון חד-מן-החבריא, וואס בעט זיך אז קרעמער זאל דעריאגן גאנצע 9 אלפים תגובות, פרעגט זיך רבונו של עולם, אבער ווי....
איז דא אזוי, ס'איז פאריגע וואך אריינגעקומען א טעל קאל אינעם קרעטשמע אפיס, ווי איינער בעט זיך היות ס'איז נישטא קיין פלאץ, זאל מען ארויסבויען די דרום זייט פונעם קרעטשמע. נו, אויבן אויף וואלט עס נישט געווען קיין שום פראבלעם, אבער, מ'האט מורא געהאט אז יענער מיינט פשוט און פראסט פאליטיק... וואס עפעס דרום זייט... מ'האט נישט געוואוסט, בקיצור, איז געזיצן א קהל'ס מיטונג, און מ'וועט איינמעלדן פאר'ן עולם, וואס ס'איז נישט געווען אינעם אלטן קרעטשמע, וואס האפענדליך וועט עס יא זיין אין די נייע.
צום אלעם ערשט, איך ווייס נישט צו דער עולם האט יא געכאפט אדער נישט, אבער דא אינעם יעצטיגן פלאץ איז נישטא קיין שום אינטערנעט!!, קוקט אייך אים אין אלע צימערן, נישטא קיין וועג צו לערנען א דף גמרא אויפן אינטערנעט, איך רעדט דאך פון די געפילטערטע, נישטא קיין זכר, שטעלט זיך די פראגע, קען דאס ווייטער אזוי אנהאלטן? איך מיין וויאזוי וועלן מענטשן וויסן פון אונז? מיר מוזן פאר אלע קאסטן אויפשטעלן א סייט, - דאס איז אזא מין פעידזש ווי מ'קען מיטהאלטן און זעהן וואס מיר פארמאגן - מענטשן פון די גאס, יונגעלייט ביי די ארבעט, זאלן קענען מיטלעבן מיט אונז. לשיטתי איז דאס א "מוז". עטס ווייטס וויפיל אידן, חסידישע יונגעלייט, אויפן בעסטן וועג זיך אויסדריקן איז "יונגעלייט מיט שיך און זאקן"!!! אט אזוי..., עטס ווייטס וויפיל אזעלכע אידן וועלן צוקומען אויב מיר וועלן זיין אויפן וועב?!
לאמיר אראפלייגן די מאפע פארן ציבור, זאל עס דער עולם באטראכטן און געבן זייערע הערות
די פאדערשטע צימער, לע"ע, איך שעם מיך צו זאגן, אבער אלע אונזערע צימערן [אשכולות בלע"ז] פארמאגן נישט קיין מזוזה, רח"ל. איך פארצייל נישט פאר קיינעם, פון די תקנות הפורום (איך געדענק נישט צו די אידישע אדער היברעאישע...) איז אז מ'טאר נישט מוחה זיין, האסט עפעס צו זאגן גיי צו צו יענעם דערלאנג אים א זעטץ/שטויס/ציפ, נארמאל ווי א מענטש, וואס עפעס מוחה זיין, ס'קען זיך גרעניצן חלילה מיט "גזל שינה"!! סא, איך כשלעצמי זאג נישט פאר קיינעם, סיי ווי זענען אנשי שלומינו, רבנים ודיינים, ביזי יעצט מיטן קויפן די כשרע-סעלפאן'ס, ווער האט היינט צייט צו מזוזה'ס?
מיר האפן צוצושטעלן א מאשין וואס זאל אויסרופן צו יעדעם וואס קומט אריין, א ברוך הבא ע"י קרעמער. ווער ס'ווייסט נישט, אדער ווער ס'האט נישט באמערקט, עפענטס א נייע ניק, קומט'ס אריין אינעם קרעטשמע, שרייבטס דאס ערשטע מאל א עכט נערישע סטעטמענט, אזוי גראד פון א כולל יונגערמאן'ס פענע ארויס... וועט עטס זעהן ביז 5 סעקונדעס (אדער 4) וועט זיין א באגריסונג פון קרעמער, צו דעם נייעם ניק, ער וועט אייך באדאנקן פאר די תגובה, צולייגן א הערה, און גלייכצייטיג געבן א גלעט אין רוקן, כלומר, קום אריין מאך דיך באקוועם.
דא אינדרויסן, אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן, אבער דער יענטאאש, וואס זיצט יעצט לעבן מיר שטויסט מיר שוין פינעף מאל אינטערן טיש, אז כ'האב עפעס פארגעסן אויסצורעכענען.
דא ביי די רעכטע זייט, דארט ווי ס'איז יעצט דא די אלע אפגעניצטע רעדלעך פון די קאַרן, איז יעצט אין פלאן צו בויען א הערליכן ברייטן איינגענעמענעם בית החיים
ס'איז געקומען דער טאג וואס מיר מוזן זיך קוקן אין פנים אריין, אז יא, ס'פאלן מענטשן ווי פליגן, גייען אויס נאכן אריינלייגן איין תגובה ווי דער בין נאכן שטאך, און אויף אונז ליגט די אויפגאבע יעדן שני וחמישי צו הרג'ענען א פרישן "עגלה ערופה"...
אנדערע קהלות קדושות האבן אונז שוין אנגערופן - נאכן זעהן אונזערע פלענער ביים ביה"ח - אז זיי גייען דאס נאכמאכן, בעיקר פאר דעם וואס יעדער האט שוין באמערקט, אז ביי אונז, ווען אזא איינער א נודזש, שטרעקט זיך אויס, איז די לוי' מיט אסאך מער דערהויבענער געמיט, דער עולם איז פריילעך און גוט אויפגעלייגט, דאס איז לכאורה וועגן די שיינע אריינגאנג וואס מ'פלאנט צו מאכן ביים טויער פונעם ביה"ח.
געענדיגט מיט בכיות, א עק צו טרערן ביי א לוי'!!
מ'פלאנט צו בויען 1 אוהל, א טהרה שטיבל, מיט א לאך צו די מעין ביהכ"ס זאל זיך חלילה נישט מאכן קיין ווילדע אקציעס ביי ניתוחי מתים רח"ל, צוויי סאדע מאשינען מיט א מאשין וואס ווען עס וועט זעהן איינעם זיך דארט דרייען וועט עס שרייען: קויפט און געווינט אויפן פלאץ.
לאמיר גיין צו די מעין לאבי!! אההה, דאס איז דאך א יופי, איך רעדט נישט פונעם 18 שטאקיגע טשענדערליר וואס הענגט אראפ קווצותיו סדורות לו תלתלים, פונעם 30 שטאקיגן דאך, דאס איז דאך א פראכט, זיי זאגן אז ביז "פרעה נכה" איז דאס נישט געווען..
פון דא און ווייטער מאכט זיך פראבלעמען, אבער נישט קשה, מען וועט אלעס דורכשוויצן, איז אזוי, ווי באקאנט, מיר רירן זיך נישט מדרך אבות, אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געהאט אויף די ווענט אזא גראבע מאשין, מיט לעכער פון אויבן און אינטן, אינדערהיים אין אין בתי מדרשים, ס'האט געהייסן אמ אמ טעלער-וואן, נאפ, עפעס אזוי ווי סעלפאן, נע, שוין איך בין א שטיקל מגיד-שיעור, קען איך נישט ארויסזאגן די ווארט געהעריג, אבער דער עולם ווייסט וואס איך מיין.
דער מאשין, האט אלעמאל ווען איינער האט אריינגערופן, פלעגט עס קלינגן, גראדע נישט געווען קיין קול קורא'ס היתכן א פאבליק טעלעפאן קלינגט אין ביהמ"ד, עכ"פ נישט וואס איך ווייס, אבער מיט די היינטיגע טעכנילאגיע, ווילן מיר מאכן אז די פאבליק טעלעפאנען זאלן "ווייבירעיטען" ווען איינער רופט, ס'זאל פשוט אלע ווענט פונעם בנין מיטטאנצן ווען איינער רופט, זיי זאגן ס'וועט זיין א מחזה הוד, מער וועט נישט זיין קיין ליגענט און די צייטונגן, אז אינמיטן דאווענען איז וינועו אמות הסיפים, די ווענט האבן מיטגעטאנצן, אבער געטאנצן...
די קאלער פעינט
מען בעט דער עולם זאל אויסוועלן
איך האב פיינט "שווארצע"...
וואס מיר ווילן פונעם עולם. 1. יעדער דארף ארויסנעמען זיינע פערזענליכע חפצים און עס אריינלייגן אינעם מאבעל וואס איז דא געפארקט אין די זייט, נישט פארגעסן מיטצוברענגן די "ניק".
2. מ'דארף געלט!, נישט די קרעטשמע, דאס האט שוין דער וועלטס-בארימטער יונגערמאן, רודף צדקה וחסד, ברייט באקאנט ביי יעדעם איינעם, לאזט זיך קאסטן סכומים אדירים אין יעדן ביהמ"ד בכל כדור העולם ה"ה ר' הרוצה בעילום שמו שליט"א מנדב געווען..., ער טעהנעט נאר אז ער שעמט זיך ווען עס קומען דא אריין יונגעלייט, מיט א ליידיגע בערזל. מ'בעט יעדער וואס קומט דא אריין, זאל האבן ביי זיך מינומים $800 טאשן געלט. ער טענה'עט, אויב דער בערזל איז פיל, איז דער אטמאספער זייער דערהויבן. מעגליך, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט די געלגענהייט עס אויסצופרובירן...
3. דער עולם ווערט געבעטן אויפהערן ליינען, און זיך נעמען ארבעטן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2006 23:54 |
|
| |
שוין לאנג נישט געהערט נייעס פון די נייע קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 20:38 |
|
| |
קרעמער,
איך ווייס טאקע נישט דערפון, איך ווייס נאכנישט צו די ווייסט יא דערפון. אבער זאג מיר נישט אז די ווייסט נישט די חוליק פון דער וואס האט געבויט די סטאדיום און אונז זרע אברהם יצחק און יעקב.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 20:21 |
|
| |
דריי מאל גארנישט;
ווען מען האט אויפגעבויט דיין סטאדיום האסטו יא געמאכט א ברייטל פון די פראטעסטירער, אפשר געדענקסטו שוין נישט דעם
עפיזאד, אבער פארוואס זאל די קרעטשמע זיין אנדערש?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 18:31 |
|
| |
קרעמער,
צו וואס זאל מען זיך טשעפענן מיט די שכינים?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 18:08 |
|
| |
יגר'ל;
ווייז דעם בילד ווי די אלטגעזעסענע פון דאהי ווארפן זיך אונטערן טראקטאר, פרובירנדיג צו שטערן די בויאונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 17:59 |
|
| |
מצורף קובץנישט טרייענדיג צו מאכן קיין בהלות, ווער ס'קען מיך ווייסט, אלעס ווערט געטוהן באשיידן, נאר וויפיל מ'דארף, וויפיל ס'פעלט זיך אויס, גייענדיג אינעם דרך פון אונזער זיידן יעקב, וויאזוי ער האט געהאנדעלט, נישט אויפצורייסן די גויאישע אויגן, אלטס ברא כרעא דאבוהא, אייניקלעך פון די שבטי י-ה, פירן מיר זיך דאס זעלבע.
ס'איז קיין סוד פאר אונזערע ברודער'ס, אז צווישן אונז געפינען זיך די "בני משה", הרב דן'ס אייניקלעך - פון די "סמבטיון מעשה" - געפינען זיך אויך צווישן אונז, ווער רעדט נאך פון יחצאל'ס אייניקלעך... אלע אלע לעבן ביינאזאם, ברוך השם פארדעם, וואויל איז פאר די פירער'ס פון די קרעטשמע אז זיי האבן אזא זכי'.
איז - מיט א קרעכטץ אינטער די וואנצעס - נישט באשערט אז אלעס אלעס זאל זיין שטיל, מער ווי דריי איז קיין סוד נישטא זאגן אונז חז"ל, איז דאך געווען נישט מער ווי צו ערווארטען אז ס'וועט - אונזער דערפערישע אקציע, צו מאכן אזא "מעסטער פיס דזשאב" - אפקלינגן איבער די וועלט. אבער, דאס איז דאך נישט מער ווי נארמאל!!
אבער געוואלד, ווי מען דרייעט זיך ווי מען שטייט, זעהט מען א בילד פון חד מן החבריא [ביז דער נייע "קרעטשמע" שטייט נישט על תלה, זענען מיר אנגעבינדן אין די אלטע תקנת, אשע"כ שרייב איך נישט קיין נאמען] ווי ער איז עוסק בעבודת הקודש, אנצוגרייטן און אנצוזייען א שטיק פלאץ אין איינע פון די זייטיגע שטיבלעך פון די קרעטשמע. מיר האבן נישט געוואלט עס ברענגן, אבער אז איבעראל איז שוין דא דער בילד, פארוואס זאלן מיר - קרעטשמע איינוואוינער - עס נישט זעהן...
יישר כח פאר 3X0 פארן ברענגן דעם בילד צו אונזער באוואוסטזיין.
שרעקט אייך נישט, מען גייט נישט נוצן נאכאמאל דעם זעלבן וואס האט געפעינט דעם שטוב...

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 23:58 |
|
| |
Konyak_101, טעות ארויף טעות אראפ, ס'מאכט סייווי נישט אויס, די פלענער גייען ווייטער אן, ווי קיינמאל גארנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 19:52 |
|
| |
*
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 01:55 |
|
| |
א גוטן, שוין נישט דא געווען חדשים,
וואס זאל איך אייך זאגען, ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן... ב"ה ס'איז ציגעקומען אזאנע פיינע אינגעלייט, עסקנים, עוסקים בצרכי ציבור בעמונע, כל אחד בשמו הטוב יבויראך, ובפרט פאר יגר'ען וואס איך זעה לייגט ער אריין גרויסע כוחות, קודם כל שלומעלייכעם ר' יגרסהאדותא, ווען איך האב מיך דא געדרייט ביסטי נאכנישט געווען געבוירען, סאו איך קען דיך נישט אזוי גיט, איך האב מורעדיג הנאה פון דעם פלאן וואס איך זעה דא אז מבויט ב"ה איבער דאס קרעטשמע, איך האב מיר דא געדרייט פאר א שטיק צייט, און דאס איז טאקע די סיבה וואס איך בין אוועק געגאנגען פין דא, די ריח איז געווען ממש נישט אויצוהאלטען, פין די ווענט האבן זיך די פעינט געשיילט, די פארהאנגען אלעס אראפגעריסען,מ'פלעגט שוין נישט ריפען יאנאש אויפצושטאפען די טוילעט ווייל עס איז שוין נישט געווען וואס, ביים אויפמאכען די טיר האט עס געמאכט אזא מין גערודער אז סאכדעס האט זיך געמיזט אפשטעלן פין פארלערנען זיין טעגליכען שיעור און הלכות ווייל ער האט נישט געקענט הערן זיין אייגענע שטימע, וכד' וכד' און אזוי ווייטער, איך האב נישט קיין צייט אויצירעכענען אלע פראלעמען וואס די קרעטשמע האט דא מיטגעמאכט, אבער וכבוד גדול עשו לו לקרעטשמע אז מ'בויט דאס איבער פון דאסניי, יזכר לטוב ויעמוד לברכה די אלע חשובע נגידים וואס נעמען דא אנטייל סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אז מ'זאל נישט דארפען זיך ארימדרייען אויף די פרעמדע גאס, איך דארף דאך נישט זאגן מ'לעב היינט אין אמעריקע, צדיקים פלעגען זאגען אז אפילו די שטיינער זענען טריפע, מיר דארפען זיך פרייען אז מיר האבן א אייגענע קרעטשמע, מ'איז אפגעזינדערט פין די גאס.
נו זאל שוין דער אייבישטער העלפען ובלא המות לנצח בב"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 23:00 |
|
| |
דער לופט ארום איז פאר'רויכערט, גראבע שטיקער העלצער ווערן - אין די מינוטן - צובראכן אויף פיץ פיצלעך, עס שטיקט דאס האלדז, עס רייסט דאס געוויסן, גרויסע שטיקלעך טרערן גליטשן זיך פון אלע צוקוקער'ס, מיר אלע ווייסן אז ס'איז א ירידה לצורך עליה, אבער, דאס הארץ וויינט, די קאפ שווינדעלט נאר צוצוקוקן וויאזוי דער מצב האלט, יעדע פאר מינוט הערט זיך א פרישן זעטץ פון צובראכענע זיילן, וואס ווער ווי אונז געדענקט דען נישט ווי שיין דאס האט צוגעגעבן אלע יארן על אדמתו.
על אלה חשכו עינינו, אוי, ס'איז שווער צוצוקוקן, זייער זייער שווער.
עסקנים מיט "פינס" אויף זייער ארעם, פלינקע יונגעלייט מיט סעלצער און קאפס און זייערע הענד, גייען ארום צווישן עולם, אוי דאס הארץ טריפט פאר עגמת נפש צוצוקוען די פענימער פונעם ציבור. אפשר טאקע זאל מען ארומנעמען דאס גאנצע פלאץ מיט ליילעכער. וואס מיר קענען נאר יעצט זאגן איז, יודעלעך זייט אייך מחזק, ס'וועט נישט לאנג אנהאלטן, אט אט, וועלן מיר זוכה זיין צו זעהן ווי די בעלי מלאכה וועלן זיך אויסטוהן אלע זייערע בגדים, אנטוהן נאר האלבע הויזן, און מיטן בלויזע צוויי הענט, וואס שטעקן זיך ארויס פון זייערע בארוואסדיגע בייכער וועלן זיי אנהייבן צולייגן העלצער אויף העלצער, צוזאמגעזעצט מיט גרויסע נעגל, זיך גרייטן זיך צו גיסן די יסודות.
די הצלה יונגעלייט בעטן, מען זאל זיך האלטן אין די ראמען, עס קענען נאר חלש'ען 2 מענטשן פער 15 מינוט, זיי בעטן מען זאל זיך האלטן דערצו, ווייל אויב נישט וועט זיין סכנת נפשות...
צו כל התחלת קשות, צו סתם אזוי מוז מען האבן אימזינסטע עגמת נפש, דא האט זיך איין טרעקטער געגליטשט, שוין נאכן געוואלדיגן חכמה און פאטענט פון האבן אזעלכע לאנגע ציינער פאר די רעדלעך, שוין פון ווען איך האב געזעהן דאס אנקומען, האב איך מיך שוין אינטערגעשמייכלט, צוויי פיסיגע מאשינען האט מען אונז געשיקט, עכ"פ כאטש איינער אין דער וועלט אנערקענט אונז אלטס מענטשן.
איך וויל אפילו נישט טראכטן, איך האב מורא צו זאגן, אבער מ'לייגט דא אינטער פיסלעך, איך וויל נישט ארויסשפרינגן פון מיין הויט, אבער קרוב צו דעם איז דאס זיכער. מיר פרעגן: וואס האט עטס דערפון, ווי קען איינער וואס האט א נאכט פריער געגעסן שיריים פונעם שבת'דיגן טשאלענט, ווי קען אזא איינער טוהן אזעלכע זאכן.
מיר וועלן שלינגן און שלינגן, אבער אלעס מיט א מאס
ווי קען מען אראפמאלן, ווי נעמט מען דעם קיבארד, וואס זאל באשרייבן די קולי קולות וואס האט זיך אפגעטוהן אין די לעצטע פאר שעה'ן, נאכדעם וואס מ'האט זיך אנגעטראפן אינעם בעסמעינט, מיט להבחל"ח אונזערע חברים, אונזערע ברידער'ס, אוי ואבוי האבן אלע אינאיינעם אויסגעפלאצט אין א געוויין, Konyak_101 דא ביסטו געווען, סעמאן_פיש, שירעם, גם_זו, שם אחר, אוי חבל חבל, דא זענט עטץ אפגעלעגן? פונקט דא אין בעסמענט? עטץ זענטס אינגאנצן.... ...?? איין שטאק ארויפציער טוט זיך טישן אין בענק, הימעל אין ערד אין משקאות, אוי ווי איז ענקער שכל? קוקנדיג אויף ענקערע פענימער, איינגעגאנגן פאר דורשט, נישט צום דערקענען וואס פון א ניק קען ווערן...
*** טאגליכט, א פיקטשער סטודיא? וואס איז דאס? צולייג עס אויף קליין געלט, און מיר וועלן דאס אהערשטעלן.
שרייב בערך: וויפיל סינעריס / בעקראנט'ס דארף מען האבן, ווער זאל דארט מאכן שמייכלן, ווי זאלן די בלומען ליגן. און וויפיל טעדי בער'ס דארף מען דארט האבן, דריי האבן מיר שוין... א יא קרעמער?...
גראסערי! גראסערי! NOW YOU TALKING... נישט אז מיר האבן נישט געטראכט דערפון, אוי ווי, מיר האבן שוין גערעכנט אלעס וואס דער גראסערי וועט פארקויפן "אויסער" עסן.
לדוגמא, בעטערי'ס, טיקעטס פאר די פלעי (וועלכע? איז נאך א סוד, ווארט'ס נאר ווען די סטעטש אינעם נייעם זאל וועט זיין אויפגעבויט) און אפי' א חסידישע אלארעם זייגער וואס ביים אויפוועקן זאל עס זאגן א מאמר חז"ל א משנה וכו'...
דאס מיינט אבער נישט - טאגליכט - אז מיר מוזן טוישן אלע פלענער. עס וועט זיין עס וועט שטיין, נישט געזארגט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 01:59 |
|
| |
יגר'ל;
הערליך שיין.
דא אינעם אלטן שטובל איז זייער שווער אדורכצופירן א סורוועי, אבער אי"ה אינעם נייעם שטובל, נישט די יעצטיגע נייע, נאר די נייע נייע וואס איז נאך א מיליטערישע סוד, דארט וועט מען אי"ה קענען מאכן אסאך סורוועיס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 01:30 |
|
| |
וועה-האו, מהאט פארגעסן צוויי זאכן, איינס די פיקטשער סטודיא רום, און צוויי א גראסערי, מדארף איבערמאכן די פלענער
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 22:29 |
|
| |
אביסל קאלט וואסער פאר די ארבעטער'ס ווער קען צוברענגן?
קודם א יישר כח פאר משנה_למלך, פאר'ן אראפברענגן אזוי שיין די אלע בילדער, איך ווייס נישט צו מ'מעג יא דערמאנען אדער נישט, אבער איך ציטער זייער אז "הוטקע" וועט דאס נאך איינמאל אפמעקן, דאס דארף מען זעהן גוט אוועקצולייגן, ווייל ביים יובל העשירי, ווען מ'וועט דריקן אונזער "דובב שפתי ישנים" ווי ס'וועלן אויפטרעטן אלע חברים העכער די ניינציג יאר, זאל מען דאס קענען צייגן, און האפענטליך שוין מיט א דערהויבענעם געמיט.
פאר איך גיי ווייטער, גרויזאמער, צורייס מיר נישט דעם בלו-פרינט, ס'האט אונז אפגעקאסט שווערע געלטער און כוחות עצימות, האב רחמנות.
די פארשריט פון די וואך
איינס, קרעמער זאל זיין געזונט און שטארק (דרך אגב: וויאזוי ליינט זיך אזעלכע ווערטער, עס סאוינט פאני? אדער מען האט זיך שוין צוגעוואוינט און ס'גליטשט זיך געשמאק?, למאי נפק"מ, איך וויל וויסן ווי טיף קען א מענטש זיין אין דעם קרעטשמע....), ער האט צוגעשטעלט א צייטוויליגן שטיבל, מ'געהט אבער איבער אז די משקה איז זייער צושאקעלט פונעם מאפן, געטס אבבאכט בשעתן טרינקן, ס'איז כח הפועל בנפעל.
מען האט געברענגט צוויי טרעקטער, א גארביטש קען מיט מעטשעס גרייט צו מאכן א פייער, אויב ס'וועט זיין קאלט פאר די ארבעטער'ס, 3 פארטיבעל בית הכסא'ס, און א גרויסע סטיריאו וואס וועט ארבעטן גאר הויעך.
מיר בעטן פונעם עולם, הערטס אויף צו באלאגערן מיין תיבה אישית... איך וועל נאר איבערשרייבן דאס וואס איינער זאגט כסדר אויפן מעין מעניו: איך בעט זייער מען זאל מיר מחזק זיין, זאגט אריין אפאר ווערטער וכו' ... יעדע מעסעדזש זאל נישט האבן קיין קללה, ווייל איך הער עס סייווי נישט אויס, און עס גייט חלילה צוריק צו דער וואס זאגט עס וכו' וכו' וכו'..
עס וועלן צוקומען אפאר שינוים, אין די פלענער: איינס, עס וועט געבויט ווערן א עקסטערע אריינגאנג פאר רבנים ודיינים, וואס דאס וועט זיין הערמעטיש פארקלאפט...
אן עקסטערע צימער פאר מיוזיק וועט זיין גאר שטארק אפגעריקט פון די גאנצע קרעטשמע, דאס איז אויב דער פאסט מאן וועט וועלן הערן דעם "רחם", דער סעילעס מאן דעם ניגון פון "זה חליפתי" און דער הצלה מאן דעם "אבי מ'לעבט".... ...
איך גלייב דער עולם איז נישט אינטערעסירט צו הערן די שוועריגקייטן וואס מען גייט דורך, ס'איז א פרשה פאר זיך, געווייקט מיט בלוט און טרערן, אבער אלטס דאגה בלב איש, וועל איך מיך אביסל אפרעדן דאס הארץ
איך גיי ניטאמאל דערמאנען - אפילו עטס גייטס מיך שטארק בעטן - צו רעדן פון מיינע פארשטויבטע שיך און הויזן וואס מיר גייען דאוווענען דערמיט מנחה, זייענדיג אינמיטן די ארבעט. יעדער אין ביהמ"ד בפרט די מגידי שיעורים וואס זיצן א האלבע טאג אויפן הויכן סטעטש און לעדערנעם רבני-שעם(...) ריקליינער, און מען גייט פאר זיי נאך געלט צוליב "א יונגערמאן וואס איז אריינגעפאלן אין גרויסע חובות" E.T.C., וואס באטראכטן מיר מיט אזא בליק, כלומר, זיי מיר מסביר וויאזוי קענסטו אפילו האבן א הוה-אמינא אזוי צו רעדן צום רבוש"ע וכו' וכו'
וואס איך גיי יא רעדן איז וויאזוי מיין בני בית נעמט מיר אויף נאכן מיך אזוי זעהן מיט די ארבעטס בגדים... אוי, איך זעה עטס ווערטס פרייליך.... עטס האטס שוין גארנישט קיין מיטלייד מיט מיר...
נאך איין זאך, די פוילישע גויטע וואס מיר גייען דא אויפנעמען, האט נאך נישט קיין נאמען, מיר וואלטן געבעטן קרעמער, ער זאל אריינלייגן א סורוועי U-NAME-IT, אז דער עולם זאל איר קענען א נאמען געבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2006 00:35 |
|
| |
ביזדערווייל וואס די קרעטשמע גייט אדורך די נויטיגע רענאוואציעס, קענט איר כאפן א טרונק און א צובייס דא, אינעם צוגעבויטן שטובל: http://kraitchme.blogspot.com/
|
|
|
|
|