| נשלח ב-25/6/2006 19:47 |
|
| |
היידפארק'ס פויפסט אפגעשטארבן
עס איז מיט גרויס באדויער וואס מיר מעלדן פארן היימישן עולם אז מיין פארגייער דער אידישער פויפסט "בענעדיקט16" איז לא עלינו ולא עליכם אראפגעפאלן פון די מאפע, ער איז ניקס צום האבן מער.
נאך א לענגערע קראנקהייט, וואס האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט אמאל פארלוירן דעם פעסווארד צום ניק, און די איינציגסטע וועג וויאזוי ער האט זיך געקענט איינסיינען איז געווען דורכדעם וואס היידפארק האט אויטאמאטיש געהאט זיין ניק און סיסמא (פעסווארד) אוועקגעלייגט אינעם איינשרייבן שאכטל, וואס ווען ער פלעגט דרוקן א ב', פלעגט פון זיך אליין ארויפקומען די גאנצע ניק בענעדיקט16, צוזאמען מיטן פעסווארד.
יעצט אבער, ווען היידפארק האט זיך איבערגעמאכט איר אויסשטעל, איז ליידער בעוה"ר פארלוירן געגאנגען די פעסווארד פונעם ניק, אזוי ארום איז ער געצווינגען געווען צו פארלאנגן פון היידפארק מען זאל אים פון פריש שיקן זיין פעסווארד צום אימעיל אדרעס זיינעם.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענע אימעיל אדרעס לעבט שוין אויך נישט (אויף אלע גוים געזאגט), בין איך געצווינגען צו קומען דא מיט דעם סובסיטוט ניק, וואס איך האב צו מזל געגרינדעט נאך בחייו פונעם פויפסט זכרונו ל.... און איך מעלד דא ברבים איבער די פטירה פון דעם חשוב'ן ניק מיינעם, וואס האט אין איר אינג לעבן פיל אויפגעטאן פאר אידישקייט ... (דא וויינט מען).
באמת וואלט איך געדארפט ארויפלייגן דעם "הלוית המת" תגובה אויף אלע פורומים ווי דער פויפסט עליו השנאבל האט געהאט רשות כתיבה, אבער יוכלה הזמן והם לא יוכלו, דער פויפסט פלעגט דאך אנפירקלן אלע פורומים מיט זיינע תגובות, ובפרט אין די בחדרי חרדים משפחה אידיש פורום וואו ער איז געווען אין די הנהלה, ועתה אהה איננו כי לקח אותו ..... ועל זה ידוו כל הדוים, וכל בית היידפארק יבכו את השריפה אשר שרף בלא בלא בלא.
לאמיר האפן אז עס וועט שוין זיין מחה כל פנים והריני מחילת כפרתו, שלא ישמע עוד שוד ושבר בפארקינו, און מיר זאלן שוין הערן נאר גוטע בשורות... במהרה בימינו אקעי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 20:39 |
|
| |
יגר'ל;
פארוואס קוקט מיר אויס פון אלע תגובות אויפן פארק, אז מערסטנס גולשים הייסן - אדער באנוצן זיך מיטן נאמען - יאנקל?
--------- אגב, תתחדש פאר דיין נייע טיש און בענקל אין דער ארבעט, און דיין נייע שפילצייג (געדענק: עין רואה!).
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 19:13 |
|
| |
נאכן ליינען דיין תגובה האט מיין בוס אויך געמיינט אז די דיעל איז דורך, כאב אזאנס געלאכט, אבער ליידער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 19:07 |
|
| |
יגר,  יעצט ווייס איך שוין ווער עס ריקט ארויף די מספר הצפיות םון צייט צו צייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 18:58 |
|
| |
הייסט די קרעטשמע ווארט צו הערן פון מיר און "אן דעם" איז די זאך געשלאסן, מען גייט נישט ווייטער.
איך פארשטיי ווען מ'בעט פונעם געפאנגענעם סאלדאט אז ער זאל ארויסגעבן זיינע מיליטערישע סודות, האט ער קיין ברירה, ער קען זאגן ער געדענקט נישט אדער ער ווייסט נישט און מיר גלייבן אים פונקט ווי מיר גלייבן אז "בענעדיקט16" האט טאקע פארלוירן זיין סיסמא.
אבער, ביי אני הקטן, איז די מעשה גאר אנדערש, ווער ס'ווייסט ווייסט אז דא אין היידפארק איז אויפגעשטעלט געווארן א גאנצער צימער מיט "ראבאטן", מ'האט געבויט פינעף צו זעקס ראבאטס, וואס פארשטיין אביסל צו טייפן, און איינער שרייבט און די ראבאטס ענטפערן, און אזוי וחוזר חלילה, דור הולך ודור בא, זיצט זיך א יונגערמאן ביי לאנטש, טייפט אפ א לאנגע תגובה, מיינט אוודאי לויט די מספר הצפיות און לויט די ענטפער'ס אז ער רעדט גאר צו מענטשן, און ביזדערווייל לא מיניה ולא מקצתה
דער ראבאט וואס זיצט אין ארץ ישראל קליקט יעדע צוואנציג מינוט אויף אלע נייע אשכולות, דער בעל המחבר פונעם אשכול, זיצט און פאטשט זיך דאס בייכל, קוק אן, מענטשן ליינען דאס.
דער ראבאט שיסט אריין א תגובה, וואס איז בלויז א קאפי פון וואס א צווייטער ראבאט האט געשריבן אויף היברעיש, און דער "מחבר" ווערט טויט העפי, ער לאכט און לאכט, און דער בעה"ב מיט אנדערע מיטארבעטער'ס וואס ווארטן שוין צו הערן פונעם אי-מעיל וואס דער גאנצער ביזנעס הענגט ממש דערויף, און דער "מחבר" זאגט איין מינוט, איין מינוט, ס'איז נאכנישט אנגעקומען.
דער בעה"ב קוקט אים גוט אריין אין רוקן, און טראכט, מסתמא, זעהט אויס אז דער ביזנעס דיל וועט סוכ"ס יא ווערן, דער ארבעטער וואס זיצט אויפן קאמפיוטער מאכט די ריכטיגע קאמיוניקעשענס, ער האקט דארט אריין שטיקער, דער ארבעטער שמייכלט גוט, מסתמא און האפענדליך וועט ער באווייזן צו באקומען דעם מעכטיגן דיל וואס וועט מאכן פון די קאמפאני א מענטש.
גייט דורך נאך 15 מינוט, און דער בעה"ב פרעגט מעשה סוחר, נו יענקל ווי האלט עס? דער ארבעטער קוים הערנדיג האלב פאר'חלומ'ט אינגאנצן צוקאכט פון די נערישע סטעטמענט וואס א "ראבאט" האט נארוואס געשאסן אויף זיין חשבון, זאגט פאר'ן בעה"ב אמאמ אמאמאמ יא, ביז אפאר מינוט וועט מען עס מסדר זיין, נישט דער ארבעטער ווייסט פון וואס דער בעה"ב רעדט, נישט דער בעה"ב איז יעצט רואיגער, ער הייבט אן צו ווערן צוטראגן, דער בעה"ב לויפט צו צום ווינקל, שלעפט ארויס פון זיין טאש א פיפציגער, ווארפט עס אריין אינעם פושקע פון רבין ר' מאיר'ל, אוי ר' מאיר'ל - קרעכט דער בעה"ב מיט א זיפץ - נישט אומזינסט ביסטו דער בעל הנס, מאך דא עפעס, נישט דו און נישט איך וועלן דערלייגן, אויך מומע פערל וועט באקומען א שטיקל פונעם דיל, מאך עפעס, אבער האלט מיך נישט אויף, מאיר'ל מאיר'ל, נישט יעדן טאג באקומסטו אזעלכע סכומים, באנאריש דיך נישט.
און דערנאך זאגט ער די תפלה וואס איינער האט אמאל אפגעטייפט אויף הייד-פארק, אז דאס האט דער בעל מקובל פונעם יאר 2006 אליינס פארפאסט, צוזאגענדיג אז ווער עס וועט דאס זאגן וועט נישט האבן דעם טאג נישט קיין עגמת נפש, און נישט קיין מייזן.
גייט דורך אפאר מינוט, דער ארבעטער האט אריינגעגעבן אזוינס און אזעלכס פאר דעם יעניגן מאשין, ס'איז א נחת צו קוקן אויף זיין פנים ווי ס'שטראלט, כאילו ער האט נארוואס פארענדיגט דעם היינטיגן עמוד פון די קהלה, כאפט זיך דער ארבעטער, אה יא, מ'דארף טשעקן די אי-מעיל, ער מאכט עס אויף און שפרינגט אויף: יא!! אנגענומען, מען עפענט דאס אויף מען ליינט און ליינט, און יא!! חסדי השם די דיל איז אנגענומען, דער געשעפט איז געקנאקט!!
דער בעה"ב מיטן ארבעטער האלדזן זיך און קושן זיך, (אנטשולדיגט'ס מיר, אבער מיר רעדן פון אפשטאמיגע אונגארישע). און דער בעה"ב געהט זיך דא ארויס זיינע געפילן.
יענקל יענקל - זאגט דער בעה"ב געשטיקט מיט פרייד - איך האב געזעהן דיין ארבעט, איך האב געזעהן אלעס וואס דו האסט געטוהן אין די לעצטע האלבע שעה, דער ארבעטער פאנגט זיך אן צו ווארפן פאר שרעק, דער בעה"ב רעדט אבער ווייטער:
איך זעה דו קענסט נישט נעמען קיין קאמפלימענט, אבער איך געב דיר מיין ווארט, דו גייסט באקומען א שיינעם סכום עקסטער פאר דיין געלונגענע ארבעט!! קיפ אן יור גוד ווארק.
דער ארבעטער נעמט זיך פאר אריינצוהאקן אין הייד-פארק כל ימי חייו...
צוריק צו ווי מיר האבן געהאלטן, אההה די דריטע זאך, אהה, גארנישט סתם א ווערטל געווען...
תוקן על ידי - יגרסהדותא - 27/06/2006 19:08:27
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 17:54 |
|
| |
גם אני מצטרף להמשנה למלך.
ובחדא מחתא אביע צערי שהנני משתתף עם הפויבסט זיכרונו לבראך, המקום ינחם אותו אמן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2006 04:10 |
|
| |
זיכער האסטו נישט גוט געטון, "גראף" אליינס האט נישט געטויגט...
יגר'ל;
מיר קענען נישט ווייטער פארהאנדלען ביז מיר הערן נישט פון דיר 'די דריטע זאך' !
איך וויל נישט מוחה זיין אויף דיין מיחאת מיחאה, צוליב טעמים מובנים. ואתי עמי כל חברי הקרעטשמע שיחיו.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 18:40 |
|
| |
גראף איך האב אריינגעלייגט דעם סיסמה ביי גראף.
ער זאגט מיר
פרטי המנוי שהזנת אינם נכונים או מנוי חסום
עפעס האב איך נישט גוט געטון?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 18:25 |
|
| |
איך וואלט נישט געזאגט אז מען זאל ארויסגעבן די סיסמא'ס פאר חברים, נאר גיכער זאל מען טוישן די פעסווארד אויף גרינגערע און מער געדענקבארע ווי J4ID8LE34SE און דאס גלייכן וואס היידפארק פארגינט אונז.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 16:09 |
|
| |
אויף אלע גויים געזאגט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 15:58 |
|
| |
משנה למלך,
איך האב דיר צו זאגן דריי זאכן
איינס, געדענק איך בין נישט אליין, מיין סיסמא באגלייט מיך אויף טריט און שריט, יעדע זאך וואס איך זאג איז מיט די פילע גוטסהייסונג פון מיין סיסמא! דרך אגב: ווער איז דער יחיד?
צוויי, מיר זענען מוחה אויף דיין מחאה!! געדענק עס איז נישט ערלויבט מוחה צו זיין, ובפרט אינטערן ליילעך פון "קרעטשמע"
און זאל דא איינמאל פאר אלעמאל אויסגעשריגן ווערן: מחאה איז נישט קיין געצייג אין קרעטשמע, נישט אין די אלטע און זיכער נישט אין די נייע.
מיר פארשרייען יעדעס מחאה, יעדעס ווארט וואס ענדעלט צו דעם איז אפגעפרעגט מיסודו.
ובזה יצאנו ידי מחאותינו
המוחים ***** די דריטע זאך האב איך שוין פארגעסן..
און צו דיר בענעדיקט, א שאד א שאד, ליידער צו דיין אייגענע לוי' האט מען דיר נישט צוגעלאזט, אזוי טראגיש אומגעקומען...
לאמיר זיך אלע אפלערנען דערפון, ארויסצוגעבן די סיסמא'ס פאר חברים בעוד מועד... ...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 03:56 |
|
| |
מיחאה אדירה !!
מיר די קהילה הקדושה פון דעם מקום קרעטשמע מעט, טוט שטארק מוחה זיין אויף דעם וואס א יחיד מיט א דעה יחידאה בר יחידאה וריש יחידאה, האט זיך אליינס גענומןע דאס ווארט איבערצוגעבן בשם הנהלת הקהילה, א ניחום אבלים און א צער אויסדרוק צו דעם גראף יר"ה פארן פארלירן זיין געוועזענם ניק 'בענעדיקט16'. [מיר איז בכלל שווער: איז ער א גראף אדער א פויבסט? איך פארשטיי נישט]
וואס אן אמת, האט די קהילה ביזדעווייל נאכנישט באשלאסן צי מען זאל יא אדער נישט מפרסם זיין די ניחום, און נאכמער פון דעם, אפילו אן אסיפה דערוועגן איז נאך ניטאמאל פארגעקומען, און דעריבער קען זיך יעדער איבערצייגן די ווארהייט פון די זאך, אז דער יחיד -איך וויל נישט פורש בשמו זיין - האט דאס געטון לויט זיין אייגענעם פארשטאנד און דאס שפיגלט איבערהויפט נישט אפ די אמת'דיגע אפיציעלע הודעת הקהילה. אמת, יא ס'יז געווען גראדע אן אסיפה אין די פראוויזארישע קהל שטיבל היינט נאכמיטאג אבער צוליב די שפעטע שעה האט מען נישט אויספיעט אויפצוברענגען דעם נושא, מען האט בלויז דן געוון איבער די ברענענדיגע "בלאג" פראבלעמען וואס האט זיך לעצטענס שטארק פארשפרייט בעונה"ר צווישן דעם היימישן עולם ואכמ"ל.
ומכאן הבערה ללאו יצאת ! עס זאל קיינער נישט מיטשטיין מיט דעם יחיד העושה על דעת עצמו, דעת בעל הבית היפך דעת תורא. און באזונדער טוען מיר די קהילה ווארענען ער זאל שוין צוריקציען פון זיינע פאלשע באהויפטונגען בשם די קהילה, און ער זאל זיך צוריקכאפן באצייטנס כדי מיר זאלן נישט געצווינגען זיין צו נעמען שארפע שריט, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום וכו'......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 01:38 |
|
| |
איי עם סארי איך קען דיך נישט מנחם זיין , ווייל מיר האט מען אויסגעלערנט אז צו וועם מ'גייט נישט צו קיין חתונות גייט מען נישט צום מנחם זיין ,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2006 01:37 |
|
| |
        
אוי, עס וויינט דאס גאנצע משפחה, עס וויינען די הימלען, טרערן ווערן פארגאסן ווי פאפקארן אויף די ערד נאך א שטורעמישן מיטונג, ווי קען מען דאס דערטראגן, [קול מבשר]שנשמע ונתבשר בשורות טובות[סקול מבשר]
ווען מען פרעגט ווען מיך, וואלט איך אויסגעריסן דעם "סיסמא" מיט אלע זיינע באק-ציינער, וואס איז דאס? מיין נאמען אליין איז נישט גענוג ערלויבט צו שרייבן, נאר ווען מיין הויז-בחור דער "סיסמא" באגלייט מיך?
זיץ איך אין אפיס, איך וויל אריינלייגן א גוטס, און דא, אן א סיסמא קען מען זיך נישט רירן.
כאילו איך וויל דא מאכן א "ווייער-טרענספער" פון עשרת אלפים ככר כסף.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2006 23:31 |
|
| |
חבל על דאבדין, טאקע א פיינער שרייבער געווען.
איך האף אז יעצט טטעסטו שוין אפשרייבן דיינע פעסווארדס ערגעץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2006 23:26 |
|
| |
המקום מנחם אותך בנציון וירושלים
כאף אז יעצט וועסטו שוין נישט זיין אזא שונא ישראל אז דיין אויבעהאר דער פויפסט הריני מחילת כפרתו (וועא"מ) איז שוין א פארגאנגענהייט.
|
|
|
|
|