| נשלח ב-23/6/2006 00:26 |
|
| |
גוגל קומט אויף מיט מענטשן סורטש!
עס איז נאך א שטיקל סוד. אבער די הנהלה פונעם בחור הגוגל הזעצער שטייט אין די טעג אין די
לעצטע פאזעס פונעם ארויסגעבן זייער "פיעפעל סורטש".
[קול מבשר] יא! איר האט גוט געהערט! [סקול מבשר]
א מענטשן סורטש!
פאר אונז איז עס נישט אזא גרויסע פראבלעם ווייל מיר האבן דאך סייווי נישט דעם אינטערנעט אין
שטוב. וועט די ווייב זיך נישט קענען באנוצען מיט די נייע סיסטעם.
אבער... אבער... סאיז שוין גארנישט קיין אבער!
איר קלאפט אריין אין גוגל:
קרעמער
וועט אייך גוגל ארויסשיסן די פונקטליכע אדרעס אוואו קרעמער געפינט זיך היצטערט. שוין גארנישט
קיין וויץ. אין די קומענדיגע פאזעס פלאנירן זיי עס אויסצוברייטערן אז מען זאל קענען זען וואס
דער באטרעפענדע טוט אויך.
אויב למשל ווילט איר וויסן צו קרעמער געפונט זיך צוזאמען מיט גרויזאמער. קענט איר נאכן סורטשן
אויף קרעמער'ן, מאכן א סורטש אויף גרויזאמער. און אויב זיי געפונען זיך אויף די זעלבע אדרעס
זאלט איר וויסן אז ווארשיינליך זיצן זיי יעצט אינעם רעסטוראנט -אויף יענעם אדרעס- און שמועסן
שיחת חולין של תלמידי חכמים.
אויב ווילט איר זיך איינשפארן די גאנצע טירחה פון צוויי מאל זוכן. קלאפט אריין מיט גענזן
פיסלעך "קרעמער גרויזאמער", אויב געפונען זיי זיך צוזאמען וועט ארויסקומען די פלאץ אוואו זיי
געפונען זיך.
אזוי אויך למשל, ווען איר וועט אריינקלאפן "סאכדעס התאחדות" און עס וועט ארויפקומען א עראר אז
ביידע זענען איין מענטש, זאלט איר וויסן אז גוגל קען מאכן טעותים אויך. און נישט אלעס מוז מען
גלייבן וואס די גאס שמועסט.
[מלמד]איר האלט קאפ?[סמלמד]
יעצט איז אזוי. וויאזוי איז אויבלמשל טאגליכט זאגט אז ער פארט קיין מאנהעטן, אבער אינאמתן
הייבט זיך עס נישט אן נאר עס זיצט אינטן אין בעיסמענט און קלאפט אויפן לעפטאפ? אדער גרויזאמער
זאגט ער פארט קיין מאנגאליע און אינאמתן ציילט ער די טיילס פון דאך?
איז ווייטער אזוי, מען לייגט אריין א סורטש פון טאגליכט, גרויזאמער. און עס קומט ארויס די
פונקטליכע רעזולטס.
אויסצופראבירן דעם סיסטעם האב איך געמאכט א זוך אויף יאנאש. אט איז וואס עס איז ארויסגעקומען:
Did you mean: יענטאש
Your search - יאנאש - did not match any people.
Suggestions:
* Make sure he/she is a man.
* Try to find him at the attic.
* Try more general keywords.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 01:24 |
|
| |
מלוה'לע, איך האב דאך געזאגט אז עס איז נאך א סוד. עס איז נאכנישט דא, עס גייט זיין!
איך בין נישט ערלויבט צופיל ארויסצוגעבן. יגרל האט מיר מעורר געווען אז די גוגל קאמפאני לויפט
מיך נאך און באקן מיינע טעלעפאן רופן. אזוי ווייט אזש אויף דעם אשכול אליינס האבן זיי
ארויפגעלייגט א באק.
איר מוזט עס נישט גלייבן. איבערצייגט אייך אליין!
אויף דעם אשכול איז דא אזא 'קליפ' כאטש עס האט נישט קיין שום פיקטשער!
איינער ווייסט פארוואס?
יגרל זאגט אז ער האט געזען די גוגל בעלי בתים באישון לילה ארויפלייגן דעם קליפ, און יעדעס
ווארט ווערט דא רעקארדירט! אזוי אז אויב געב איך ארויס דאס מינדעסטע אינפארמאציע וואס מען טאר
נישט, בין איך געפייערט.
אזנים לכותל...
פים פאם פאם...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2006 08:59 |
|
| |
גרויזאמער ;
איך האב איצטעט געמאכט א סירטש אויף גוגל, סיי צו גרויזאמער און סיי צו יאנאש האט ער מיך געלינקט צו היידפארק.
סא, איך באגרייף נישט צו וואספארא סארט סירטש דו ביסט מכוון. ביזדערווייל זעה איך נאכנישט אזא זאך ביי גוגל, ווי "פיפל סירטש".
סאררי, אפשר איז כדאי זאלסט שיקן א לינק .
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 21:40 |
|
| |
יעדער ווייסט שוין אז סאכדעס האט זיך געלאזט ארויפלייגן דזשעי נעט? ווער עס ווייסט נאכנישט זאל מוחל זיין אויפהייבן א האנט
אדער א פוס און סאכדעס וועט דאס איבערשרייבן נאך עטליכע מאל, למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 19:20 |
|
| |
רבותי איך בין מוחה מיט א גרויסן שופר, איך קען נישט אנקומען געווענדליך צו דעם נייעם פרטית, און אז די שלח תגובה זאל מיר שטיין אזוי לייכט אזש סיז באלד אן עבירה נישט צו שרייבן עטליכע ווערטער, וואס גייט דא פאר, באנוצט איר זיך טאקען נישט מיט מסורת?
עכט וויל איך נישט מוחה זיין, ווייל דאס איז נישט ערלויבט לויט די תקנות (וועא"מ) פון די קרעטשמע, אבער וואונדערן מעג איך זיך דאך, ניין?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 01:30 |
|
| |
[האהאהא]אויב ביסטו זיס[סהאהאהא]
דיינע רעיונות זענען - ווי געווענליך - אומנארמאל (אזוי ווי דיר אליין).
ממש א ברכה צו מאכן (שיעור נישט געשריבן "....." צו מאכן) דערויף.
האסט עס אזוי גוט אראפגעלייגט אז איך האב געעפענט די היימבלעטל פון גוגעל און זיכער געמאכט אז זיי האבן דערווייל נישט אזא
אפציע פון השבת אבידה דגופא.
אגב, אויב איר זוכט אמאל "קרעמער", קענט איר אים געפונען אין זיין נייע בלאגעלע וואס איז צוגעצייכנט דא אינדרויסן ביים "אתר
הפורום", אדער קענט איר אים געפונען אין די נייע קרעטשמע (וואס די אדרעסע איז דערווייל נישט געליסטעד אין די אפיציעלע
ליסטעס, אבער אונטערן טיש געט מען עס שוין ארויס פאר אנשי שלומינו, ווער איז איז אינטערסירט דערין זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר
אין אישית [וואס??????????? אישית????????? עס עקזיסטירט שוין נישט אזא זאך, אוי, סארי, פרטית... וואטעווער]).
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 00:31 |
|
| |
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח, כ'קען נאך אלץ נישט סטאפן לאכן.
אבער דע אמת איז אז ווען מ'טייפט אריין התאחדות אליין, קומט אויך ארויף אן עראר, ווייל ווער סיגעדענקט די בילדער אשכול די בילד פון התאחדות, איז ער געווען עטליסט צוויי מענטשן.
|
|
|
|
|