| נשלח ב-16/6/2006 01:36 |
|
| |
איך הער נישט
מסתמא איז דאס ווייל איך בין א מאן, און ווייס.
איר לאכט?
א שטודיע צייגט אז שחורים ('טונקעלע' אויף די איידעלע 'קול-מבשר' שפראך) הערן בעסער ווי די ווייסע מענטשן, און אז פרויען הערן בעסער ווי מענער!
קומט אויס אז איך האב צוויי סיבות נישט צו הערן וואס איר רעדט (איי וועט איר פרעגן: אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות? איך הער נישט!)
http://wavy.com/Global/story.asp?S=5037478
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 22:45 |
|
| |
איינער האט אמאל זיך נאכגעפרעגט אויף א בחור ביים ראש ישיבה, אן אלטער איד וואס הערט קוים, צי יענער בחור קען לערנען, האט אים דער ר"י געענטפערט : לויט ווי איך הער קען ער לערנען.....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 01:49 |
|
| |
ס'איז דא צוויי זאכן וואס מ'קען דיר ענטפערן נאכן לאזן הערן אזא סטעיטמענט ווי דיין קעפל.
1) דשאסט טו בעד.
2) אזוי ווי דער בדחן רש"א דים זאגט אזא צייט , ווען הערסטו אויף צו זעהן ?
|
|
|
|
|